אַמאָליקע צײַטן, ווען מען האָט געוואָלט וויסן ווי אַלט אַ מענטש איז, דער עיקר אַ ייִדענע, האָט מען זי אַ פֿרעג געטאָן:
"ליבע פֿרוי, ווען זײַט איר געבוירן געוואָרן?"
און דער ענטפֿער פֿלעגט זײַן גאָר אַ פּשוטער:
"אוי מײַן קינד, איך בין געבוירן געוואָרן, ווען ס'איז בײַ אונדז אין שטעטל אויסגעבראָכן די ערשטע שׂרפֿה. ווי קום איך צו געדענקען די ערשטע שׂרפֿה, נעבעך.
קיינער געדענקט דאָך פֿאָרט נישט ווען ער איז געבוירן געוואָרן, האָב איך אַ גוטן סימן. ווען דאָס שטעטל האָט צום צווייטן מאָל אָפּגעברענט, בין איך שוין געווען אַזוי גוט ווי אַ מיידעלע פֿון אַ יאָר פֿינף־זעקס. איז ווי אַלט קען איך איצט זײַן? מסתּמא אַזוי אַלט ווי מײַן מאַמעשי איז געווען אין מײַנע יאָרן".
בײַ אַ צווייטער געלעגנהייט, אַז מען האָט געפֿרעגט בײַ אַ ייִשובֿניק, אַ פּראָסט און פּשוטן בשׂר־ודם, וויפֿל ייִדן, כּן־ירבו, האָבן געלעבט בײַ אים אויפֿן ייִשובֿ, האָט ער זיך קודם גוט אויסגעהוסט, און גענומען צעוויקלען אַ נעץ פֿון נאָכטראַכטענישן און דערמאָנונגען, געקומען צו דער מסכּנה אַז דאָס פּאַסירעניש איז זיך פֿאַרלאָפֿן ווײַט אין זײַן געדעכעניש און איצט איז געקומען די צײַט דאָס צו אַנטפּלעקן לכּל־עם־ועדה:
"אַהאַ! אָט־אָ דאָס פּיקעט אײַך!!!" האָט ער פֿאַרזשמורעט די אויגן און געלאָזט די געדיכטע ברעמען אָנשפּאַרן זיך אין אָנגעבלאָזענע זעקעלעך וואָס אונטער די אויגן. "איז לויט ווי איך געדענק דאָס, כאָטש כ'בין נאָך געווען אַ צוציק פֿון אַ פּעמפּיק, מיט צעריסענע הויזן דערצו, האָבן מיך אַלע דעמאָלט גערופֿן שימעלע־דראָש, און איר ווייסט פֿאַרוואָס? ווײַליק מײַן טאַטע איז געווען אַ דראָשקאַזש און געפֿירט אַ דראָשקע פֿון פּוטיאַדעווקע קיין קאַטשעלאַפּעווקע און צוריק. איז אונדזער ייִשובֿ טאַקע געווען באַזעצט מיט אונדזעריקע, באַלעבאַטישע ייִדן, מערסטנס בעלי־בהמות, ס'הייסט זיי האָבן געפֿיטערט פֿי און בהמות. האָבן מיר, קיין עין־הרע, געלעבט. אַ חוץ מיר, מײַנע דרײַ ברידער און צוויי שוועסטער, מײַן טאַטע, די מאַמע, די מומע נעכע, די באָבע סורטשע און דער זיידע ע"ה. אַ קלוגער ייִד איז געווען מײַן זיידע. ער האָט געקענט לייענען פֿון דער מאַמעס סידורל, איז ער אָבער אומגעקומען ווען ס'האָבן זיך אויף אונדז אַראָפּגעלאָזט די דאָרפֿישע שקצים — כוליגאַנעס, און גענומען בריקעווען זיך, און באַוואָרפֿן אונדז מיט שטיינער. זיי האָבן געהאַלטן אין איין ליאַרעמען, אַז מיר ייִדן זײַנען שולדיק אין דעם וואָס דער גלח זאָגט. און דער גלח זאָגט אַז מיר האָבן געהאַט אַ האַנט אין אָפּראַמען פֿון וועג זייער גאָט".
