פּאָליטיק

ווי אָנגעהעריקע צו דער דריטער וועלט, ווערן באַטראַכט די לענדער פֿון אַפֿריקע, אַזיע (אַחוץ יאַפּאַן, וועלכע געהערט צו די 8 רײַכסטע לענדער אויף דער וועלט) און דרום (לאַטײַן)־אַמעריקע. איך דערמאָן זיך גוט, אַז ווען איך בין אין יאַנואַר 1959 צוריק­געקומען קיין ירושלים פֿון מײַן שליחות ווי דער ערשטער סעקרעטאַר אין דער ישׂראל­דיקער אַמבאַסאַדע אין לימאַ, פּערו, האָב איך דערוואַרט מען זאָל מיר געבן אַ שטעלע אין דער לאַטײַן־אַמעריקאַנער אָפּטיילונג פֿונעם אויסערן־מיניסטעריום. אָבער צו מײַן אומדערוואַרטקייט, האָט מען מיך דווקא באַשטימט צו אַרבעטן אין דער אָפּטיילונג פֿאַר אַזיע און אַפֿריקע — צוויי קאָנטינענטן, וועגן וועלכע איך האָב געוווּסט גאַנץ ווייניק. אין דער דאָזיקער אָפּטיילונג זענען געווען דרײַ סעקציעס: איינע פֿאַר אַזיע, אַ צווייטע פֿאַר מערבֿ־אַפֿריקע און אַ דריטע פֿאַר מיזרח־אַפֿריקע.

די אַזיאַטישע סעקציע האָט שוין געהאַט אונטער איר קאָנטראָל די ישׂראלדיקע אַמבאַ­סאַדעס אין טאָקיאָ (יאַפּאַן), ראַנגון (בורמאַ), באַנגקאָק (טײַלאַנד) און מאַנילאַ (די פֿיליפּי­נען). די מערבֿ־אַפֿריקאַנער סעקציע האָט שוין געהאַט אַמבאַסאַדעס אין מאָנראָוויע (ליבעריע), און אין אַקראַ (גאַנאַ). אין מיזרח־אַפֿריקע איז נאָך נישט געווען קיין איינציקע אַמבאַסאַדע, ווײַל אין מיזרח־אַפֿריקע זענען נאָך נישט געווען קיין פֿרײַע אומאָפּהענגיקע מדינות. און פּונקט אין דער סעקציע האָט מען מיך אַרײַנגעבראַכט.

איך האָב גענומען לייענען און לערנען וועגן מיזרח־אַפֿריקע און אין אַ קורצער צײַט האָב איך געהאַט אַ געלעגנהייט זיך צו באַקענען פּערזענלעך מיט מיזרח־אַפֿריקע, ווען עס איז געקומען קיין ישׂראל אויף אַ באַזוך דזשאָזעף נײַרערע, דער ייִנגערער ברודער פֿון טאַנזאַנישן (פֿריִערדיקע טאַנגאַני­קאַ) פֿירער, יוליוס נײַרערע. מען האָט מיך באַשטימט ווי אַ באַגלייטער פֿון דזשאָזעף נײַרערע אין פֿאַרלויף פֿון זײַן באַזוך און איך האָב פֿון אים אַ סך געלערנט.

מיט דרום־אַפֿריקע, וועלכע איז געוואָרן אַ סוּווערענע מלוכה אין דער ראַם פֿון דער בריטישער אימפּעריע אין יאָר 1934, האָט ישׂראל אָנגעקניפּט אירע דיפּלאָמאַטישע באַ­ציִונגען אין יאָר 1949. מיט ליבעריע, וועל­כע איז געשאַפֿן געוואָרן ווי אַן אומאָפּהענגיקע מדינה דורך די באַפֿרײַטע אַמעריקאַנער שוואַרצע שקלאַפֿן און לאָקאַלע שבֿטים — אין 1954; און אין יאָר 1957 מיט גאַנאַ, וועלכע האָט באַקומען איר אומאָפּהענגיקייט אינעם זעלבן יאָר. אין די 60ער יאָרן פֿונעם פֿאַר­גאַנגענעם יאָרהונדערט האָט ישׂראל אָנגע­קניפּט דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט 33 מדינות, וואָס האָבן באַקומען אומאָפּהענגי­קייט. די צײַט איז אָנגערופֿן געוואָרן ווי די "גאָלדענע תּקופֿה" אין די באַציִונגען פֿון ישׂראל מיט די לענדער פֿון דער דריטער וועלט. אין אויסערן־מיניסטעריום איז גע­שאַפֿן געוואָרן אַ ספּעציעלע אָפּטיילונג פֿאַר צוזאַמענאַרבעט מיט די דאָזיקע לענדער און אין איר ראַם זענען געקומען קיין ישׂראל טויזנטער סטו­דענטן, כּדי צו מאַכן פּראַקטיק אין פֿאַרשיי­דענע געביטן און זיך באַטייליקן אין קורסן.

