- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַוודאי מוז מען וועגן דעם שרײַבן — אַ קלייניקייט, אַ גאַנצער גובערנאַטאָר פֿון אַזאַ וויכטיקן שטאַט ווי ניו־יאָרק, עליאָט ספּיצער, האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט אויף נואפֿן (גענוי וועגן דעם לייענט אויף ז‘ 2). ווער רעדט נישט די וואָך וועגן דעם?! נישט, חלילה, מ‘איז אויפֿגעבראַכט געוואָרן דערמיט, וואָס דער גובערנאַטאָר האָט באַזוכט אַ באָרדעל — נישט ער איז דער ערשטער, און נישט ער איז דער לעצטער צווישן די הויכגעשטעלטע טשינאָווניקעס. אַמעריקע האָט שוין געזען אַ פּרעזידענט אויך, וואָס שלאָפֿן נישט נאָר מיטן אייגענעם ווײַב. אַגבֿ, אויב מיר דערמאָנען שוין דעם כּמעט פֿאַרגעסענעם סקאַנדאַל מיטן פּרעזידענט ביל קלינטאָן, וויל זיך טאַקע פֿרעגן: פֿאַר וואָס דווקא איצט, אין די טעג פֿונעם פּרעזידענטן־געיעג, ווען דער נאָמען קלינטאָן איז ווידער אַרויסגעשטעלט אויבן אָן אין אַלע מעדיאַ־מיטלען, איז אויסגעבראָכן דער ספּיצער־סקאַנדאַל? צי איז עס צופֿעליק, צי נישט? מע זאָגט, אַז קיין צופֿעליקע סקאַנדאַלן פֿאַר די וואַלן קומען נישט פֿאָר; בפֿרט נאָך, אַז דער גובערנאַטאָר ספּיצער איז אַ דעמאָקראַט און האָט געשטיצט די קאַנדידאַטור פֿון הילאַרי קלינטאָן, די סענאַטאָרין פֿון שטאַט ניו־יאָרק. דער מאָראַלישער חטא פֿון ספּיצערן באַשטייט אין דעם, וואָס ער, אין זײַן צײַט, שטייענדיק בראָש דער געזעצמעסיקייט פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק, האָט מיט לײַב און נפֿש געקעמפֿט קעגן זנות און קאָרופּציע. טאַקע אָט די היפּאָקריטסטווע האָט אויפֿגעבראַכט די אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט. בײַ אונדז ייִדן זאָגט מען: דרײַ מענטשן האָט גאָט פֿײַנט: אַן עושר אַ גנבֿ, אַן אָרעמאַן אַ בעל־גאווה און אַן אַלטן נואף. אין אונדזער פֿאַל מיטן געוועזענעם פּראָקוראָר ספּיצער וואָלטן מיר נאָך צוגעגעבן: און אַ קטיגור אַ צבֿועק.
