‫אינטערװיוען
הרבֿ ירחמיאל ווײַס, ערשטער פֿון לינקס, אויף אַ נײַעס־קאָנפֿערענץ אין "מרכּז־הרבֿ"
הרבֿ ירחמיאל ווײַס, ערשטער פֿון לינקס, אויף אַ נײַעס־קאָנפֿערענץ אין "מרכּז־הרבֿ"

אינטערוויו מיט הרבֿ ירחמיאל ווײַס, דירעקטאָר פֿון דער “מרכּז־הרבֿ"־ישיבֿה.

דעם אַרטיקל האָט אונדזער קאָרעספּאָנדענט צוגעשיקט אין רעדאַקציע עטלעכע טעג פֿאַר דעם, ווי אין דער ישיבה “מרכּז־הרבֿ" איז געשען די בלוטיקע שחיטה, וועגן וועלכער עס שרײַבט פֿון ירושלים מרדכי דוניץ.


בעת אונדזער אויפֿגאַבע צו שרײַבן וועגן דעם רעליגיעזן לעבן אין ישׂראל, האָבן מיר נישט געקאָנט פֿעסטשטעלן גענוי וויפֿל ישיבֿות עס זענען בײַ אונדז פֿאַראַן. געווען אַזעלכע וואָס האָבן געזאָגט — טויזנטער, נאָר מיר האָבן געענטפֿערט, אַז דאָס שײַנט צו זײַן איבערגעטריבן.

"עס איז נישט איבערגעטריבן", האָט מען אונדז געזאָגט, ווײַל עס זענען פֿאַראַן כּלערליי סאָרטן פֿון ישיבֿות, צווישן זיי ישיבֿות קטנות, ווי מען האָט באַצייכנט פּשוטע חדרים; ישיבֿות תּיכוניות, אין וועלכע מען לערנט אַלגעמיינע מיטלשול־לימודים; הסדר־ישיבֿות פֿאַר זעלנער אאַז"וו. בלויז די ישיבֿות "בני־עקיבֿא" גרייכן צו 50 און עס איז פֿאַרשטענדלעך, אַז מיר האָבן זיי נישט געקאָנט אַלע באַ­זוכן. מיר האָבן דעריבער אויסגעקליבן איינע פֿון די אָנגעזעענסטע: "מרכּז־הרבֿ" פֿון די אַ"ג "ציוניסטישע ישיבֿות", וועלכע איז געשאַפֿן גע­וואָרן אין ירושלים אין 1924 דורכן ערשטן הויפּט־רבֿ פֿון ארץ־ישׂראל — הרבֿ אַבֿרהם־יצחק־הכּהן קוק זצ"ל. מיר האָבן אויך געהאַט בדעה צו באַזוכן אַ צווייטע, אַ חרדישע, נאָר מיר האָבן עס נישט געטאָן צוליב אַ מעשׂה־שהיה וועגן וועלכער מיר וועלן שפּעטער שרײַבן.

די היפּשע צאָל ישיבֿות באַשטעטיקן די אײַנגעפֿונדעוועטע מיינונג, אַז "קיין מאָל אין דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק איז נישט געווען אַזאַ גרויסער תּורה־צענטער ווי איצט, אין ישׂראל", אַ מיינונג וואָס מען הערט אין די פֿרומע קרײַזן אויף שריט און טריט.

פֿאַרשטייט זיך, אַז כּדי צו באַזוכן די "מרכּז־הרבֿ"־ישיבֿה האָבן מיר ספּעציעל גע­מוזט פֿאָרן קיין ירושלים און באַשטעלן אַ באַגעגעניש מיטן "ראָש־הישיבֿה לצעירים", דאָס הייסט, פֿאַר יונגע תּלמידים — הרבֿ ירחמיאל ווײַס, וועלכער האָט אונדז אויפֿגע­נומען בכּבֿוד־גדול און אַ ברייטן, סימפּאַטישן שמייכל.

מיר האָבן אָנגעהויבן דעם אינטערוויו דערמאָנענדיק אַ מעשׂה־שהיה מיטן וועלט־באַרימטן גאון הרבֿ מאיר שפּיראָ זצ"ל, גרינ­דער פֿון דער ישיבֿת־חכמי־לובלין, וועלכער האָט בעתן אויפֿנעמען אַ נדבֿן אים דערציילט, אַז דאָרטן לערנען 500 בחורים.