נאָך מער טויזנטער אַפֿריקאַנער, ווי אויך אַזיאַטן, האָבן זיך באַטייליקט אין פֿאַרשידענע פּראָיעקטן און אין וואַנדערנדיקע קורסן, וואָס זענען אָרגאַניזירט געוואָרן דורך די ישׂראלדיקע אינסטרוקטאָרן. די ישׂראלדיקע אַרבעט און אַקטיוויטעטן אין די לענדער פֿון דער דריטער וועלט איז גיך באַקאַנט געוואָרן און געוואָרן אַ שם־דבר — זייער באַ­רימט אין אַלגעמיין. ישׂראל האָט געגלייבט, אַז זי קאָן באמת העלפֿן די נײַ־געשאַפֿענע אומאָפּהענגיקע מדינות. באַזירנדיק זיך אויף איר אייגענער דערפֿאַרונג האָט ישׂראל געפֿונען לייזונגען פֿאַר די פּראָבלעמען, וועלכע זענען ענלעך צו די פּראָבלעמען אין די נײַ־געשאַפֿענע לענדער און וואָס די גרויסע רײַכע לענדער האָבן זיך קיינמאָל נישט אָנגעשטויסן אין זיי.

ישׂראל האָט געוואָלט העלפֿן און אויך געהאָפֿט צו געווינען די שטימען פֿון די דאָזיקע לענדער אין די פּאָליטישע דעבאַטעס אין דער "יו־ען", אין וועלכע ישׂראל האָט געהאַט אַן אינטערעס. ישׂראל האָט אויך געהאָפֿט, אַז מיט דער הילף פֿון די אַפֿריקאַנער לענדער וועט זי מצליח זײַן דורכצוברעכן דעם אַראַבישן בויקאָט קעגן איר. דוד בן־גוריון האָט יענע יאָרן דעפֿינירט די צילן פֿון ישׂראל אין אַפֿריקע מיט די פֿאָלגנדיקע ווערטער: "מיר ווילן בויען בריקן צו די פֿעלקער וואָס באַפֿרײַען זיך אויפֿן שוואַרצן קאָנטינענט. מיר קענען זיי באמת העלפֿן אין זייער סאָציאַלער און מאַטעריעלער אַנט­וויקלונג, און מיר קענען זיי פֿאָרשלאָגן פֿיל מער ווי נאָר דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען. מיר ווילן, מיט דער הילף פֿון די אַפֿריקאַנער לענדער, דורכברעכן דעם בויקאָט, וועלכן עס האָבן אַרויפֿגעלייגט אויף אונדז די פֿײַנט­לעכע אַראַבישע לענדער. מיר קענען זיך נישט דערלויבן עס זאָל זיך אַנטוויקלען אין אַפֿריקע די זעלבע לאַגע, וואָס ס׳האָט זיך געשאַפֿן אין אַזיע, וווּ מען האָט אונדז נישט אײַנגעלאַדן צו קיין אינטערנאַציאָנאַלע קאָנ­פֿערענצן. אונדזער איינציקער פֿרײַנד אין אַזיע איז געווען בורמאַ".

