"אויב איר וועט פֿאָלגן מײַנע געזעצן", זאָגט דער ערשטער פּסוק אין דער הײַנטיקער פּרשה, "וועל איך אײַך געבן רעגן באַצײַטנס". די תּורה זאָגט צו פֿאַרשיידענע מינים שׂכר פֿאַר מקיים זײַן די מיצוות, ווי אויך פֿאַרשיידענע מינים שטראָף פֿאַר עבֿירות.
די פּרשה הייבט זיך אָן מיט די ווערטער "אם בחקתי (בחוקותי) תּלכו" — בוכשטעבלעך, "אויב איר וועט לויט מײַנע געזעצן גיין". אין אַ ריי ערטער אינעם תּנ״ך שטייט, אַז די מלאָכים "שטייען" פֿאַרן אייבערשטן.
הגם זיי זענען לעבעדיקע באַשעפֿענישן, וועלכע קומען צומאָל אַפֿילו אַראָפּ אין אונדזער וועלט, אַזוי ווי די געסט, וואָס זענען געקומען אין אַבֿרהם אָבֿינוס געצעלט, בלײַבן זיי פֿעסט אויף דער זעלבער גײַסטיקער מדרגה. אַ מענטש, וואָס היט אָפּ תּמיד אַלע מיצוות און טוט נישט קיין עבֿירות, קאָן פֿאַרגליכן ווערן צו אַ מלאך; פֿאַרוואָס האָט, דעמאָלט, דער אייבערשטער געהייסן דווקא צו "גיין", און נישט צו "שטיין", אָדער "צו האַלטן זיך" בײַ זײַנע געזעצן?
די חסידישע ספֿרים דערקלערן, אַז נישט געקוקט אויף זייער הויכער מדרגה, האָבן די מלאָכים נישט קיין עכטן פֿרײַען ווילן, דערפֿאַר ווערן זיי אָנגערופֿן "שטייענדיקע" באַשעפֿענישן. נאָר דער מענטש הייסט "מהלך", אַן אייביקער "גייער", ווײַל ער האַלט אין איין גיין פֿון איין מדרגה צו אַן אַנדערער. ווען אַ מענטש פּרוּווט זיך אָפּצושטעלן, ווערט ער "פֿאַרגליווערט", און הייבט אָן פֿאַלן.
די מענטשלעכע נשמה ווערט געשיקט אין עולם-הזה, ווײַל כּדי אויפֿצוקלעטערן אויף אַ העכערער מדרגה, מוז מען קודם דורכמאַכן פֿאַרשיידענע נסיונות. דאָס רעאַלע מענטשלעכע לעבן איז ווײַט פֿונעם שטיין אויף איין אָרט, און באַשטייט פֿון שטענדיקע ירידות און עליות. דערפֿאַר הייסט נישט די תּורה צו בלײַבן שטיין אויפֿן אָרט; אַזאַ אָנזאָג וואָלט געקומען אין סתּירה מיטן מענטשלעכן וועזן. די תּורה הייסט צו גיין תּמיד "באַרג-אַרויף". כּמעט יעדער מענטש, אַחוץ געציילטע יחידים, פֿאַלן צומאָל אַראָפּ; מע מוז אָבער תּמיד שטרעבן אַרויסצוקריכן פֿון דער "גרוב", און צו קלעטערן ווײַטער.
דער איזשביצער רבי שרײַבט אינעם ספֿר "מי השילוח", אַז דאָס וואָרט "בחוקותי" מיינט נישט דווקא "געזעצן". דער באַגריף "חוק" איז פֿאַרבונדן מיטן ווערב "חקק", "אײַנקריצן". ווען אַ מענטש קריכט אַרויס פֿון גשמיות און דערגרייכט אַ הויכע גײַסטיקע מדרגה, ווערט די שטענדיקע פֿאַרבינדונג מיט ג-טלעכקייט "אײַנגעקריצט" אין זײַן האַרצן. אין אַזאַ מצבֿ באַטראַכט מען די מיצוות נישט ווי שטרענגע "געזעצן", נאָר ווי אַ נאַטירלעכער טייל פֿונעם גײַסטיקן לעבן.
אַפֿילו בײַ אַ צדיק טרעפֿן זיך גײַסטיקע "עליות" און "ירידות" — ווען זײַן גײַסטיקע השׂגה דערגרייכט העכער און נידעריקער. אויף אַזאַ מדרגה, באַקומט דער ערשטער פּסוק פֿון דער הײַנטיקער פּרשה אַן אַנדער באַדײַט: די תּורה הייסט צו קלעטערן אַלץ העכער אין די רוחניותדיקע השׂגות, צו שטרעבן זיי "אײַנצוקריצן" אַלץ טיפֿער אינעם האַרצן.
דער הײַנטיקער פֿרײַטיק איז ל״ג-בעומר, דער 33סטער טאָג אין ספֿירת-העומר — דער יאָרצײַט פֿונעם הייליקן רבי שמעון בר יוחאַי, וועלכער האָט אַנטפּלעקט אין דער וועלט טיפֿע סודות-התּורה, און אָנגעוויזן אַ סך רוחניותדיקע וועגן, ווי אַזוי מע זאָל "קלעטערן" צום אייבערשטן. בײַ די חב״ד-חסידים ווערט ל״ג-בעומר אָנגערופֿן "מתּן-תּורה פֿון קבלה און חסידות". ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז דער נאָמען פֿון דער סדרה איז טאַקע מרמז אויף ל״ג-בעומר, דער "יום-טובֿ פֿון סודות-התּורה" — און דער רמז גופֿא ווערט אויסגעדריקט דווקא אויף אַ וווּנדערלעך-סודותדיקן אופֿן. די הײַנטיקע פּרשה איז די 33סטע אינעם חומש, און איר ערשטער פּסוק האָט 33 אותיות; אַחוץ דעם, אויב מע לייגט צונויף אַלע צאָלן פֿון 1 ביז 33, באַקומט זיך 561 — די גימטריא פֿון די ווערטער "אם בחקתי".