איך פֿאָדער אַ סך מאָל פֿון מײַנע סטודענטן פֿאַרשיידענע אַרבעטן אויסער די ראַמען פֿון קלאַס. איינע פֿון זיי איז געווען דאָס אַוועקזעצן זיך מיט דער באָבען אָדער זיידן, מיט דער מומען אָדער אַ שכן, און צומאָל — אַ שכנטע — און אויסגעפֿינען אַ ביסל מער וועגן זיי: ווער און וואָס זיי זײַנען, פֿון וואַנען זיי שטאַמען און וואָס זיי האָבן אַדורכגעמאַכט אין לעבן. פֿאַרשטייט זיך, אַז די נאָענטע משפּחות האָבן זיך שטאַרק דערפֿרייט מיט דער אויפֿגאַבע; דאָס אייניקל וויל וויסן, וויל אויסהערן, וויל דערגיין.
באַקום איך אַ שלל מיט אַרבעטן, וואָס מעגן זען די ליכטיקע שײַן פֿאַר די אויגן. ייִדיש־לערערײַ טאָר נישט זײַן קיין טרוקענע סקאָרינקע, זי מוז לעבן און אינספּירירן. וויל איך אײַך ברענגען אַ פּאָר פֿון די אַרבעטן, וואָס זײַנען געשריבן געוואָרן נישט דווקא אויף ייִדיש, ווײַל מיר האַלטן בײַם סאַמע אָנהייב. איך גיב נישט אָן דעם נאָמען פֿון דער תּלמידה, ווײַל זי איז פֿרום און וויל נישט מען זאָל וויסן, אַז זי פֿאַרנעמט זיך מיט שטודיעס אויסער דער ראַם פֿון איר אמונה.
אַ שמועס מיט מײַן זיידן
"מײַן זיידע איז אַ געראַטעוועטער פֿונעם חורבן. ער איז אַן אויסערגעוויינטלעכער מענטש. אַלע זײַנע אייניקלעך זײַנען געבענטשט צוצוהערן זיך צו אים ווי ער דערציילט די מעשׂיות פֿון זײַן קינדהייט. ער איז אַ מענטש, וואָס איז אַרויסגעקומען פֿונעם גיהנום מער גלויביק אין גאָט, מיט אַ דאַנקבאַרקייט פֿאַר איבערלעבן די מלחמה. ער איז געקומען קיין אַמעריקע נאָכן חורבן און דאָ אויפֿגעשטעלט אַ משפּחה און דערפֿאַר איז ער דאַנקבאַר. יעדן פּסח, ווען די משפּחה פֿאַרזאַמלט זיך אַרום דעם סדר־טיש, דערציילט דער זיידע וואָס ס׳האָט מיט אים פּאַסירט אין דער צײַט פֿון דער מלחמה און ער דאַנקט גאָט וואָס ער האָט דערלעבט צו זען אייניקלעך. און איצט, וועגן זײַן געשיכטע".
זי: "ווי האָט אויסגעזען דאָס לעבן פֿאַר דער מלחמה, זיידע?"