"פֿינף הונדערט בחורים?", האָט דער נדבֿן אויסגערופֿן מיט שטוינונג, "וווּ וועט איר נעמען אַזוי פֿיל קהילות פֿאַר אָט די צוקונפֿטיקע רבנים?", האָט ער געפֿרעגט. "די אויפֿגאַבע פֿון דער ישיבֿה", האָט הרבֿ שפּיראָ געענטפֿערט, "איז לאַוו־דווקא אויס­שולן רבנים, נײַערט מבֿינים אויף רבנים".

אונדזער ערשטע פֿראַגע צו הרבֿ ווײַס איז דעריבער געווען: "אײַער ישיבֿה בילדעט אויס רבנים, צי מבֿינים אויף רבנים?"

מיט אַ שמייכל אויף די ליפּן האָט הרבֿ ווײַס אונדז געענטפֿערט, אַז די תּלמידים לערנען נישט בײַ אים צו ווערן רבנים, נײַערט צו זײַן מבֿינים אויף ייִדישקייט, און זיך באַקענען בכל־חדרי־חדרים פֿון דער יהדות־וועלט, אַזוי ווי עס שטייט געשריבן "להיות לו לעם סגולה", דאָס הייסט, אַ ווערטפֿול פֿאָלק און מיט דעם געגעבן אָנצוהערן, אַז די דאָזיקע אייגנאַרטיקייט איז ממש אַ המשך פֿון די באַרימטע ישיבֿות, וועלכע זענען אויפֿגעקו­מען אין מיזרח־אייראָפּע נאָך דער פּטירה פֿונעם ווילנער גאון און געהאַט זייער צענטער אין וואָלאָ­זשין (1802־1892). מען קאָן וועגן איר זאָגן, אַז "זי איז געווען די מוטער פֿון אַלע ישיבֿות", וועלכע זענען דערנאָך אויפֿגעקומען און צעשטערט גע­וואָרן בעתן חורבן פֿונעם אייראָפּעיִשן ייִדנ­טום. "מיר גיבן די תּלמידים די מעגלעכקייט — האָט הרבֿ ווײַס געזאָגט — צו ווערן רבנים, נאָר גלײַכצײַטיק באַקומען זיי אַן אינטעגראַלן חינוך וואָס דערמעגלעכט זיי צו דערגענצן די אַלגעמיינע לימודים און קריגן מאַטורע. אַזוי, אַז זיי האָבן די געלעגנהייט צו באַ­רײַכערן די ידיעות אויף די פֿאַרשיידנסטע געביטן און גלײַכצײַטיק זיי צוגרייטן צו ווערן אינטעליגענטע, נוצ­לעכע מענטשן. אַזוי, אַז אונדזער ציל איז אויסצובילדן דורות תּלמידי־חכמים, מיט ייִראת־שמים, בילדונג, ליבשאַפֿט צו ארץ־ישׂראל און באַ­וווּסטזיניקע ייִדן. די גרויסע מעלה וואָס 'מרכּז־הרבֿ' האָט, איז דער פֿאַקט, וואָס אַלע תּלמידים קומען פֿון פֿרומע משפּחות און דאָס העלפֿט אין זייער גײַסטיקער געשטאַל­טונג. אָט די תּלמידים ווייסן וועגן תּורה־שבכּתבֿ, תּורה־שבעל־פּה, הלכה, אַגדה, ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע, מיט אַן אָפֿענעם און אויפֿריכטיקן צוגאַנג צו אונדזערע מקורות.

"אין דער דאָזיקער ישיבֿה שענקט מען אויפֿמערק צו דער פֿרײַנדשאַפֿט וואָס דאַרף הערשן צווישן די תּלמידים גופֿאַ, ווי אויך צווישן זיי און די רביים און אַלץ — אין גײַסט פֿון דעם ריז — הרבֿ אַבֿרהם־יצחק־הכּהן קוק זצ"ל".