נאָך דער סיני־מלחמה, מיטן עפֿענען דעם טיראַנער לאַנד־פּאַס אין רויטן ים, איז דער מסחר צווישן ישׂראל און אַפֿ­ריקע גע­וואָקסן און אין 1967, פֿאַר דער 6־טאָגי­קער מלחמה, איז דער עקספּאָרט פֿון ישׁראל קיין אַפֿריקע דערגאַנגען צו איבער 20 מיליאָן דאָלאַר און דער אימפּאָרט פֿון אַפֿריקע — צו 24 מיליאָן. אין דער זעקס־טאָגיקער מלחמה איז ישׂראל באַטראַכט גע­וואָרן ווי אַן אַגרע­סאָר, אָבער די אַפֿריקאַנער לענדער האָבן זיך באַצויגן מיטן גרעסטן כּבֿוד און אָפּ­שאַצונג צו אונדזערע מיליטע­רי­שע דער­גרייכונגען און האָבן נישט איבער­געריסן זייערע דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט אונדז. דער בראָך אין די ישׂראל־באַציִונגען מיט אַפֿריקע איז געקומען נאָך דער יום־כּיפּור מלחמה, ווען 30 אַפֿריקאַ­נער לענדער האָבן איבערגעריסן זייערע באַציִונגן מיט אונדז און נאָר דרײַ — האָבן עס נישט געטאָן און ממשיך געווען די פֿאַרבינדונגען ווײַטער: מאַלאַ­ווי, לעסאָטאָ און סוואַזילאַנד.

איך וויל זאָגן אַ פּאָר ווערטער וועגן אונדזערע באַציִונגען מיט אוגאַנדאַ, וווּ טעאָדאָר הערצל האָט אַמאָל געטראַכט אויפֿ­צושטעלן די ייִדישע מדינה. אין די טעג פֿון אונדזער "גאָלדענער תּקופֿה" אין אַפֿריקע, איז אוגאַנדאַ געווען דאָס לאַנד, וואָס האָט אָנגעקניפּט מיט אונדז די פֿרײַנדלעכסטע באַציִונגען. איר פּרעזידענט, דער גענעראַל אידי אַמין, האָט באַזוכט עטלעכע מאָל ישׂראל, געמאַכט געניטונגען ווי אַ פֿליִער אין דער מיליטערישער אַוויאַציע. זײַנע באַציִונגען מיט ישׂראל האָבן אויסגעזען אויסערגעוויינטלעך גוטע ביז... ער האָט פֿאַרלאַנגט פֿון אונדז אים צו געבן אַטאַק־געווער, ער זאָל עס קאָנען נוצן קעגן איינעם פֿון זײַנע שכנים. אַז ישׂראל האָט אים דאָס געווער נישט געגעבן, איז ער געוואָרן אַ פֿאַרביסענער שׂונא־ישׂראל. עס איז גוט באַ­קאַנט די געשעעניש מיטן פֿאַרכאַפּטן פֿראַנ­צויזישן עראָפּלאַן מיט 258 פּאַסאַזשערן, צווישן זיי 100 ישׂראלים. ישׂראל האָט געמוזט שיקן קיין ענטעבע אַ מיליטערישע קאָמאַנדע, כּדי צו באַפֿרײַען די פּאַסאַזשירן און די מאַנשאַפֿט פֿונעם עראָפּלאַן. די לעגענדאַרע דערפֿאָלגרײַכע אָפּעראַציע האָט איבערראַשט די גאַנצע וועלט.

נאָכן אונטערשרײַבן אַ שלום־אָפּמאַך צווישן ישׂראל און עגיפּטן אין מערץ 1979, האָבן אַלע אַפֿריקאַנער לענדער, איינע נאָך דער אַנדערער, באַנײַט די באַציִונגען מיט ישׂראל — אײַנגעשלאָסן אוגאַנדאַ. דרײַ אַפֿרי­קאַנער לענדער האָבן נאָך נישט באַ­נײַט די באַציִונגען מיט אונדז: גינייע, מאַלי און טשאַד.

נישט ווייניקער ווי אין אַפֿריקע, זענען געלעגן די אינטערעס פֿון ישׂראל אין אַזיע. נישט בלויז מיטן ציל צו מינימיזירן די אַראַבישע שׂינאה, ווי זי האָט דאָס געהאָפֿט צו טאָן מיט אַפֿריקע, נאָר אויך מיט אַן ערלעכן טיפֿן געפֿיל, אַז צוליבן געהערן געאָגראַפֿיש צו אַזיע, איז ישׂראל אַ נאַטיר­לעכע טייל פֿון דעם אַזיאַטישן קאָנטינענט און זײַן קולטורעלער סבֿיבֿה, כאָטש די אַזיאַטן גופֿא האָבן דווקא נישט קיין שום פֿונדאַמענטאַלן וויסן וועגן דעם ייִדישן פֿאָלק און ארץ־ישׂראל.

