קהילה־לעבן
בײַם אַנטיקוואַר־יריד
בײַם אַנטיקוואַר־יריד

איך האָב אַ זעקל מעל!
ווי טײַער? אַ דרײַער.
ווי מקח? אַ שטיקל לעקעך.
ווי שאַץ? פֿון הינטן אַ פּאַטש!
(קינדערשפּיל)

זונטיק, האָבן זיך צונויפֿגענומען עטלע­כע ייִדישע מוכר־ספֿרימניקעס און אַנטיק­וואַרן צו פֿאַרקויפֿן זייערע סחורות אינעם רחבֿותדיקן ביוראָ פֿונעם אַנטיקוואַר־אָפּשאַ­צער, דניאל קעסטענבוים. די מוכרי־ספֿרים קומען זיך צונויף יעדע פּאָר חדשים אויף אַזאַ אויספֿאַרקויף, אָבער דאָס מאָל האָט מען פֿאַרבעטן די קונים מיטצוברענגען זייערע "אוצרות" — זעלטענע ביכער אָדער חפֿצים פֿון יודאַיִקאַ; קעסטענבוים וועט זיי באַקוקן און גיבן אַן אָפּשאַצונג אומזיסט. דערמיט האָט די אַנטיקוואַר־גרופּע בדעה געהאַט נאָכ­צומאַכן די פּאָפּולערע אַמעריקאַנער טע­לע­וויזיע־פּראָגראַם — "דער אַנטיקן־יריד" — אין וועלכער אַ גרופּע מבֿינים־אָפּ­שאַ­צערס פֿאָרן פֿון שטאָט צו שטאָט און פֿאַר­בעטן דעם ברייטערן עולם צו קומען מיט זייערע אַנטיקן. עס טרעפֿט זיך אָפֿט, אַז דאָס וואָס איז געלעגן אויפֿן בוידעם שוין יאָרן, אַ ירושה פֿונעם זיידן, וואָס מע האָט כּמעט אַרויסגעוואָרפֿן אין מיסט, ווערט אָפּגעשאַצט אויף טויזנטער דאָלאַרן. עס טרעפֿט זיך אויך, דאָס פֿאַרקערטע, אַז דאָס וואָס מע האָט געהאַלטן ווי אַן אויג אין קאָפּ, און געגלייבט, אַז ס‘איז ווערט אַ מאַיאָנטיק, איז נאָר ווערט די משפּחה־סענטימענטן.

די דאָזיקע ירידן זענען אַ צוגאָב צו קעסטענבוימס הויפּט־אַרבעט. פֿיר מאָל אַ יאָר פֿירט ער דורך אַ יודאַיִקאַ־ליציטאַציע, און גרייט צו אַ שיינעם קאַטאַלאָג, מיט בילדער, באַשרײַבונגען און פּרײַזן. ער איז דער איינציקער אין ניו־יאָרק וואָס האָט רעגולער אַזוינע ליציטאַציעס, און ער האַנדלט טאַקע מיט זעלטענע זאַכן — כּתבֿ־ידן, ספֿרים, אַ מאָל קונסטווערק, ספּעציעל עלטער פֿונעם 18טן יאָרהונדערט.

דניאל קעסטנעבוים איז געבוירן גע­וואָרן אין ענגלאַנד און אין דער יוגנט, האָט ער זיך פֿאַרליבט אין אַלטע, זעלטענע ביכער. צו 16 יאָר האָט ער זיך געחבֿרט מיט אַן אַלטן מוכר־ספֿרים און דורך אים זיך באַקענט מיט דער גאַנצער סבֿיבֿה פֿון אַנטיקוואַרן אין ענגלאַנד. אין די אָנהייב 1980ער האָט דער עלטערער מוכר־ספֿרים אים געשיקט קיין ניו־יאָרק זיך צו באַטייליקן אין אַ לי­צי­טאַציע פֿון יודאַיִקאַ און דאָרטן האָט ער באַקומען אַ נײַע שטעלע בײַ דער "סוואַן־גאַלעריע" אײַנצופֿירן יודאַיִקאַ־ליציטאַציעס. אין 1995 האָט ער געגרינדעט זײַן אייגענע גאַלעריע/ליציטאַציע־הויז.