"דעמאָלט האָט דער זיידע באַקומען אַ שטיין אין קאָפּ, און ער איז דערפֿון שוין נישט אַרויס קיין לעבעדיקער. אָבער איר ווילט דאָך וויסן וויפֿל ייִדן? קען איך אײַך גאַנץ דרייסט אָפּמעסטן דעם חשבון, אַז בײַ אונדז אין ייִשובֿ האָבן זיך געפֿונען אַ קײַמא־לן פֿון אַ צוואַנציק אָדער דרײַסיק ייִדישע משפּחות, און אַלע גאָט די נשמה שולדיק".
נאָכן אָנפֿאַל איז אויף אונדז געקומען די מגפֿה, און זי האָט אַוועקגעשלעפּט מײַן פֿעטער מעכלען, די מומע פּעשע, אונדזער שכנס קליין טעכטערל לייטשע, דעם וואַסער־טרעגער פֿישל. צוזאַמען מיט זיי זײַנען געפֿאַלן די פּוסטע קעפּ, די כוליגאַנעס וואָס האָבן דערליידיקט מײַן זיידן. נאָך דער מגפֿה איז אַלץ צוזאַמען בײַ אונדז פֿאַרבליבן אין ייִשובֿ בײַ אַ דרײַסיק ייִדישע נפֿשות."
אַזוי האָבן די אַמאָליקע ייִדן געהאַלטן די בוכהאַלטעריע מיטן דין־וחשבון פֿון זייער לעבנס־געשיכטע. הײַנט, אַז מיר זײַנען שוין אויסגעוואַקסן מיט צען קעפּ, און זיך באַזאָרגט מיט קאַלענדאַרן און מיט דאַטעס, קען מען שוין האַלטן כראָניקעס פֿון אַלע אומגליקן אַלאַמאָד. איז נאָך אַלץ פֿאַרבליבן דער אינטערעס צו כאַפּן אַ שמועס מיט ייִדן. אַפֿילו ווען די ייִדן האָבן שוין אַדורכגעמאַכט קאַלטס און וואַרעמס, וואָס מ'קען נישט פֿאַרגלײַכן צו די אַמאָליקע שׂרפֿות, מגפֿות אָדער פּאָגראָמען. האָב איך זיך אונטערגענומען ווײַטער צו פֿירן אַ שטיקעלע חקירה, און אויסגעפֿינען, וואָס די געראַטעוועטע האָבן געטאָן נאָכן גרויזאַמען חורבן. ווײַל לאָמיר זיך נישט נאַרן, די שארית־הפּליטה זײַנען די זעלביקע ייִדן פֿון די שטעטלעך און ייִשובֿים פֿון אַמאָל. נאָר וואָס דען? זיי האָבן זיך אַרײַנגעפּאַסט אינעם היגן טאָג־טעגלעכן צופֿלוס און אָפּפֿלוס פֿון לעבן, און גייען שוין נאָך אַן אַנדער לוח.
איז לאָמיר אָנהייבן מיט דער קאַלטע מלחמה. שטעל איך אָפּ אַ ייִדן אויף אַ ברוקלינער גאַס און פֿרעג אים:
"זײַט מוחל ר' ייִד, איר רעדט ייִדיש?"
"נו וווּ דען — טערקיש?"
דאָס איז מיר געפֿעלן. אַ מענטש מיט אַ ייִדישן חוש פֿאַר לשון־דיבור. גיי איך שוין ווײַטער:
"אפֿשר קענט איר מיר זאָגן, וואָס אַזוינס געדענקט זיך אײַך וועגן דער קאַלטער מלחמה?" — יענער פֿאַרטראַכט זיך אַ קאַפּיטשקע, גיט אַ שמייכל און מאַכט:
"ערשט איבערגעקומען די הייסע מלחמה איז אויף אונדז געקומען די קאַלטע, אַז אויסגעריסן זאָל די וועלט ווערן מיט אירע מלחמות. מ'קען בשום־אופֿן נישט אײַנליגן און געניסן פֿונעם לעבן. מ'האַלט אין איין דאָקוטשען. איז לאָמיך נאָר אַ קראַץ טאָן מײַן זכּרון, וועלכער לײַדט שוין פֿון זשאַווער. די קאַלטע מלחמה, זאָגט איר... דאַכט זיך מ'איז בלויז אָפּגעקומען מיט שרעק. מ'האָט זיך דעמאָלט, אויב איך מאַך נישט קיין טעות, אָנגעזעצט אויף די אויסגעלינקטע. איך האָב אָבער געהאַט מײַן אייגענעם דרך־השׂכל. ניצול געוואָרן פֿון דער הייסער שׂרפֿה, מקריבֿ געווען דאָס גאַנצע וואָס איז מיר געווען ליב און טײַער, האָב איך זיך דאָ אַרומגעקוקט און באַשלאָסן צו שטעלן זיך אויף די פֿיס, מפֿרנס זײַן ס'הויזגעזינד, און זאָל די וועלט פּאָלזען אויף אַלע פֿיר".