דער תּנ״ך, דאָס הייליקע לאַנד און אַנ­דערע ענלעכע באַגריפֿן, וואָס זאָגן עדות וועגן די ספּעציעלע באַציִונגען צווישן ייִדישן פֿאָלק און זײַן לאַנד, זענען אין אַלגעמיין פֿרעמד די אַזיאַטישע פֿעלקער. די דאָזיקע באַגריפֿן זענען אַן אינטעגראַלער טייל פֿון מערבֿ־קריסטלעכן עטאָס. די אַזיאַטישע פֿעלקער האָבן אַפֿילו נישט קיין באַדײַטונגס­פֿולן אַנונג וועגן חורבן פֿון ייִדישן פֿאָלק. אַ חוץ, פֿאַרשטייט זיך, פֿון די איראַנער. די פּאָזיטיווע באַציִונג פֿונעם איראַנישן פֿאָלק צו די ייִדן איז געקומען צום אויסדרוק דורך דעם איראַנישן קעניג כורש, דעם בילדער פֿון דער פּערסישער אימפּעריע און ציווילי­זאַציע. נאָך דעם ווי כורש האָט אין יאָר 538 פֿאַר דער אַלגעמיינער צײַטרעכענונג אײַנגע­נומען ארץ־ישׂראל, האָט ער גערופֿן די ייִדן זיך צוריקצוקערן אין זייער היימלאַנד און אויפֿבויען פֿון ס׳נײַ זייער הויפּטשטאָט, ירושלים. אין דער מאָדערנער תּקופֿה, האָט איראַן געשטימט אין דער "יו־ען" אין 1947 קעגן דעם שאַפֿן אַ ייִדישע מדינה. אָבער גלײַך נאָך דעם ווי מדינת־ישׂראל איז אַנט­שטאַנען, האָבן די איראַנער געשיקט שליחים קיין ישׂראל און אין יאָר 1950 אָנערקענט ישׂראל "דע־פֿאַקטאָ".

עס האָבן זיך אָנגעקניפּט דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען צווישן ביידע לענדער, וועלכע האָבן זיך אַנטוויקלט זייער צופֿרידנשטעלנדיק. צום בײַשפּיל, איראַן האָט דערלויבט 65,000 פֿון אירע 95,000 ייִדן עולה צו זײַן קיין ישׂראל און אין יאָר 1967, אין דער צײַט פֿון דער זעקס־טאָגיקער מלחמה, ווען די גאַנצע אַראַבישע וועלט האָט דערקלערט אַן עקאָ­נאָמישן בויקאָט אויף ישׂראל, האָט איראַן נישט אויפֿגעהערט צו שיקן אין ישׂראל נאַפֿט דורכן פּערסישן ים־אויסגוס און דעם רויטן ים. אַיאַטאָלאַ כומעיניס רעוואָלוציע אין 1979 האָט איבערגעקערט די טעלער און זינט דאַן פֿירט איראַן אַ פֿײַנטלעכע פּאָליטיק קעגן ישׂראל, און איר פּרעזידענט אַכ­מאַ­דינעדזשאַד הערט נישט אויף צו דראָען ישׂראל זי צו פֿאַרניכטן (איך האָב וועגן דעם פּובליקירט אַן אַרטיקל אין "פֿאָרווערטס" דעם 12טן יאַנואַר 2007).

וואָס שייך דעם דורכשניטלעכן אַזיאַטישן אינטעלעקטואַל, וואָס האָט באַקומען זײַן בילדונג אין אייראָפּע אָדער אַמעריקע, האַלט ער ישׂראל ווי אַ טייל פֿון דער מערבֿדיקער אייראָפּעיִשער ציוויליזאַציע. דער סאָציאַלער און קולטורעלער כאַראַקטער פֿון ישׂראל איז פֿרעמד דעם אַזיאַטישן לעבן־אַרט און איז אידענטיפֿיצירט מיטן מערבֿדקן כאַראַקטער. און נאָך אַ פּונקט: אין אַזיע האָבן געלעבט זייער ווייניק ייִדן און דאָס האָט אויך באַגרענעצט די אינפֿאָרמאַציע וועגן ייִדישן פֿאָלק און ישׂראל. עס זענען קיינמאָל נישט געווען קיין באַדײַטונגספֿולע ייִדישע קהילות אין אַזיע, כאָטש מען דאַרף דערמאָנען די עקזיסטענץ פֿון די קליינע ייִדישע קהילות אין קײַפֿאָנג אין כינע, און אין קוטשין, אין אינדיע.

