רעצעפּטן

קרופּניק, אָדער גערשטן־זופּ, איז וואָס מע רופֿט בלע״ז barley soup. יעדער קאָכער ווייסט, אַז ס׳איז געשמאַ­קער צוצוגרייטן אַ זופּ מיט יויך אַנשטאָט וואַסער; אין דעם רעצעפּט, ניצט מען אַ געמיש פֿון יויך און מערן־זאַפֿט. דער רעזולטאַט איז אַ געזינטערע זופּ, מיט אַ גרויסן פּראָצענט וויטאַמין A און בעטאַ־קאַראָטין.

אויב איר האָט אַ זאַפֿטמאַשין, קענט איר אַליין מאַכן דעם מערן־זאַפֿט. אויב נישט, קענט איר עס קויפֿן אין געשעפֿט. אַ דריטע ברירה: צעקוועטשט די מערן מיט אַ ביסל וואַסער אין אַן עלעקטרישן מישער. אויב דער זאַפֿט איז צו געדיכט, גיט צו נאָך אַ ביסל וואַסער.

3 טעפּלעך פּאַרעווער יויך
1 טעפּל מערן־זאַפֿט
1/4 טעפּל גערשטן
1 טעפּל נאַהיט (chick peas) פֿון אַ פּושקע
2 טעפּלעך צעשניטענע מערן
1 לעפֿעלע באַלזאַמישער עסיק
1/4 טעפּל שוואַרצער פֿעפֿער
3 לעפֿל פּעטרישקע
(2 לעפֿל פּאַרמעזשאַנער קעז, אויב איר ווילט)

הייצט אָן אין אַ זופּטאָפּ דעם יויך, מערן־זאַפֿט, די גערשטן און נאַהיט, ביז זי זידט. פֿאַרקלענערט דאָס פֿײַער, דעקט צו דעם טאָפּ און לאָזט מליִען אַ האַלבע שעה. גיט אַרײַן די צעשניטענע מערן און הייצט ווידער אָן די זופּ ביז זי זידט. דעקט ווידער צו דעם טאָפּ און לאָזט מליִען נאָך 15 מינוט, ביז די מערן ווערן ווייך.

ניצנדיק אַ געלעכערטן לעפֿל, שעפּט אַרויס 1/2־1 טעפּל פֿונעם סאָלידן טייל (גרינסן, גרויפּן און נאַהיט) און צעק­וועטשט זיי מיט אַ גאָפּל אָדער אינעם עלעקטרישן מישער. גיט אַרײַן דעם עסיק, פּעטרישקע און שוואַרצן פֿעפֿער.

גאַרנירט מיטן פּאַרמעזשאַנער קעז, אויב איר ווילט.