ס'גייען נישט אַוועק קיין לאַנגע וויכּוחים, שטעלט מען זיך שוין ווידער אַוועק שיסן און קוילען. דאָס מאָל אין קאָרעע. פּאַטריאָטיזם האָט געשוועבט אין דער לופֿטן. זיכער וועט מען פֿאַרטיידיקן די גאָלדענע מדינה. נישטאָ דערפֿון קיין רייד, מ'וועט מאַרשירן אין די גאַסן מיט די אַמעריקאַנער פֿענער צעפֿלאַטערט. מ'וועט זיך צושטעלן צו די באַריקאַדן און אַוועק זיך נוקם זײַן אינעם שׂונא. אָבער וואַרט אַ מינוטקעלע? וווּ איז דער שׂונא, וווּ? ווער איז ער? ווער האָט אים איבערגערעדט צוצוכאַפּן זיך צום געווער ווי צו הייסע לאָקשן? ווײַזט זיך אַרויס אַז מיר זײַנען אַוועק האַלטן מלחמה מיט אַ שׂונא וואָס מ'האָט אים אַזוי געקענט ווי מ'האָט געקענט דאָס גלאָקן־שפּיל צווישן הודו און כּוש. מיט איינעם פֿון יענע פֿרײַוויליקע, וואָס איז מיר אויסגעקומען צו כאַפּן אַ שמועס איז געווען געצל, דער ייִדישער פֿײַערלעשער פֿון שטעטלע רוזוועלט אין ניו־דזשוירזי.
"דערצייל מיר געצל, ווי איז צוגעגאַנגען די מלחמה אין קאָרעע?"
האָט ער זיך ברייט צעשמייכלט, געקוקט אויף מיר ווי אויף איינע וואָס איז ערשט אַראָפּ פֿון דער סטאַטוע פֿון פֿרײַהייט, צווישן מאַנהעטן און סטעטן־אײַלענד:
"הער מיך אויס!" — האָט ער פֿאַרזשמורעט די אויגן — "מיך האָט מען אַראָפּגעלאָזט אויפֿן אינדזל — אָקינאַווע. דאָרט איז דווקא געווען גוט ווי די וועלט. די גיישאַס זײַנען געווען צוגעלאָזן. זיי האָבן מיך באַדינט ווי מ'באַדינט אַ מלך־קיסר. די באַסיינען זײַנען געווען אָנגעגליט און לאַגאָדנע, די אָקינאַווישע מיידלעך האָבן געהאַלטן אין איין אַרײַנלאַכן אין זייערע ברייטע אַרבל פֿון די קימאָנאָס. וואָס דאָס האָט באַטײַט ווייס איך נישט. איך ווייס נאָר איין זאַך. קאָרעע פֿאַר מיר איז געווען אַ לײַכטע מלחמה. מ'איז געווען גרייט אויף אַלעם. אָבער גאָט האָט געהאָלפֿן און איך בין אַרויס מיט גאַנצע ביינער".