שפּעטער, אין 19טן יאָרהונדערט, זענען, ווי אַ פּועל־יוצא פֿון דער מערבֿדיקער קאָ­לאָניאַלער עקספּאַנסיע, אַנטשטאַנען קלענע­רע ייִדישע קהילות אין אַזיע, און אין פֿאַר­לויף פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט — ווי אַ רע­זולטאַט פֿון דער באָלשע­וויסטישער רעוואָלוציע, און שפּעטער, מיט דער דער­שײַנונג פֿון נאַציזם — האָבן זיך געשאַפֿן קליינע ייִדישע קהילות אין ראַנגון, באַנ­גקאָק, סינגאַפּור, דזשאַ­קאַרטאַ, מאַנילאַ, האָנג־קאָנג, כאַרבין, קאָבע און שאַנכײַ. קיין קאָבע, אין יאַפּאַן, זענען אין יאָר 1941, ערבֿ דעם אָנפֿאַל פֿון נאַצי־דײַטשלאַנד אויפֿן ראַטן־פֿאַרבאַנד, געקומען 5,000 ייִדן אויף יאַפּאַנישע וויזעס, וועלכע זיי האָבן באַקומען אין קאָוונע, ליטע, פֿונעם יאַפּאַנישן קאָנסול, סאַנפֿו סוגי­האַראַ, אָן דער דערלוי­בעניש פֿון יאַפּאַנישן אויסערן־מיניסטעריום. נאָך דער אַנטשטייונג פֿון מדינת־ישׂראל, איז סוגיהאַ­ראַ אָנערקענט געוואָרן ווי אַ חסיד אומות העולם. די ייִדן פֿון קאָבע זענען שפּעטער אַריבערגעפֿירט געוואָרן אין געטאָ שאַנכײַ און דאָרט איבערגעלעבט דעם חורבן.

די גרעסטע טייל פֿון דער אַזיאַטישער פּאָליטי­שער עליטע נאָך דער צוויי­טער וועלט־מלחמה זענען געווען באַווירקט פֿון דער אַנטי־ציוניסטשער אַנ­שויונג. זייערע פּאָליטישע נייגונגען זענען געווען באַ­אײַנ­פֿלוסט דורך די פֿאַרשיידענע אַנטי־אימ­פּע­ריאַליסטישע און אַנטי־קאָלאָניאַלע באַווע­גונגען, וואָס זענען פֿאַרשפּרייט געוואָרן אין אַזיע אין פֿאַרלויף פֿון די 20ער און 30ער יאָרן. פֿון איין זײַט זענען זיי געווען אונטער דער השפּעה פֿון די מאַרקסיסטיש־קאָמו­ניסטישע אידעאָלאָגיעס, און פֿון דער אַנדע­רער זײַט — פֿון אַראַבישן שאָוויניזם.

אמת, די אַזיאַטישע לענדער האָבן נישט געגליכן סײַ די סיני־מלחמה און סײַ די זעקס־טאָגיקע מלחמה, אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט — האָבן ביידע מלחמות אויפֿגעוועקט אין די דאָזיקע לענדער, פּונקט ווי אין די אַפֿריקאַנער לענדער, כּבֿוד און אָפּשאַצונג פֿאַר ישׂראלס מיליטערישע מעגלעכקייטן. דאָס איז אָבער נישט געווען גענוג אַנט­קעגנצושטעלן די הערשנדיקע מיינונג אין די אַזיאַטישע לענדער, אַז ציוניזם איז אַ פֿרעמדע אימפּעריאַליסטישע באַוועגונג.

אַ סענטימענט פֿון מוסולמענישער סאָ­לידאַריטעט בײַ די מוסולמענישע פֿעלקער אין אַזיע האָט אויך בײַגעטראָגן צו דעם אַנטי־ציוניסטישן און אַנטי־ישׂראלדיקן צו­גאַנג און שטיצע פֿאַר די אַראַבער אין זייער קאָנפֿליקט מיט ישׂראל. דאָס אַלץ האָט נישט דערמעגלעכט ישׂראל זיך אָנצושליסן אין דעם אַפֿראָ־אַזיאַטישן בלאָק, און די אַראַבער האָבן מצליח געווען צו פֿאַרווערן די באַטייליקונג פֿון ישׂראל אין פֿאַרשידענע אַפֿראָ־אַזיאַטישע צוזאַמענטרעפֿן.