אויף אונדזער פֿראַגע: "וויפֿל יוגנטלעכע האָבן דורכגעמאַכט די ישיבֿה?", איז דער ענטפֿער: "טויזנטער! די ישיבֿה איז געשאַפֿן געוואָרן פֿאַרן אויפֿקום פֿון דער מדינה און אַרויסגערופֿן אַ פֿאַרשטענדלעכע פֿאַר­אינטערעסירונג צווישן יוגנטלעכע. אַזוי, אַז עס איז קיין מאָל נישט געווען קיין מאַנגל אין תּלמידים. בקרובֿ וועלן מיר פֿײַערן", זאָגט ער, "דעם 41סטן אַרויסלאָז. מען דאַרף נעמען אין אַכט, אַז צווישן די תּלמידים האָבן זיך געפֿונען אַזעלכע פּערזענלעכקייטן ווי הרבֿ שאר־ייִשובֿ־הכּהן, הויפּט־רבֿ פֿון חיפֿה; ר' יעקבֿ־אַריאל, רבֿ הראָשי פֿון רמת־גן; הרבֿ זלמן מלמד, פֿון בית־אל; הרבֿ ליאור, פֿון קרית־אַרבע און פֿיל אַנדערע, וועלכע זענען הײַנט צו טאָג פּראָפֿעסאָרן אין אוניווערסיטעטן און אַפֿילו רבנים אין חוץ־לאָרץ, דאָס הייסט, אין די אייראָפּעיִשע קהילות, אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און אַנדערע לענדער.

"פֿאַראַן געוועזענע תּלמידים, וועלכע אונטערריכטן און שטייען בראָש פֿון וויכ­טיקע ישיבֿות איבער דער וועלט. אונדזערע גראַדואַנטן ווערן אויסגעכאַפּט ווי לערער סײַ אין ישׂראל, סײַ אין חוץ־לאָרץ, ווײַל אונדזער ישיבֿה", זאָגט ער, "האָט אַ גוטן נאָמען".

פֿונעם ערשטן טאָג אָן, איז אײַנגעפֿירט געוואָרן אַ ברייטע תּורהדיקע לימוד־פּראָ­גראַם וואָס נעמט אַרום כּמעט אַלע אָפּ­צווײַגן פֿון יהדות, אײַנגעשלאָסן לעקציעס איבער אמונה און מוסר, מישנה, גמרא און פּרשנות, דאָס הייסט, די ווערק פֿון כּלערליי קאָמענטאַטאָרן. אַ חוץ דעם שענקען די תּלמידים אַ סך צײַט דעם לימוד עצמי, ווי אויטאָדידאַקטן אונטער דער השגחה פֿון זייערע מלמדים.

די נאָכמיטאָג־שעהען ווערן אָפּג­ע­געבן פֿאַר לימודי־קודש פֿון הויכן ניוואָ, אויך תּנ"ך און דאָס אַלץ באַ­גלייט פֿון אַלגעמיינע לימודים וואָס דערלויבט זיי צו קריגן מאַטורע ווי דערפֿאָלגרײַכע אַביטוריענטן און אָנגעלאָדן מיט וויסן כּדי מצליח זײַן אין לעבן.

הרבֿ ירחמיאל ווײַס ווייסט וועגן דעם נאָכפֿרעג אין דער וועלט נאָך פֿעיִקע, יונגע, סימפּאַטישע רבנים, נאָר די ישיבֿה וואָס ער פֿירט אָן, איז פֿאַר צעירים, פֿאַר יוגנטלעכע פֿון 18 יאָר, וועלכע גרייטן זיך צו דינען אין צה"ל און אויספֿירן זייער התחײַבֿותן לגבי דער מדינה.

"אין דער וועלט נייטיקט מען זיך אין רבנים וואָס האָבן שוין דורכגעמאַכט זייער מיליטער־דינסט און די פּאַסיקסטע קאַנדידאַטן זענען די יונגע־לײַט וואָס האָבן פֿאַרענדיקט די ישיבֿה פֿאַר דערוואַק­סענע.

"די אַבסאָלווענטן פֿון דער ישיבֿה פֿאַר צעירים באַקומען גרינטלעכע ידיעות אין דער אָנפֿירונג פֿון גרונט־קרײַזן. קיין שום רבֿ קאָן נישט מצליח זײַן", זאָגט הרבֿ ווײַס, "אויב ער איז נישט אַקטיוו אין דעם זין און די אַביטוריענטן פֿון 'מרכּז־הרבֿ' ווערן אויך אויסגעשולט אין דעם זין".