ישׂראל־אַראַבער: אַ פּראָבלעם אויף די צווייטע 60 יאָר די טראַגעדיע אין ירושלים, אין דער ישיבֿה "מרכּז־הרבֿ", וווּ אַן אײַנוווינער פֿון מיזרח־ירושלים האָט צעשאָסן אַכט ישיבֿה־בחורים (גענוי וועגן דעם לייענט ז‘ 7), האָט באַזונדערס בולט אַרויפֿגעבראַכט אויף דער אויבערפֿלאַך פֿון דער ישׂראל־געזעלשאַפֿטלעכקייט די פּראָבלעמען פֿון די אָרטיקע ישׂראל־אַראַבער. פֿון איין זײַט, האָבן די עקסטרעם־רעכטע ייִדן זיך געלאָזט צום הויז, וווּ עס וווינט די משפּחה פֿונעם מערדער, מיט אַ פּראָטעסט־מאַרש און מיט לאָזונגען מע זאָל זיי אַרויסטרײַבן פֿונעם לאַנד. פֿון דער אַנדערער זײַט, איז אַ היפּשער טייל פֿון דער פּאַלעסטינער יוגנט פֿאַרסמט מיט שׂינאה צו דער מלוכה בכלל און צו די ייִדן בפֿרט. די דאָזיקע יוגנט באַהאַלט שוין נישט אויס זייערע סימפּאַטיעס סײַ צו "כאַמאַס" און סײַ צו "כעזבאָלאַ". אַלץ העכער הערן זיך אויף די כּנסת־זיצונגען קולות איבערצוקוקן די בירגער־רעכט פֿון די ישׂראל־אַראַבער, וואָס האָבן זיי באַקומען, ווי באַוווּסט, אויף אַן אויטאָמאַטישן אופֿן. אין דער געזעלשאַפֿט רעדט מען הײַנט וועגן אײַנפֿירן תּנאָים, וואָס וואָלטן אָדער באַשטעטיקט, אָדער געלאָזט די אַראַבישע אײַנוווינער אָן די איצטיקע בירגערלעכע רעכט. בעת אַזאַ "פּראָצעדור" וואָלט מען געקאָנט אויך אויסקלאָרן ווער ס‘איז טאַקע אַ "געטרײַער בירגער" און ווער ס׳איז אַ שׂונא־ישׂראל. צי איז אַזאַ "פּראָצעדור" געזעצמעסיק? צי רײַסט זי נישט אונטער די אינסטיטוטן פֿון מענטשן־רעכט? צי שאַפֿט זי נישט קיין דיסקרימינאַציע? לאָמיר זיך נישט נאַרן: אַזאַ פּראַקטיק עקזיסטירט שוין אין ישׂראל צענדליקער יאָרן. ס‘איז נישט קיין סוד, אַז יעדער אימיגראַנט מוז מיטטיילן, צי ער האָט נישט געהאַט קיין פּראָבלעמען מיטן געזעץ אין יענעם לאַנד, פֿון וואַנען ער איז געקומען. זינט די 90ער יאָרן קאָנטראָלירט מען יעדן אימיגראַנט, צי ער איז טאַקע אַ ייִד, צי ער האָט זיך געמאַכט פֿאַר אַ ייִד, ווײַל אַנדערש וואָלט ער נישט געקאָנט אינעם לאַנד קומען; און וואָס איז נאָך וויכטיקער — צו באַקומען אַלע פּריווילעגיעס פֿון אַ ישׂראל־בירגער. וואָס געשעט מיט אַן "עולה", וואָס האָט געפֿעלשט זײַנע פּאַפּירן? ער ווערט אויס ישׂראל־בירגער, און ווי אַ רעזולטאַט דערפֿון, שיקט מען אים פֿונעם לאַנד אַרויס. צי קאָן מען לאָזן אָן בירגערשאַפֿט אַ געבוירענעם אין מדינת־ישׂראל, אויב ער איז אַ בלוט־שׂונא פֿון ישׂראל און אירע בירגער? אַ פֿראַגע, וואָס נאָך 60 יאָר ישׂראלדיקער מלוכהשאַפֿט, ווערט אַלץ שאַרפֿער און שאַרפֿער. דער ענטפֿער אויף דער דאָזיקער פֿראַגע איז פֿאַרבונדן מיט דער עקזיסטענץ פֿון מדינת־ישׂראל אין די ווײַטערדיקע 60 יאָר. A kleine umgenoikeit fun der redaktzieSubmitted by leonlab on Sun, 2008-03-16 11:19.
Der gubernator Shpitzer hot nisht bazucht nisht kein bordel zondern er hot getroffen di prostitutke in a Washington, DC hotel vu er hot zi aingeladn. Vos batreft di valen es vet a greise tragedie tomer Obama vert a prezident. Ich denk er iz farbunden mit shvartze un musulmenishe ekstremisten un er vet di Farainikte Shtaten un Isroel a greisen shodn machn. |