‫פֿון רעדאַקציע

אַוודאי מוז מען וועגן דעם שרײַבן — אַ קלייניקייט, אַ גאַנצער גובערנאַטאָר פֿון אַזאַ וויכטיקן שטאַט ווי ניו־יאָרק, עליאָט ספּיצער, האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט אויף נואפֿן (גענוי וועגן דעם לייענט אויף ז‘ 2).

ווער רעדט נישט די וואָך וועגן דעם?! נישט, חלילה, מ‘איז אויפֿגעבראַכט געוואָרן דערמיט, וואָס דער גובערנאַטאָר האָט באַזוכט אַ באָרדעל — נישט ער איז דער ערשטער, און נישט ער איז דער לעצטער צווישן די הויכגעשטעלטע טשינאָווניקעס. אַמעריקע האָט שוין געזען אַ פּרעזידענט אויך, וואָס שלאָפֿן נישט נאָר מיטן אייגענעם ווײַב.

קהילה־לעבן
בײַם אַנטיקוואַר־יריד

איך האָב אַ זעקל מעל!
ווי טײַער? אַ דרײַער.
ווי מקח? אַ שטיקל לעקעך.
ווי שאַץ? פֿון הינטן אַ פּאַטש!
(קינדערשפּיל)

‫אינטערװיוען
פֿון דובֿ שטולבאַך (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
הרבֿ ירחמיאל ווײַס, ערשטער פֿון לינקס, אויף אַ נײַעס־קאָנפֿערענץ אין "מרכּז־הרבֿ"

אינטערוויו מיט הרבֿ ירחמיאל ווײַס, דירעקטאָר פֿון דער “מרכּז־הרבֿ"־ישיבֿה.

דעם אַרטיקל האָט אונדזער קאָרעספּאָנדענט צוגעשיקט אין רעדאַקציע עטלעכע טעג פֿאַר דעם, ווי אין דער ישיבה “מרכּז־הרבֿ" איז געשען די בלוטיקע שחיטה, וועגן וועלכער עס שרײַבט פֿון ירושלים מרדכי דוניץ.


בעת אונדזער אויפֿגאַבע צו שרײַבן וועגן דעם רעליגיעזן לעבן אין ישׂראל, האָבן מיר נישט געקאָנט פֿעסטשטעלן גענוי וויפֿל ישיבֿות עס זענען בײַ אונדז פֿאַראַן. געווען אַזעלכע וואָס האָבן געזאָגט — טויזנטער, נאָר מיר האָבן געענטפֿערט, אַז דאָס שײַנט צו זײַן איבערגעטריבן.

פּובליציסטיק, קולטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Jonathan Freedman.
Klezmer America: Jewishness, Ethnicity, Modernity.
New York: Columbia
University Press, 2008

דאָס וואָרט "קלעזמער" איז געוואָרן פּאָפּולער אין אַמעריקע אין די לעצטע צוואַנ­ציק־דרײַסיק יאָר. כאָטש דאָס דאָזיקע וואָרט האָט אַ העברעיִש־ייִדישן אָפּשטאַם, איז זײַן באַטײַט אינעם אַמעריקאַנישן לשון אַנדערש פֿונעם אַלט־פֿרענקישן "כּלי־זמר". "קלעזמער" באַטײַט ניט סתּם אַ מוזיקאַנט, נאָר אַ גאַנצן לעבנס־שטייגער. יונתן פֿרידמאַן, פּראָפֿעסאָר פֿון ענגליש אין דעם אוניווערסיטעט פֿון מישיגען, האָט זיך באַנוצט מיט אָט דעם באַגריף, כּדי צו באַשרײַבן זײַן וויזיע פֿון ייִדן אינעם אַמעריקאַנער לעבן.

ליטעראַטור

(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)

קיין גרויסן חשק זיך אָפּצושטעלן בײַ דער מומען האָט רייטשעל נישט געהאַט, אָבער קיין אַנדערע מעגלעכקייטן האָט זי דערווײַל אויך נישט געזען. דערצו האָט די מאַמע זיך אײַנגעשפּאַרט, אַז אויב נישט בײַ דער שוועסטער, וועט זי רייטשעל אין גאַנצן נישט לאָזן פֿאָרן קיין ישׂראל.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די וואָך הייבן מיר אָן צו לייענען דעם דריטן טייל פֿונעם חומש, אָנגערופֿן נאָך דער הײַנטיקער פּרשה, "ויקראָ", אין וועלכער עס ווערן, דער עיקר, דערקלערט אַ ריי מיצוות, וואָס האָבן צו טאָן מיט קרבנות. לויט דער מסורה, זענען געוויסע אותיות אין דער תּורה גרעסער אָדער קלענער פֿון דער גע­וויינטלעכער מאָס; דאָס וואָרט "ויקראָ" ווערט פֿאַרשריבן מיט אַ קליינעם אַלף. אינעם ערשטן פּסוק פֿון דער פּרשה שטייט, אַז דער אייבערשטער האָט גערופֿן משה רבינו, אָנצוזאָגן די מיצוות פֿון קרבנות.

