די וואָך הייבן מיר אָן צו לייענען דעם דריטן טייל פֿונעם חומש, אָנגערופֿן נאָך דער הײַנטיקער פּרשה, "ויקראָ", אין וועלכער עס ווערן, דער עיקר, דערקלערט אַ ריי מיצוות, וואָס האָבן צו טאָן מיט קרבנות. לויט דער מסורה, זענען געוויסע אותיות אין דער תּורה גרעסער אָדער קלענער פֿון דער געוויינטלעכער מאָס; דאָס וואָרט "ויקראָ" ווערט פֿאַרשריבן מיט אַ קליינעם אַלף. אינעם ערשטן פּסוק פֿון דער פּרשה שטייט, אַז דער אייבערשטער האָט גערופֿן משה רבינו, אָנצוזאָגן די מיצוות פֿון קרבנות.
ווען דאָס וואָרט "ויקראָ" וואָלט געווען אָנגעשריבן אָן דעם אַלף, ווי "ויקר", וואָלט עס געמיינט, אַז די נבֿואה האָט "אָנגעטראָפֿן" משהן בדרך-מקרה, אויף אַ צופֿעליקן אופֿן; אַזאַ וואָרט ווערט אויסגענוצט אין דער תּורה לגבי בלעם, דעם בייזן מכשף און שׂונא פֿון ייִדן, וועלכן עס האָט אויך צומאָל "אָנגעטראָפֿן" די ג-טלעכע נבֿואה.
דער קליינער אַלף ווײַזט אויך אָן אויף אַ געוויסער ענלעכקייט צווישן משהס און בלעמס נבֿואה. בלעם, וואָס זײַנע נבֿואה-ווערטער זענען פֿאַראייביקט געוואָרן אין דער תּורה, האָט זיי באַקומען צוליב דעם ייִדישן פֿאָלק, און נישט צוליב זײַנע אייגענע גײַסטיקע פֿאַרדינסטן. דער "כּלי-יקר", איינער פֿון די קלאַסישע חומש-מפֿרשים, דערקלערט, אַז הגם משה-רבינו, להבֿדיל, איז אַוודאי געווען אַ גרויסער נבֿיא און עובֿד-השם, האָט ער זוכה געווען צו באַקומען די נבֿואה פֿון אַ גאָר דערהויבענער מדרגה — העכער, ווי זײַן אייגענע השׂגה; דערפֿאַר לאָזט אונדז דער קליינער אַלף אָנצוהערן, אַז אַזאַ הויכע נבֿואה האָט אים, אין אַ געוויסן זין, אויך "אָנגעטראָפֿן".
אין דער אמתן, זענען אין דער וועלט נישטאָ קיין צופֿעליקייטן. ווי דער בעל-שם-טובֿ האָט געזאָגט, "ג-ט איז אַלץ און אַלץ איז ג-ט"; אַפֿילו דער אופֿן, וויאַזוי אַ בלעטל פֿאַלט אַראָפּ פֿון אַ בוים, איז קיינמאָל נישט צופֿעליק. פֿונדעסטוועגן, פֿון אונדזער קוקווינקל פֿירן זיך אַ סך זאַכן אינעם אוניווערס דווקא אויף אַ כאַאָטישן, אומסדרדיקן אופֿן, ווײַל מיר זענען נישט מסוגל פֿאָרויסצוזאָגן זייער אויפֿפֿירונג; דאָס, וואָס מיר קענען נישט וויסן, זעט פֿאַר אונדז אויס "צופֿעליק". מיט 100 יאָר צוריק האָבן די וויסנשאַפֿטלער, געגלייבט, אַז דער גאַנצער אוניווערס "דרייט זיך" לויט פֿאָרויסזאָגלעכע, לאָגישע געזעצן, ווי אַ מין "זייגער"; זיי האָבן געהאָפֿט, אַז אַמאָל וועט די מענטשהייט אַנטדעקן אַלע געזעצן פֿון דער נאַטור און קאָנען, כּלומרשט, פֿאַרשטיין די וועלט אינגאַנצן. די מאָדערנע וויסנשאַפֿט האָט אָבער אויפֿגעוויזן, אַז די סאַמע יסודות פֿון מאַטעריע פֿירן זיך דווקא אויף אַ צופֿעליקן אופֿן; מע קאָן גאָרנישט וויסן און פֿאָרויסזאָגן מיט אַן אַבסאָלוטער פּינקטלעכקייט. וואָס מער מע טראַכט זיך אַרײַן אין די סודות פֿון דער וועלט, אַלץ שטאַרקער דערפֿילט מען, אַז מע פֿאַרשטייט גאָרנישט.