דער זיידע: "די גאַנצע טעכנאָלאָגיע וואָס מיר האָבן דאָ הײַנט, האָט קיינער אַפֿילו נישט געחלומט דערפֿון. די הײַזער, וווּ מיר האָבן געוווינט, האָבן נישט געהאַט קיין וואַש־צימער און נישט קיין אײַז־קאַסטן. דאָס עסן האָט מען געהאַלטן אַרײַנגעגראָבן אונטער דער ערד אין אַ קעלער. זומערצײַט, אין די היצן, איז שבת שווער געווען צו האַלטן דאָס עסן וואַרעם. אַלץ איז זויער געוואָרן אין יענע יאָרן. דאָס וואָס מען האָט פֿאַרמאָגט, האָט מען אָפּגעשאַצט. מלבושים איז געווען שווער צו באַקומען. הײַנט קענסטו קויפֿן זעכצן בלוזקעס און ס׳רעכנט זיך נישט. ס׳רובֿ מענטשן האָבן נישט געגעסן קיין פֿלייש אַ גאַנצע וואָך, אַ חוץ אום שבת. מײַן מאַמע פֿלעגט גיין אויפֿן מאַרק אין שטאָט קויפֿן פּראָדוקטן אויף אַ גאַנצע וואָך. מיר זײַנען געגאַנגען אין חדר. אַ קליינע ישיבֿה, נאָך מיטאָג. מיר האָבן מיטגענומען "סענדוויטשעס" אין חדר. אויב אָבער איינער האָט נישט געהאַט, האָט מען זיך געטיילט. אַ סך מאָל האָט מען זיך געשפּילט מיט אַ גומענעם באַלעם אין דרויסן. אויב דער באַלעם האָט געפּלאַצט, האָט מען נישט געהאַט קיין געלט צו קויפֿן אַ צווייטן. אַלץ איז געווען אַזוי אַנדערש אין יענע טעג. אַזאַ זאַך ווי טראַנספּאָרטאַציע האָט נישט עקזיסטירט בכלל. מיר זײַנען געגאַנגען קילאָמעטערס אין שול אַרײַן. איך געדענק, אַז איין מענטש האָט געהאַט אַן אויטאָ בײַ אונדז אין שטעטל און מען האָט עס געמוזט שטופּן עס זאָל זיך אָנצינדן. אויב עס איז אַמאָל אַדורכגעפֿאָרן אַן אויטאָבוס בײַ אונדז, איז דאָס גאַנצע שטעטל אַרויסגעקומען אים אָנקוקן. מיר האָבן פֿון קיין טעלעפֿאָן נישט געוווּסט. אונדזער גאַנצע משפּחה האָט געוווינט אין זעלבן שטעטל. מיר האָבן געוווינט אין אַ קליין האָלצערן הײַזל צוזאַמען מיט באָבע־זיידע.
"שבת זײַנען מיר אַלע געגאַנגען אין שיל. בײַ אונדז איז נישט געווען קיין עירובֿ, האָט מען גאָרנישט געקאָנט טראָגן. אַ סך מענטשן האָבן געבעטן אַ קליין ייִנגעלע ער זאָל טראָגן זייער טלית און סידור אין שיל אַרײַן. סוכּות פֿלעגט דאָס גאַנצע שטעטל זיך טיילן מיט איין לולבֿ. מײַן טאַטע איז געגאַנגען מיט אונדז אין שיל בענטשן. די מאַמע פֿלעגט באַקן אויף שבת און יום־טובֿ. זי האָט געקנאָטן, געוואַלגערט און געבאַקן... און אַלץ מיט די אייגענע הענט. איך בין געווען איינער פֿון פֿינף ייִנגלעך און די מאַמע פֿלעגט נוצן פֿיר קילאָ מעל אַ וואָך צו באַקן געבעקס; חלה און קיכעלעך. נישט יעדער איינער האָט זיך געקאָנט פֿאַרגינען אַ גוטן מאָלצײַט אויף שבת. יעדן אין דער פֿרי, זינט איך בין אַלט געווען זיבן יאָר, בין איך געגאַנגען אין דער אַלגעמיינער נישט־ייִדישער פֿאָלקס־שול. מיר האָבן גערעדט פּויליש און זיך געלערנט שרײַבן און לייענען. מיר האָבן אויך געלערנט וויסנשאַפֿט. די לערער פֿלעגן שלאָגן די קינדער, וואָס האָבן נישט מיטגעהאַלטן. פֿאַר ייִדן איז דעמאָלט געווען זייער שווער. דער אַנטיסעמיטיזם האָט געבושעוועט. בײַ די איבעררײַסן פֿלעגן די ייִדישע קינדער מוזן שטיין בײַ דער טיר. אויב עפּעס, פֿלעגט מען אַרײַנלויפֿן אין קלאַס און זוכן שוץ. די גויים פֿלעגן אַרומלויפֿן אין דרויסן און דראָען. מען האָט געצוווּנגען צו לערנען זיך פֿינף יאָר. נאָך מיטאָג פֿלעגן מיר גיין אין חדר וווּ מען האָט אָנגעהויבן צו לייענען אין סידור און חומש. ייִדישע קינדער פֿלעגן אָנהייבן צו גיין אין חדר אין עלטער פֿון פֿינף יאָר. אויב איינער האָט נישט געוואָלט גיין, פֿלעגט דער רבי דאָס קינד טראָגן אויף דער פּלייצע אין חדר אַרײַן. נאָך דער בר־מצווה פֿלעגט מען שוין לערנען אַ בלאַט גמרא. בײַ מײַן בר־מצווה זײַנען מיר אַלע אַוועק אין שיל. די מאַמע האָט אויסגעבאַקן געבעקס. דער טאַטע האָט געקויפֿט אַ פֿלעשל משקה פֿאַר אַ קליינעם קידוש.