אין אַזיע געפֿינען זיך די צוויי לענדער מיט דער גרעסטער באַפֿעלקערונג: כינע — מיט אַ מיל­יאַרד און 300 מיליאָן אײַנוווינער, און אינדיע — מיט אַ מיליאַרד און 100 מיליאָן מענטשן. ישׂראל האָט אָנערקענט די קאָמוניסטישע כינע אין יאָר 1950 און די פֿאַראייניקטע שטאַטן זענען נישט געווען צופֿרידן מיט ישׂראלס האַנדלונג אין יענער צײַט. אָבער די איינציקע אַמעריקאַנער רעאַקציע צום באַשלוס פֿון ישׂראל איז געווען, אַז "עס וואָלט געווען כּדאַי אַ ביסל אָפּצוּוואַרטן ביז אַ ממשותדיקע צאָל מדינות פֿון נישט־קאָמוניסטישן בלאָק וועלן זי אָנערקענען".

וואָס שייך אינדיע, האָט זי אָנערקענט ישׂראל אין יאָר 1950, אָבער זי האָט דערבײַ צוגעגעבן, אַז זי קלײַבט זיך נישט אָנצוקניפּן מיט איר קיין דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען, ווײַל זי שטיצט די אַראַבער אין זייער קאָנפֿליקט מיט ישׂראל. אין אַפּריל 1955 איז פֿאָרגעקומען די ערשטע אַזיאַטיש־אַפֿריקאַנער קאָנפֿערענץ אין באַנדונג, אינדאָנעזיע, און דאָרט זענען געשאַפֿן געוואָרן ענגע פֿרײַנדלעכע באַציִונגען צווישן די פֿיר וועלטלעכע פּאָליטישע פּערזענלעכקייטן, וועלכע זענען געוואָרן די פֿירער פֿון בלאָק פֿון די "נישט־אידענטיפֿיצירטע לענדער", די אַזוי־גערופֿענע — "דריטע וועלט". די פֿיר זענען געווען: טשו־ען־לײַ, דער פּרעמיער־מיניסטער פֿון דער קאָמוניסטישער כינע; דזשאַוואַהאַרלאַל נעהרו, דער פּרעמיער־מיניסטער פֿון אינדיע; אַבדול נאַסער, דער פּרעזידענט פֿון עגיפּטן, און יאָסיף טיטאָ, דער פּרעזידענט פֿון יוגאָסלאַוויע.

(סוף אין קומענדיקן נומער)

ווי אויך די אַנדערע מדינות, געשטימט פֿאַר דער אַנטי־ישׂראלדיקער רעזאָלוציע, וואָס עס האָבן צוגעשטעלט די אַראַבישע לענדער. און פֿון דאַן אָן איז די פּאָליטיק פֿון כינע און אינדיע געווען פֿײַנטלעך צו ישׂראל. ערשט נאָך דער מאַדריד־קאָנפֿערענץ האָבן כינע און אינדיע מסכּים געווען אָנצוקניפּן דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט ישׂראל: כינע — דעם 24סטן יאַנואַר 1992, און אינדיע — דעם 29סטן יאַנואַר 1992. פֿון דעמאָלט אָן אַנטוויקלען זיך די באַציִונגען צווישן ישׂראל, כינע און אינדיע אויף אַ צופֿרידנשטעלנדיקן אופֿן.

אין פֿאַרלויף פֿון די יאָרן האָט ישׂראל מצליח געווען אָנצושטעלן דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען אויך מיט די פֿאָלגנדיקע אַזיאַטישע לענדער: יאַפּאַן (וואָס, פֿאַרשטייט זיך, געהערט נישט צו דער דריטער וועלט, און אונדזערע באַציִונגען מיט איר זינט 1952 זענען אַ טייל פֿון אונדזערע באַציִונגען מיטן מערבֿ), בורמאַ, טײַלאַנד, לאַאָס, פֿיליפּינען, שרי־לאַנקאַ, קאַמבאָדיע, נעפּאַל, דרום־קאָרעע, סינגאַפּור און וויעטנאַם.

