אײראָפּע, קהילה־לעבן
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף (מאָלדאָווע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער קינדער־כאָר "כּוכבֿים"
דער קינדער־כאָר "כּוכבֿים"

צוויי וויכטיקע געשעענישן זײַנען פֿאָרגעקומען אינעם ייִדישן לעבן פֿון די קעשענעווער ליבהאָבער פֿון ייִדישן וואָרט: דאָס אָפּצייכענען דעם 95סטן געבוירן־טאָג פֿון אונדזער נאַציאָנאַלן ייִדישן שרײַבער יחיאל שרײַבמאַן און דאָס שאַפֿן אַ נײַעם ייִדיש־קלוב. דעם 12טן מערץ, אינעם געבוירן־טאָג פֿונעם שרײַבער איז דאָס קהילה־הויז געווען פֿול געפּאַקט. אויף דער וואַנט איז געהאָנגען אַ גרויסער פּאָרטרעט פֿון יחיאל שרײַבמאַן, און אויף דער בינע בײַ אַ טישל איז געזעסן מאַרינע, די אַלמנה פֿונעם שרײַבער, און מיכאל פֿינקעל, פּאָעט און שטעלפֿאַרטרעטער בײַם דירעקטאָר פֿונעם קהילה־הויז. ער האָט טאַקע אָנגעפֿירט מיטן אָוונט.

די קאָנצערט־פּראָגראַם האָט דערעפֿנט דער קינדער־כאָר "כּוכבֿים", וואָס פֿונקציאָנירט בײַם ייִדישן ליציי אויף רמב״מס נאָמען. אָנגעפֿירט האָט מיטן כאָר די לערערין חנה גלוטניק. זי האָט אויך געשאַפֿן אַ קאָמפּאָזיציע אונטערן נאָמען "ייִדן רעדן ייִדיש אויף דער גאַנצער וועלט". יעדנפֿאַלס, אינעם לאָקאַל, בעת דער אונטערנעמונג האָט באמת געוועלטיקט די ייִדישע שפּראַך. חנה גלוטניק האָט געלייענט אויף ייִדיש שרײַבמאַנס מיניאַטור "די צײַט". זײַן אויפֿטריט האָט שאַבס רײַף, דער פֿאָרזיצער פֿון דער אַסאָציאַציע פֿון די געוועזענע געטאָ־אַסירים, אָפּגעהאַלטן אויף מאַמע־לשון. די מיטאַרבעטאָרין פֿון דער שטאָטישער ייִדישער ביבליאָטעק אויף איציק מאַנגערס נאָמען האָט באַטאָנט, אַז דער אָנדענק־טאָוול בײַם אַרײַנגאַנג פֿון דער ביבליאָטעק דערמאָנט יעדן, אַז "יחיאל שרײַבמאַן איז געבליבן מיט אונדז, מיט זײַנע לייענער".

די מוזיקאַלישע פּראָגראַם האָבן ממשיך געווען דער זינגער סלאַוואַ פֿאַרבער און מײַן תּלמידה יעל כּהן, וואָס האָט געזונגען צוויי לידער פֿון זלאַטע טקאַטש אויף די ווערטער פֿון יחיאל שרײַבמאַן: "וויגליד" און "פֿליִענדיקע אותיות". אַ גוטן אײַנדרוק האָט געמאַכט דער פֿידל־אַנסאַמבל בײַם קהילה־צענטער (אָנפֿירער נ. בוּיאַנאָווסקי), וואָס האָט געשפּילט אַ פֿאַנטאַזיע פֿון ייִדישע פֿאָלקס־לידער.

וועגן זייער פֿרײַנדשאַפֿט מיטן ייִדישן שרײַבער האָבן דערציילט זײַנע פּען־פֿרײַנד, די מאָלדאַווישע שרײַבער דומיטרו מאַטאָווסקי, אַדריי סטרימבאַנו און וואַסילי גאַלאַשקו. אַלע האָבן זיי אונטערגעשטראָכן, אַז די שאַפֿונג פֿון יחיאל שרײַבמאַן געהערט סײַ די ייִדן און סײַ אַלע אײַנוווינער פֿון מאָלדאָווע.