"דאָס חתונה האָבן איז געווען אַ שווער עסק, ווײַל די בחורים האָבן נישט געהאַט קיין פֿאַך. אין מײַן שטעטל איז געווען אַ דאָקטער. עס זײַנען כּמעט ווי נישט געווען קיין ייִדישע דאָקטוירים, מסתּמא אין גאַנץ פּוילן. די סיבה דערפֿון איז געווען, וואָס מען האָט די ייִדן נישט צוגעלאָזט צו קיין העכערער בילדונג. מײַנע ברידער זײַנען שוין יאָ געגאַנגען אין אַ העכערער שול. מײַן טאַטע האָט געקאָנט דעם בירגערמײַסטער פֿונעם שטעטל, וועלכער האָט אים געגעבן אַ דערלויבעניש זיי זאָלן נישט דאַרפֿן גיין אין דער שול אום שבת. מײַן טאַטע איז געווען אַ האָלץ־סוחר. ער איז געווען דערפֿאָלגרײַך, אָבער נישט געקענט די ברידער צורעדן צו דעם פֿאַך. פּסח האָט מען געבאַקן אונדזערע אייגענע מצות. מיר פֿלעגן זיך צונויפֿנעמען און גיין צו אַ שכן. ער האָט פֿאַרמאָגט אַן אויוון וווּ מ׳האָט געקאָנט באַקן מצות. דער טאַטע איז געווען שטאַרק פֿרום. פֿאַר פּסח פֿלעגט מען אַרויסנעמען אַלע מאַטראַצן און דאָס גאַנצע בעטגעוואַנט אין דרויסן צו פֿאַרזיכערן, אַז ס׳איז אין ערגעץ נישט געבליבן קיין חמץ. מיר פֿלעגן באַקומען מתּנות אויף פּסח. איך בין געווען דער ייִנגסטער, האָב איך באַקומען די מלבושים פֿון מײַנע עלטערע ברידער. מיר זײַנען געווען גליקלעך, ווײַל מיר האָבן נישט געוווּסט פֿון קיין בעסערס".
זי: "האָבן מענטשן געוווּסט, אַז די מלחמה האַלט בײַם אויסברעכן?"
זיידע: "ווען די מלחמה איז אויסגעבראָכן האָבן די דײַטשן געפֿירט קריג מיט די פּאָליאַקן. זײַנען אָבער די דײַטשן אַרײַן אין אונדזער שטעטל און צונויפֿגעזאַמלט אַלע ייִדן. איך בין אויסגעפֿאָרן אַ וועלט און אין ערגעץ נישט געזען אַזאַ שיינע שיל ווי אונדזערע. די דײַטשן האָבן אַרײַנגעוואָרפֿן אַ פּאָר האַנט־גראַנאַטן און אין אַ פּאָר מינוט איז די שיל פֿאַרניכטעט געוואָרן. מיט צוויי וואָכן שפּעטער זײַנען די דײַטשן אָפּגעטראָטן און די רוסן זײַנען אַרײַנגעקומען. מיר האָבן באַשלאָסן צו אַנטלויפֿן קיין רוסלאַנד. כּמעט אַלע ייִדן האָבן אָבער באַשלאָסן צו בלײַבן אונטער דער דײַטשער אָקופּאַציע. מײַן טאַטע איז געווען אַ קלוגער ייִד. ער האָט געזאָגט, אַז מיר זאָלן זיך האַלטן צוזאַמען אונטער אַלע אומשטענדן. ווען די רוסן זײַנען אַרײַנגעקומען, האָט מען אונדז אָנגעזאָגט נישט מיטצונעמען גאָרנישט און אין מיטן נאַכט אונדז אָפּגעפֿירט קיין סיביר אין פֿראַכט־וואַגאָנען. מײַן מאַמע האָט נאָך באַוויזן אַרײַנצושמוגלען אַן איבערבעט און אַ פּאָר מאַנטלען. די באַן האָט זיך געשלעפּט צוויי וואָכן צײַט ביז מיר זײַנען אָנגעקומן קיין סיביר. קיין עסן האָט מען אונדז נישט געגעבן און דער "טוילעט" איז געווען אַ לאָך אין איין זײַט פֿונעם וואַגאָן.