דער דריטער קאָמפּאָנענט פֿון דער דריטער וועלט זענען די מדינות פֿון לאַטײַן־אַמעריקע, און די געשיכטע פֿון די באַציִונגען צווישן זיי און ישׂראל איז גאָר אַן אַנדערע ווי די געשיכטעס פֿון אַפֿריקע און אַזיע. די לאַטײַן־אַמעריקאַנער לענדער זענען געווען צווישן די "אַקושערקעס" פֿון דער ייִדישער מדינה. אין דער "יו־ען"־קאָמיסיע פֿון 11 מיטגלידער, וואָס האָט דעם 29סטן נאָוועמבער 1947 רעקאָמענדירט די שאַפֿונג פֿון דער ייִדישער מדינה, זענען געווען דרײַ לאַטײַן־אַמעריקאַנער לענדער: אורוגווײַ, גוואַטעמאַלאַ און פּערו; דער פּרעזידענט פֿון דער אַלגעמיינער פֿאַרזאַמלונג בײַ דער "יו־ען", וואָס האָט באַשטעטיקט די גרינדונג פֿון מדינת־ישׂראל, איז געווען דער פֿאָרשטייער פֿון בראַזיל; און צווישן די 33 מדינות, וואָס האָבן געשטימט פֿאַר דעם חלוקה־פּלאַן, זענען געווען 13 לאַטײַן־אַמעריקאַנער לענדער: בראַזיל, גוואַטעמאַלאַ, אורוגווײַ, באָליוויע, קאָסטאַ־ריקאַ, די דאָמיניקאַנער רעפּובליק, עקוואַדאָר, פּערו, פּאַנאַמאַ, פּאַראַגווײַ, ווענעזועלאַ, האַיִטי און ניקאַראַגואַ.

5 לאַטײַן־אַמעריקאַנער לענדער האָבן זיך אָפּגעהאַלטן פֿון שטימען און דאָס האָט אויך געהאָלפֿן: אַרגענטינע, טשילע, קאָלאָמביע, על סאַלוואַדאָר, האָנדוראַס און מעקסיקאָ. דעם 11טן מײַ 1949 איז ישׂראל אויפֿגענומען געוואָרן ווי אַ מיטגליד אין דער "יו־ען". צווישן די, וואָס האָבן פֿאָרגעשלאָגן דער "יו־ען" אײַנצושליסן ישׂראל אין דער אינטערנאַציאָנאַלער אָרגאַניזאַציע, זענען געווען דרײַ לאַטײַן־אַמעריקאַנער מדינות: גוואַטעמאַלאַ, האַיִטי און פּאַנאַמאַ. און זינט דאַן האָבן אָנגעקניפּט מיט ישׂראל דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען אַלע לאַטײַן־אַמעריקאַנער לענדער, און די דאָזיקע באַציִונגען אַנטוויקלען זיך די אַלע יאָרן אויפֿן בעסטן אופֿן, אַ חוץ קובאַ, וועלכע האָט נאָך דער יום־כּיפּור־מלחמה איבערגעריסן די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט ישׂראל און ביז הײַנט זיי נישט באַנײַט. אויך ניקאַראַגואַ האָט איבערגעריסן די באַציִונגען, אָבער באַנײַט זיי אין יאָר 1992, נאָך דער מאַדריד־קאָנפֿערענץ.

די פּרשה אײַכמאַן האָט געקאָנט זייער שעדיקן אונדזערע באַציִונגען מיט גאַנץ לאַטײַן־אַמעריקע. ווי באַקאַנט, האָט אַ מאַנשאַפֿט פֿונעם ישׂראלדיקן "מוסד" פֿאַרכאַפּט אין בוענאָס־אײַרעס, אין 1960, דעם נאַצישן אַרכי־מערדער, אַדאָלף אײַכמאַן, אים געהיים געבראַכט קיין ישׂראל, געמישפּט פֿאַר זײַן שטיין אין שפּיץ פֿונעם מאָרד פֿון די זעקס מיליאָן ייִדן און אים אויפֿגעהאָנגען. אַרגענטינע האָט באַטראַכט די אויפֿפֿירונג פֿון ישׂראל ווי אַ פֿאַרלעצונג פֿון איר סוּווערעניטעט, אַרויסגעטריבן דעם ישׂראלדיקן אַמבאַסאַדאָר און אָנגעגעבן אַן אָנקלאַגע צו דער "יו־ען" קעגן ישׂראל.