בין איך אַוועק מיט אַ טיר ווײַטער, ווײַל נאָך קאָרעע איז געקומען וויעטנאַם. דאָ האָט מען שוין אָנגעוווירן דעם פּאַטריאָטיזם, גענומען ברענען די אײַנרוף־קאַרטלעך אין מיליטער. די יוגנט האָט גענומען פּראָטעסטירן, אַנדערע זײַנען אַנטלאָפֿן קיין קאַנאַדע אַנשטאָט אָפּשנײַדן זיך דעם ווײַזפֿינגער. אַ נײַע סגאַל־מלחמה מיט אַ שׂונא וואָס מ'האָט בכלל נישט געוווּסט וווּ ער באַהאַלט זיך, אונטער וועלכע הרי־חושך. ס'האָבן גענומען אָנקומען די הרוגים, האָבן מאַמעס פֿאַרגאָסן ימים טרערן. דער שלום איז אויסגערונען פֿון צווישן די פֿינגער און מ'האָט שוין אויף דאָס נײַ נישט פֿאַרשטאַנען וווּ די וועלט קירעוועט. לויט אַלע סימנים איז עס געווען אויפֿן וועג צו נײַע מלחמות. קוים האָט מען נאַדאָנזשעט אָפּצועטעמען, האָט זיך אויף אונדז אַראָפּגעלאָזט יוגאָסלאַוויע. האָבן זיך די סלאַווישע מיט די איסלאַמישע שבֿטים גענומען רײַסן בײַ די נעז, שטעכן און ברעכן, קוילען און שעכטן ביז... אַפֿגאַניסטאַן... פֿון צווישן בערג און צווישן טאָלן, צווישן האַשיש מיט די באַנאַנעס. האָבן אויסגעשפּרייט זייערע נעצן די אַל־קײַדאַ מיט די טאַליבאַנעס און אין שפּיץ, דער גרויסער ידען — בין־לאַדען. וואָזשע טוט מען? מ'גייט ווײַטער. איצט איראַן, שפּעטער לבֿנון. ווער האָט כּוחות צו דעם אַלעם, סײַדן — לײַדן.
ליבע מענטשן, ס'איז מיר קלאָר געוואָרן אַז מיר לעבן צווישן איין פּאָגראָם און אַ צווייטן, צווישן איין מגפֿה און אַ צווייטער, צווישן איין מלחמה און אַ צווייטער. מ'כאַפּט קוים אָפּ דעם אָטעם פֿון איין אומגליק, רוקט זיך אונטער אַ צווייטער, און "דאַווײַ פּוידיאָם", לאָמיר זיך נעמען צו דער שלאַכט. שפּילט זיך אָפּ די הײַנטיקע מלחמה אין יעדן הויז און אויף יעדן עקראַן. אַזוי פֿיל הרוגים בלויז צוויי טריט פֿון דער סאָפֿקע, און אין צווישן לויפֿט מען אַרײַן אין קיך מאַכן זיך קאַווע מיט אַ קיכעלע, און מ'מאַכט זיך באַקוועם, און מ'קוקט ווײַטער ווי מ'האַקט און מ'בראָקט און ווי ס'פֿליִען קעפּ, קליינע קינדער, אַלטע זקנים... וואַרט אַ רגעלע... כ'דאַרף ענטפֿערן דעם טעלעפֿאָן... און צוריק צו דער מלחמה...
הײַנט די וואַלן, פֿאַר וועמען וועט מען שטימען? איינער זאָגט, מיר וועלן בלײַבן אין איראַק נאָך הונדערט יאָר, דער צווייטער זאָגט צו בלויז איבערלאָזן דאָרט אַ הײַפֿל מיליטער אויף צו היטן די נאַפֿט־ראַפֿינעריעס, און דער דריטער — לאָמיר אַרויס פֿונעם געמויזעכץ און זיי איבערלאָזן אַזוי ווי זיי גייען און שטייען. צווישן די אויפֿרײַס אויטאָס און ביציקלעטן, קושן זיך די איראַקער מיט אַכמאַדינעדזשאַדן, די פּאַלעסטינעזער לויפֿן נאָך אַרום מיט אַראַפֿאַטס שיינעם פּאָרטרעט. מושאַראַף דער וואָלף אין שעפֿעלע־פֿעל און טאָוואַרישטש "וויסאַריאָנאָוויטש" פּוטין, דער בער וואָס ציט אים אין וואַלד, מיט תּליון־פּאַיאַץ אין צפֿון־קאָרעע, וואָס לאָזט שפּילן דעם ניו־יאָרקער סימפֿאָנישן אָרקעסטער בעת זײַן פֿאָלק שמאַכט אונטער האַק און האַמער און ער פּאָסמאַקעוועט זיך מיט גאָדײַוואַס טשאָקאָלאַטקעס. און כאָטש איך האָב נישט אויסגערעכנט אַלע שפּילער פֿון פֿעליניס סוררעאַליסטישן פֿילם "אַכט און אַ האַלבן," כאַפּט איר זיך שוין, אַז ס'איז אַלץ הבֿל־הבֿלים, ווי "קהלת" האָט אַמאָל נבֿואה געזאָגט, און דאָס איינציקע וואָס קען אונדז ראַטעווען איז בעטהאָווענס נײַנטע סימפֿאָניע.