|
Jonathan Freedman.
Klezmer America: Jewishness, Ethnicity, Modernity.
New York: Columbia
University Press, 2008 |
|
דאָס וואָרט "קלעזמער" איז געוואָרן פּאָפּולער אין אַמעריקע אין די לעצטע צוואַנציק־דרײַסיק יאָר. כאָטש דאָס דאָזיקע וואָרט האָט אַ העברעיִש־ייִדישן אָפּשטאַם, איז זײַן באַטײַט אינעם אַמעריקאַנישן לשון אַנדערש פֿונעם אַלט־פֿרענקישן "כּלי־זמר". "קלעזמער" באַטײַט ניט סתּם אַ מוזיקאַנט, נאָר אַ גאַנצן לעבנס־שטייגער. יונתן פֿרידמאַן, פּראָפֿעסאָר פֿון ענגליש אין דעם אוניווערסיטעט פֿון מישיגען, האָט זיך באַנוצט מיט אָט דעם באַגריף, כּדי צו באַשרײַבן זײַן וויזיע פֿון ייִדן אינעם אַמעריקאַנער לעבן.
ער פֿאַרשטייט "קלעזמער" מעטאַפֿאָריש, ווי אַ מין טעמפּעראַמענט אָדער וועלט־אַנשויונג, וואָס איז בטבֿע לעבעדיק און אָפּטימיסטיש, און אָפֿן פֿאַר כּלערליי השפּעות, אָבער בלײַבט געטרײַ דעם אייגענעם כאַראַקטער. דורך אַרײַנברענגען "קלעזמער" קיין אַמעריקע האָבן די ייִדן אויסברוקירט דעם וועג אין דער אַמעריקאַנער קולטור פֿאַר אַנדערע אימיגראַנטישע מינאָריטעטן, צווישן זיי שפּאַניש־רעדנדיקע "לאַטינאָס", כינעזער, קאָרעאַנער, אינדיאַנער. "קלעזמער" איז דער ייִדישער נוסח פֿון אַמעריקאַניזירונג, להיפּוך צו אַנדערע מאָדעלן, אַזעלכע ווי "שמעלץ־טאָפּ", "סאַלאַט־שיסל" אָדער "מאָזאַיִקע".
כּדי צו באַזאָרגן זײַן מעטאַפֿאָרישע קאָנצעפּציע מיט פֿלייש און בלוט, באַטראַכט פֿרידמאַן אַ ריי בײַשפּילן. ער איז ספּעציעל פֿאַראינטערעסירט אין די ענלעכקייטן צווישן די ייִדן און די שוואַרצע אין אַמעריקע, בפֿרט אין מוזיק און ליטעראַטור. ווי אַזוי האָבן זיך די ייִדן אַרײַנגעפּאַסט אין דער ראַסיסטישע געזעלשאַפֿט, און דווקא אין דער סאַמע ווײַס־פּראָטעסטאַנטישער סמעטענע? איין דרך פֿירט דורך אַ חתונה מיט אַ שיקסע. אפֿשר דעם באַקאַנטסטן בײַשפּיל דערפֿון האָט געגעבן דער דראַמאַטורג, אַרטור מילער, וועלכער האָט חתונה געהאַט מיט דער אַקטריסע מערלין מאָנראָ. די דאָזיקע אַקציע האָט געקראָגן אַ ריזיקן סימבאָלישן באַטײַט, און האָט זיך אויף פֿאַרשידענע אופֿנים אָפּגעשפּיגלט אין פֿילם, טעאַטער און ליטעראַטור, שוין אָפּגערעדט פֿונעם רעאַלן לעבן. פֿרידמאַן אַנטדעקט עלעמענטן פֿון אַזאַ מין "קלעזמער"־סטיל אומעטום — פֿון דער מוזיק פֿון גוסטאַוו מאַלער ביז צו די לעצטע ראָמאַנען פֿון די אַמעריקאַניש־כינעזישע שרײַבער.