"ווען די מלחמה האָט זיך געענדיקט, האָט מען דערלויבט די פּוילישע בירגער צו פֿאַרלאָזן דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. דרײַ פֿון מײַנע ברידער האָבן געדינט אין דער פּוילישער אַרמיי. זיי זײַנען אַוועק קיין ישׂראל. געזען, אַז אין אונדזערע שטיבער וווינען שוין די פּאָליאַקן. שפּעטער בין איך געווען אין אַ יתומים־הויז אין פֿראַנקרײַך און באַשלאָסן, אַז איך פֿאָר נישט קיין ישׂראל. איך האָב געוואָלט פֿאָרן קיין אַמעריקע".
די תּלמידה דערציילט, אַז ווען איר זיידע איז געקומען קיין אַמעריקע, האָט ער זיך געדונגען אַ צימער בײַ אַן אַלמנה און איר טאָכטער אין דער "אַפּער איסט סײַד". ער האָט פֿאַרלוירן יעדע אַרבעט, ווײַל ער האָט זיך אָפּגעזאָגט צו אַרבעטן אום שבת. דער זיידע האָט חתונה געהאַט מיט אַ מיידל, זײַן חבֿרס אַ שוועסטער, מײַן באָבע. באָבע־זיידע האָבן דערצויגן דרײַ קינדער אין אַ קליין הײַזעלע אין "קווינס", איידער זיי האָבן זיך איבערגעצויגן קיין "גרייט־נעק". און אַזוי ווי מײַן זיידע איז אַ טײַערער וויצלער, האָט ער דערציילט אַ מעשׂה:
"די כעלעמער האָבן אַמאָל געשמועסט וועגן אַ גרויסער צרה, וואָס די שטאָט לײַדט דערפֿון, נעמלעך — די כעלעמער בריק. עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז די כעלעמער בריק איז געווען צעבראָכן, און מענטשן פֿלעגן אַראָפּפֿאַלן און זיך צעקאַליעטשען. האָבן די כעלעמער גערופֿן אַן אַסיפֿה און באַשלאָסן, אַז דער בעסטער געדאַנק וואָלט געווען נישט צו בויען אַ נײַע בריק און נישט צו פֿאַרריכטן די אַלטע בריק, נאָר צו בויען אַ שפּיטאָל אויף דער אַנדערער זײַט בריק. ווי נאָר די כעלעמער האָבן געוואָלט אַריבערגיין אויף דער צווייטער זײַט בריק, זײַנען זיי אַראָפּגעפֿאַלן און זיך צעקלאַפּט. האָט מען זיך אָבער נישט געזאָרגט, ווײַל מען האָט אויפֿגעשטעלט אַ שפּיטאָל אויף דער אַנדערער זײַט בריק".
"מײַן זיידע איז אַן ערלעכער מענטש, אַ בכּבֿודיקער ייִד און אַ ליבלעכער מענטש. איך בין געבענטשט צו האָבן אַזאַ זיידן".
ליבע פֿרײַנד, אָט האָט איר אַן אייניקל, וואָס שאַצט אָפּ וואָס זי פֿאַרמאָגט. זי האָט דערווײַל חתונה געהאַט און האָט שוין געבוירן אַ קינד אין חודש אַפּריל. די פֿרומע וועלט איז גאָר אַן אַנדערע וועלט. ס׳איז נאָך פֿאַראַן בײַ זיי אַ משפּחהדיקייט, אַ וואַרעמקייט און צוגעבונדנקייט צו אייגענע. די זיידעס פֿרייען זיך, וואָס די אייניקלעך פֿאַרנעמען זיך מיט ייִדיש. עס ברענגט זיי נענטער צוזאַמען. הלוואַי אויף אונדז געזאָגט געוואָרן.