די "יו־ען" האָט טאַקע געטאַדלט ישׂראלס האַנדלונג, אָבער אויך אויסגעדריקט פֿאַרשטענדעניש פֿאַר דעם טאַט. אַלע לאַטײַן־אַמעריקאַנער לענדער האָבן אַרויסגעוויזן פֿאַרשטענדעניש פֿאַר די מאָטיוון פֿון דעם טאַט, אָבער אַזוי לאַנג ווי עס האָט עקזיסטירט דער קאָנפֿליקט מיט אַרגענטינע, זענען אַלע לאַטײַן־אַמעריקאַנער לענדער געווען סאָלידאַריש מיט בוענאָס־אײַרעס און דאָס האָט ממש געדראָט די באַציִונגען פֿון ישׂראל מיטן גאַנצן קאָנטינענט.

דעריבער האָט ישׂראל געטאָן אַלץ מעגלעכס, כּדי צו לייזן די פּראָבלעם און האָט צום סוף מצליח געווען. עס איז באַשטימט געוואָרן אַ נײַער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדאָר, גענעראַל יוסף אַבֿידר (ער איז פֿריִער געווען אַמבאַסאַדאָר אין מאָסקווע). איך בין געשיקט געוואָרן ווי ראַטגעבער פֿון דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע אין בוענאָס־אײַרעס און בין אַהין געקומען אין נאָוועמבער 1963.

ווען איך בין אָנגעקומען קיין בוענאָס־אײַרעס און געבראַכט געוואָרן צום הויז וווּ מיר האָבן געזאָלט וווינען, האָבן מיר אויף די ווענט געפֿונען אויפֿשריפֿטן: "לעבן פֿאַר אײַכמאַן און טויט פֿאַר ישׂראל". דאָס איז, ווי איר זעט, נישט געווען קיין וואַרעמע אויפֿנאַמע. אָבער, מיט דער צײַט, האָבן זיך אונדזערע באַציִונגען מיט אַרגענטינע אומגעקערט צו דער זעלבער מדרגה וואָס זיי זענען געווען פֿאַרן אײַכמאַן־אינצידענט.

איך האָב אין צוויי קאָמפּאָנענטן פֿון דער דריטער וועלט — אַפֿריקע און אַזיע — נישט געדינט. אָבער איך קען זאָגן, אַז איך בין געווען בײַם וויגעלע פֿון דער אַנטשטייונג פֿון די באַציִונגען צווישן ישׂראל און דעם אַפֿריקאַנער קאָנטינענט. אַזיע האָב איך באַזוכט נאָך דעם ווי איך בין געוואָרן אַ פּענסיאָנער. איך האָב באַזוכט כינע, און צווישן אַנדערע פּלעצער, שאַנכײַ און דאָס פּלאַץ, וווּ עס איז געווען די ייִדישע געטאָ אין די יאָרן פֿון דער מלחמה.

וואָס שייך לאַטײַן־אַמעריקע, האָב איך נישט נאָר געדינט אין לימאַ, פּערו, און אין בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע, נאָר — ווי דער פֿאַרוואַלטער פֿון דער קולטורעל־וויסנשאַפֿטלעכער אָפּטיילונג אין אונדזער אויסערן־מיניסטעריום אין ירושלים — האָב איך אין יאָר 1976 באַזוכט אַלע לאַטײַן־אַמעריקאַנער לענדער — אויסער קובאַ, טשילע, באָליוויע און ניקאַראַגואַ — און דאָרט אונטערגעשריבן מיט די לאָקאַלע אויסערן־מיניסטעריומס פּראָגראַמען פֿאַר אַ קולטורעל־וויסנשאַפֿטלעכן אויסטויש.

אין ירושלים עקזיסטירט אַן אינסטיטוט פֿאַר קולטורעלע באַציִונגען מיט די לענדער פֿון לאַטײַן־אַמעריקע און אין כּמעט אַלע לענדער פֿונעם לאַטײַן־אַמעריקאַנער קאָנטינענט געפֿינען זיך אינסטיטוטן פֿאַר בילאַטעראַלע קולטורעלע און וויסנשאַפֿטלעכע באַציִונגען מיט ישׂראל.