אויב אַלץ קאָן פֿאַרוואַנדלט ווערן אין "קלעזמער", וואָס זשע דעמאָלט מיינט ניט קיין "קלעזמער"? דאָ מישט זיך אין דער שפּיל אַרײַן די פּאָליטיק. דער צד־שכּנגד פֿון "קלעזמער" איז די רעכט־קאָנסערוואַטיווע אידעאָלאָגיע, וואָס נעמט אַרײַן סײַ די וועלטלעכע ייִדישע נעאָ־קאָנסערוואַטאָרן, סײַ די קריסטלעכע פֿונדאַמענטאַליסטן (כאָטש לויט מײַן געשמאַק, קאָן מען אַזאַ סינטעזע אויך אָנרופֿן "קלעזמער"). פֿרידמאַן האָט זיך ניט געפֿוילט איבערצולייענען אַ גאַנצע סעריע פֿון פֿאַנטאַסטיש־אַפּאָקאַליפּטישע ראָמאַנען "געלאָזט אויף הפֿקר" פֿון טימאָטי לעהײַ, וואָס זײַנען צווישן די סאַמע פּאָפּולערע ביכער אין אַמעריקע. ווי באַוווּסט, זײַנען די קריסטלעכע פֿונדאַמענטאַליסטן הייסע חסידים פֿון מדינת־ישׂראל, ווײַל זיי גלייבן, אַז אַלע ייִדן דאַרפֿן מאַכן עליה, כּדי צו דערנענטערן דעם ביאת־המשיח. פֿרידמאַן דעמאָנסטרירט, אַז די וויזיע פֿון אחרית־הימים, וואָס לעהײַ מאָלט אויס אין זײַנע ראָמאַנען, באַזירט זיך אויף טיף־אײַנגעוואָרצלטע אַנטיסעמיטישע און אַנטי־ליבעראַלע גלויבענישן (וואָס האָבן, לויט זײַן פֿאַרשטאַנד, אַ ברײַטן צד־השווה).
"קלעזמער אַמעריקע" איז גאַנץ באַלערעוודיק און שאַרפֿזיניק, בפֿרט ווען עס באַטראַכט דעם ייִדישן בײַטראָג אין דער אַמעריקאַנער פּאָפּולערער קולטור. אָבער די אַרגומענטן פֿאַרלירן זייער שאַרפֿקייט, ווען דער מחבר לאָזט זיך אַרײַן אין דער אידעאָלאָגישער פּאָלעמיק קעגן זײַנע אויסגעטראַכטע רעכטע אָפּאָנענטן. די צרה מיט מישן אידעאָלאָגיע מיט דער אַקאַדעמישער קריטיק באַשטייט אין דעם, וואָס מען פֿאַרלירט דעם קריטישן חוש לגבי אייגענע חקירות. מע קאָן מוחל זײַן די פֿילצאָליקע פֿאַקטישע גרײַזן, וואָס האָבן צו טאָן מיט דער ייִדישער געשיכטע און קולטור, מחמת דער גאַנצער פֿאַקטישער שטאָף פֿון דער ייִדישער קולטור און געשיכטע איז ניט מער ווי אַ רויוואַרג פֿאַרן אַמעריקאַנער "קלעזמער", וואָס מען קאָן דרייען, ווי מען וויל.
"קלעזמער אַמעריקע" שפּיגלט אָפּ אַ טענדענץ, וואָס ווערט אַלץ בולטער אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער קולטור־פֿאָרשונג, בפֿרט אויף לינק־ליבעראַלן פֿליגל אירן. מען באַמערקט אַנטיסעמיטיזם און אַנדערע חטאים אין די רעכטע קרײַזן, אָבער מע וויל עס ניט זען אינעם לינקן לאַגער. כּדי אויסצומײַדן די אומבאַקוועמע און סענסיטיווע טעמעס, וויל מען בכלל ניט באַרירן אַזעלכע ענינים ווי ציוניזם, ישׂראל, טראַדיציאָנעלע ייִדישקייט. אייניקע לינק־געשטימטע אַקאַדעמיקער האָבן אַזוי ווי מוותּר געווען אויף די דאָזיקע פּראָבלעמען און זיי איבערגעלאָזט אינעם רשות פֿון די רעכטע. אַנשטאָט דעם, גיט מען זיך אָפּ מיט "קלעזמער", וואָס אַלע האָבן עס ליב און יעדער איינער קאָן עס אויסטײַטשן אויפֿן אייגענעם געשמאַק. דאָס איז אַ סימן פֿון דער ירידה פֿון דער חשובֿער לינק־ליבעראַלער טראַדיציע פֿון ייִדישן געדאַנק, וועלכע האָט אַ מאָל געגעבן אַ גאַנצע ריי גלענצנדיקע פֿאָרשער און דענקער. דער פֿענאָמען פֿון "קלעזמער" איז וויכטיק און אינטערעסאַנט, אָבער מען דאַרף אים באַטראַכטן אין דעם גערעם פֿון דער אַלגעמיינער ייִדישער קולטור־געשיכטע.