ייִדיש־וועלט, פּובליציסטיק
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַרײַנפֿיר

אַז מען קען מיט ייִדיש אויספֿאָרן די וועלט האָט גרינג געקענט פֿאַרשטיין יעדער איינער וואָס האָט פֿאַרשטאַנען, אַז ייִדיש קען, פּראָסט־און־פּשוט, ניט זײַן קאָנצענטרירט אויף בלויז איין אָרט, כּל־זמן אַפֿילו אירע געטרײַסטע באַניצערס קענען זיך ניט קאָנצענטרירן אין איין לאַנד צי אין איין געגנט פֿון דער וועלט. צו זײַן אַ ייִדישיסט האָט דעמאָלט (אָנהייב 1930ער ביז 1950ער יאָרן) ניט געמיינט אַזעלכע ייִדן וואָס קענען סתּם רעדן ייִדיש, נאָר אַזעלכע ייִדן, וואָס זײַנען געווען גרייט זיך מוסר־נפֿש זײַן פֿאַרן כּבֿוד, וווילזײַן און שיינזײַן פֿון ייִדיש. די צעשוווּמענקייט פֿון אָט דער דעפֿיניציע איז אי דעמאָלט, אי איצט ניט דווקא געווען קיין מעלה, נאָר קיין גרויסע עבֿירה איז עס אויך ניט געווען.

פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווי אָנגעהעריקע צו דער דריטער וועלט, ווערן באַטראַכט די לענדער פֿון אַפֿריקע, אַזיע (אַחוץ יאַפּאַן, וועלכע געהערט צו די 8 רײַכסטע לענדער אויף דער וועלט) און דרום (לאַטײַן)־אַמעריקע. איך דערמאָן זיך גוט, אַז ווען איך בין אין יאַנואַר 1959 צוריק­געקומען קיין ירושלים פֿון מײַן שליחות ווי דער ערשטער סעקרעטאַר אין דער ישׂראל­דיקער אַמבאַסאַדע אין לימאַ, פּערו, האָב איך דערוואַרט מען זאָל מיר געבן אַ שטעלע אין דער לאַטײַן־אַמעריקאַנער אָפּטיילונג פֿונעם אויסערן־מיניסטעריום.

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַמאָליקע צײַטן, ווען מען האָט געוואָלט וויסן ווי אַלט אַ מענטש איז, דער עיקר אַ ייִדענע, האָט מען זי אַ פֿרעג געטאָן:

"ליבע פֿרוי, ווען זײַט איר געבוירן געוואָרן?"

און דער ענטפֿער פֿלעגט זײַן גאָר אַ פּשוטער:

"אוי מײַן קינד, איך בין געבוירן געוואָרן, ווען ס'איז בײַ אונדז אין שטעטל אויסגעבראָכן די ערשטע שׂרפֿה. ווי קום איך צו געדענקען די ערשטע שׂרפֿה, נעבעך.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַזאַ זאַך מאַכט זיך זייער אָפֿט, ווען מע זוכט עפּעס אין אַלטע צײַטונגען, דהײַנו: מע שטויסט זיך אָן אויף אַ פּובליקאַציע, וואָס איז אינטערעסאַנט און וויכטיק, כאָטש עס האָט ניט קיין דירעקטן שײַכות צו דער פֿאָרשונג, צוליב וועלכער דו ווערסט בלינד, לייענענדיק די מיקראָפֿילמען מיט שלעכט פֿאָקוסירטע קאָפּיעס פֿון פֿאַרצײַטיקע פּובליקאַציעס. דאָס מאָל האָב איך געזוכט אַרטיקלען וועגן ייִדישער עקאָנאָמיע אין דער פּעטערבורגער צײַטונג "פֿרײַנד", אָבער ס׳איז "אַרויפֿגעשוווּמען" אויך אַן אַרטיקל, וואָס אילוסטרירט דעם מצבֿ ערבֿ דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ.

רעצעפּטן
פֿון שׂרה־רחל שעכטער
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

קרופּניק, אָדער גערשטן־זופּ, איז וואָס מע רופֿט בלע״ז barley soup. יעדער קאָכער ווייסט, אַז ס׳איז געשמאַ­קער צוצוגרייטן אַ זופּ מיט יויך אַנשטאָט וואַסער; אין דעם רעצעפּט, ניצט מען אַ געמיש פֿון יויך און מערן־זאַפֿט. דער רעזולטאַט איז אַ געזינטערע זופּ, מיט אַ גרויסן פּראָצענט וויטאַמין A און בעטאַ־קאַראָטין.

אויב איר האָט אַ זאַפֿטמאַשין, קענט איר אַליין מאַכן דעם מערן־זאַפֿט. אויב נישט, קענט איר עס קויפֿן אין געשעפֿט. אַ דריטע ברירה: צעקוועטשט די מערן מיט אַ ביסל וואַסער אין אַן עלעקטרישן מישער. אויב דער זאַפֿט איז צו געדיכט, גיט צו נאָך אַ ביסל וואַסער.

טשיקאַװעס, װיסנשאַפֿט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון יואל מאַטוועיעוו
אַ טײַך־ראָרזינגער (reed warbler)

אַ גרופּע ביאָלאָגן פֿון רוסלאַנד און דײַטש­לאַנד האָבן נישט לאַנג צוריק דורכ­גע­פֿירט אַן עקספּערימענט: זיי האָבן גע­כאַפּט די טײַך־ראָרזינגער (European reed warblers) בעת זייער פֿרי­לינג-מיג­ראַציע, אַריבערגעפֿירט זיי מיט אַן עראָפּלאַן 1,000 קילאָמעטער אויף מיזרח, און אַרויסגעלאָזט. די פֿאָרשער האָבן איבער­געגעבן, אַז די באַפֿרײַטע פֿייגל האָבן גע­ביטן די ריכטונג פֿון זייער פֿלי, און זיך אומגעקערט צום פֿריִערדיקן מאַרשרוט.