דניאל קעסטענבוים, אַנטיקוואַר און אָפּשאַצער
דניאל קעסטענבוים, אַנטיקוואַר און אָפּשאַצער

איך האָב דערציילט קעסטענבוים, אַז איך בין געווען אויף אַזאַ ליציטאַציע בײַ דער "סוואַן־גאַלעריע" אין די 1980ער יאָרן, און וואָס האָט אויף מיר געמאַכט אַ רושם, איז וואָס די ליציטאַציע האָט געשאַפֿן אַ געלעגנהייט פֿאַר אַנטיקוואַרן אַרומ­צורעדן זייערע סחורות איידער די לי­ציטאַציע האָט זיך אָנגעהויבן. חסי­דישע, וויי­ניקער פֿרומע, און אַפֿילו נישט־ייִדישע אַנטיקוואַרן האָבן מיט לײַדנשאַפֿט גערעדט וועגן זייע­רע נײַסטע "געפֿינסן". ווען די ליצי­טאַציע האָט זיך אָנגעהויבן, האָבן זיי נישט אַרויסגעוויזן קיין גרויסן אינטערעס זיך צו באַ­טייליקן אין איר. די אַנטיק­וואַר־געזעל­שאַפֿט שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ זעלטענעם פֿענאָמען, האָט ער מסכּים געווען. ייִדן פֿון גאַנץ פֿאַרשיידענע סבֿיבֿות און אידעאָ­לאָגיעס, וועלכע דאַווענען זיכער נישט אין דער זעלבער שיל, קומען זיך צונויף אין אַ חבֿרישער אַטמאָספֿער צו רעדן וועגן ייִדישע זאַכן. וווּ נאָך קען מען דאָס זען?

אויף מײַן פֿראַגע וועגן די ייִדיש־שפּראַכיקע ביכער אויף זײַנע ליציטאַציעס, האָט ער מודה געווען, אַז קיין סך סחורה אויף ייִדיש באַקומט ער נישט. דער מאַרק איז אַ קליינער, און געציילטע פּריוואַטע זאַמלערס קויפֿן די בעסטע זאַכן. אַמאָליקע יאָרן האָבן אויך ביבליאָטעקן געקויפֿט ייִדישע ביכער, אָבער הײַנט, אין אַ צײַט ווען מע שנײַדט בודזשעטן, קויפֿט מען נישט די טײַערסטע זאַכן. "איך האָב אָקאָרשט געהאַט אַ גאַנצן פּאַק געחתמעטע ביכער פֿון באַשעוויסן, און קיינער האָט זיי נישט געוואָלט קויפֿן." אין זײַנע ליציטאַציעס, האָט ער פֿאַרקויפֿט אַ ייִדישן נוסח פֿון "ספֿר יוסיפֿון" און רש״י אויף ייִדיש, ביידע ספֿרים פֿונעם 15 און 16טן יאָרהונדערט.

בײַם צונויפֿשטעלן זײַן ליציטאַציע און קאַטאַלאָג האָט קעסטענבוים באמת הנאה ווען עס קומען צו אים מענטשן אָן קיין שום השׂגה ווי טײַער ס‘איז זייער בוך אָדער קונסט­ווערק. בײַם איבערקוקן די פּאַפּירן פֿון אַ פֿאַרשטאָרבענעם פּראָפֿעסאָר האָט ער געפֿו­נען אלי ליסיצקיס "חד־גדיא", אַ זעלטן קרוינ­ווערק פֿונעם רוסישן קאָנסטרוקטיוויזם, וואָס איז ווערט צענדליקער טויזנטער דאָלאַר.

אַ סאָוועטישער "באַוועגלעכער אַלעפֿבייס"
אַ סאָוועטישער "באַוועגלעכער אַלעפֿבייס"

ווען איך האָב געוויזן קעסטענבוים מײַנע "אוצרות" וואָס איך האָב מיטגעבראַכט, האָב איך געהערט אַ סורפּריז: דער סאָווע­טישער "באַוועגלעכער אַלעפֿבייס" [!], אין וועלכן עס פֿעלן די סוף־אותיות לויט דער סאָוועטישער אָרטאָגראַפֿיע פֿון יענער צײַט, האָט ער אָפּגעשאַצט פֿון זעקס ביז נײַן הונדערט דאָלער! אָבער צו די אַנדערע צוויי אַפֿישן, וואָס איך האָב אים געוויזן, איינער פֿון ווילנע פֿון די 1930ער יאָרן, דער אַנדערער, אַן אַנטי־ייִדישער אַפֿיש פֿון פּאַלעסטינע — "הקתּדרה לז׳רגון חורבן האוניברסיטה" (דער זשאַרגאָן־ [ייִדיש] אָפּטייל איז דער חורבן פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט") האָט ער אַרויסגעוויזן נאָר אַ קליינעם אינ­טערעס. ער האָט מיר קלאָר געמאַכט, אַז די חפֿצים מיט אַ וויזועלן אַספּעקט, מיט אַ קינסט­לע­רישן ווערט, ציִען צו די זאַמלערס; די מער היסטאָרישע פּלאַקאַטן — נישט, ניט געקוקט אויף דעם ווי טשיקאַווע זיי זאָלן נישט זײַן.

נו, איך האָב אים נישט געזאָגט, אַז פֿאַר דעם "אַלעפֿבייס" האָב איך באַצאָלט נאָר 30$ אויפֿן אינטערנעץ — אַ ווילדע מציאה. בין איך אַרויס פֿון זײַן ביוראָ, אַ גליקלעכער, און געחלומט וועגן אַנדערע אוצרות, וואָס ליגן בײַ מיר אויפֿן בוידעם.