משה רבינוס נבֿיאישע השׂגה איז געווען זייער הויך, און ער האָט געקאָנט קלאָר פֿאָרויסזען די צוקונפֿט פֿון זײַן פֿאָלק, ווי אויך פֿון דער וועלט בכלל; דווקא צוליב זײַן הויכער מדרגה, האָט ער אָבער געוווּסט די באַגרענעצטקייט פֿון זײַן השׂגה. די מתנגדים פֿלעגן טענהן, אַז די חסידים "לערנען נישט קיין תּורה". רב יעקבֿ־יוסף פֿון פּילענוע (פּאָלאָנע), אַ גרויסער תּלמיד פֿון בעל-שם-טובֿ, האָט געזאָגט — און דאָס דאָזיקע ווערטל ווערט געבראַכט אין די חסידישע ספֿרים אין שײַכות מיט דעם קליינעם אַלף פֿון "ויקראָ" — אַז, אין אַ געוויסן זין, איז עס טאַקע אַזוי: וואָס מער אַ חסיד לערנט, פֿאַרשטייט ער מער, אַז ער ווייסט גאָרנישט, ווי ער וואָלט נאָך גאָרנישט נישט געלערנט. צוליב דער זעלבער סיבה, הייבן אָן די חדר-ייִנגלעך צו לערנען חומש דווקא פֿון "ויקראָ"; דער קליינער אַלף ווײַזט אָן, אַז לגבי דער אומענדלעכער טיפֿקייט פֿון דער תּורה, בלײַבן מיר תּמיד ווי קינדער.
דער הײַנטיקער שבת איז גײַסטיק און צײַטלעך פֿאַרבונדן מיט פּורים, און טראָגט אַ ספּעציעלן נאָמען — "שבת זכור", צוליב דער ספּעציעלער הפֿטורה, וווּ עס ווערט דערמאָנט עמלק. אין דער דאָזיקער פּרשה שטייט אויך, אַז עמלק איז אָנגעפֿאַלן אויף די ייִדן "צופֿעליק" אויפֿן וועג, "אַשר קרך בדרך". די גימטריא פֿונעם נאָמען "עמלק" שטימט מיט די ווערטער "ספֿק" און "רם" ("הויכער"). ס׳איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז "עמלק" איז לאַוו־דווקא אַ גענעטיש פֿאָלק, וואָס מע מוז, ווי עס טראַכטן אַ טייל מענטשן, פֿיזיש אויסהרגענען. אַדרבה, ווי עס ווערט דערקלערט אין די הלכה-ספֿרים, האָבן אַפֿילו די אַמאָליקע היסטאָרישע עמלקים געקאָנט תּשובֿה טאָן; ווי עס שטייט אין ספֿרי-חסידות, וועט משיח נישט פֿירן קיין פֿיזישע מלחמה קעגן עמלק, נאָר וועט צעשטערן די "עמלקישקייט" אין דער וועלט.
פֿונעם "עמלקישן" קוקווינקל, מעג מען דערנידעריקן מענטשן און אויסלאַכן אַלע יסודות פֿון מענטשלעכקייט, ווײַל אַלץ אין דער וועלט איז רעלאַטיוו, און פֿירט זיך אויף אַ צופֿעליקן אופֿן. כּדי צו פֿאַרניכטן די "עמלקישקייט" אין זיך, ווי אויך אין דער אַרומיקער וועלט, מוז מען אויסנוצן דעם זעלבן ענין פֿון רעלאַטיווקייט און כאַאָטישקייט צום גוטן, ווי אַ מיטל צו דערגרייכן באַשיידנקייט און יראת-שמים. בײַ דער פּורים-סעודה טרינקט מען "עד דלאָ ידע" — ביז מע וועט נישט וויסן דעם חילוק צווישן "ברוך מרדכי" און "אָרור המן"; מע דערפֿילט די באַגרענעצטקייט פֿון אונדזער שׂכל, און מע לאַכט אויס זיך אַליין. אַזאַ פּאָזיטיווער רעלאַטיוויזם העלפֿט צו דערפֿילן, אַז הינטער אַלע "סתּירות" און "צופֿעליקייטן" פֿון דער וועלט באַהאַלט זיך דאָס אומענדלעכע ג-טלעכע ליכט.