מאַרינע שרײַבמאַן און מיכאל פֿינקעל
מאַרינע שרײַבמאַן און מיכאל פֿינקעל

אין איר שלוס־וואָרט האָט מאַרינע שרײַבמאַן באַדאַנקט די אָרגאַניזאַטאָרן און זיך געטיילט מיט אירע פּערזענלעכע דערמאָנונגען וועגן שרײַבמאַנס באַגעגענישן און שמועסן מיט די תּלמידים פֿון זײַן שרײַבערישן חדר: משה לעמסטער, מיכאל פֿעלזענבאַום, באָריס סאַנדלער.

ווי אַ מין סך־הכּל פֿון שרײַבמאַנס לעבן און שאַפֿן האָט מען אויפֿגענומען די בילדער, וואָס האָבן זיך באַוויזן אויפֿן גרויסן עקראַן — פֿון זײַנע יונגע יאָרן ביז דער טיפֿער עלטער, באַגלייט מיט דער פֿידל־מוזיק פֿון זײַן זון, עדואַרד שרײַבמאַן.

און נאָך איין געשעעניש לכּבֿוד ייִדיש. מיט עטלעכע טעג פֿריִער האָט אָנגעהויבן זײַן אַרבעט דער נײַער ייִדיש־קלוב. נאָכן טויט פֿון יחיאל שרײַבמאַן, וואָס האָט געשאַפֿן דעם אַלטן ייִדיש־קלוב מיט 15 יאָר צוריק, און האָט מיט אים אָנגעפֿירט, זײַנען די אַקטיוויטעטן כּמעט אונטערגעגאַנגען. פֿאַרשטייט זיך, אַז פֿירן די אַרבעט אויף אַזאַ אופֿן ווי עס האָט געטאָן שרײַבמאַן, האָט קיינער זיך נישט אונטערגענומען. איז אויפֿגעקומען אַ געדאַנק, וואָס ס‘האָט אונטערגעזאָגט אַן אַרטיקל אינעם "פֿאָרווערטס". אין באָסטאָן האָט זיך געשאַפֿן אַ גרופּע ייִדיש־ליבהאָבער אונטערן נאָמען "כאַליאַסטרע", אויפֿן סמך פֿון דער וואַרשעווער גרופּע ייִדישע פּאָעטן אין די 1920ער יאָרן. די מיטגלידער פֿון דער באָסטאָנער "כאַליאַסטרע" נעמען זיך צונויף בײַ עמעצן אויף דער דירה, מע ברענגט מיט זיך ייִדישע מאכלים, מע רעדן אויף פֿאַרשידענע טעמעס, דער עיקר, עס זאָל קלינגען נאָר ייִדיש.

די אידעע איז געפֿעלן געוואָרן, און אָט האָט זיך שוין צונויפֿגענומען אַ היפּשע חבֿרה. געווען איז עס דעם 8טן מערץ, ווען עס ווערט אָפּגעמערקט דער אינטערנאַציאָנאַלער פֿרויען־טאָג. שׂרה שפּיטאַלניק האָט באַלד געהאַט וואָס צו דערציילן — "ייִדישע פֿרויען אין בעסאַראַביע, אַמאָל און הײַנט" — איז געווען די טעמע פֿון איר רעפֿעראַט. מאַרינע שרײַבמאַן האָט איבערגעלייענט איר מאַנס אַ מיניאַטור וועגן זײַן ליבע צו אַ פֿרוי, און איך האָב ווידער אויסגענוצט דעם "פֿאָרווערטס" און איבערגעלייענט אַ בינטל וויצן פֿון דער רובריק "משפּחה־חנדעלעך". מיט וואַרעמע ווערטער אויף ייִדיש האָט באַגריסט דעם נײַעם קלוב דער אַמעריקאַנער וואָלאָנטיר פֿון "דזשוינט", סעבאַסטיאַן שולמאַן.

פֿאַרענדיקט האָט זיך די ערשטע זיצונג פֿונעם ייִדיש־קלוב מיט זינגען ייִדישע לידער. צום סוף, איז באַשטימט געוואָרן אָנצורופֿן דעם ייִדיש־קלוב אויף יחיאל שרײַבמאַנס נאָמען.