- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַ גרופּע ביאָלאָגן פֿון רוסלאַנד און דײַטשלאַנד האָבן נישט לאַנג צוריק דורכגעפֿירט אַן עקספּערימענט: זיי האָבן געכאַפּט די טײַך־ראָרזינגער (European reed warblers) בעת זייער פֿרילינג-מיגראַציע, אַריבערגעפֿירט זיי מיט אַן עראָפּלאַן 1,000 קילאָמעטער אויף מיזרח, און אַרויסגעלאָזט. די פֿאָרשער האָבן איבערגעגעבן, אַז די באַפֿרײַטע פֿייגל האָבן געביטן די ריכטונג פֿון זייער פֿלי, און זיך אומגעקערט צום פֿריִערדיקן מאַרשרוט. דער עקספּערימענט האָט געוויזן, צום חידוש פֿון די פֿאָרשער, אַז די פֿייגל באַהערשן די עכטע "קונסט" פֿון נאַוויגאַציע, און קענען באַשטימען ביידע געאָגראַפֿישע קאָאָרדינאַטן — סײַ די ברייט (latitude), סײַ די לענג (longitude). די וויסנשאַפֿטלער האָבן שוין לאַנג געוווּסט, אַז די פֿייגל קענען אָפּשאַצן די דיסטאַנץ פֿון צפֿון צום דרום, וואָס לאָזט זיך רעלאַטיוו גרינג אויסגעמאָסטן ווערן נאָך דער פּאָזיציע פֿון דער זון, אָדער נאָכן מאַגנעטישן פֿעלד פֿון דער ערד. די פֿריִערדיקע עקספּערימענטאַלע שטודיעס האָבן אויפֿגעוויזן, אַז די פֿייגל נוצן טאַקע אויס זייער סענסיטיווקייט צום מאַגנעטישן פֿעלד ווי אַ נאַוויגאַציע-מיטל. ווי אַזוי באַשטימען די באַפֿליגלטע "נאַוויגאַטאָרן" די געאָגראַפֿישע לענג, בלײַבט דערווײַל נישט קלאָר. בײַם אָנהייב, האָבן די פֿאָרשער משער געווען, אַז די פֿייגל אָריענטירן זיך, ווי די אַמאָליקע ים-רײַזנדער, נאָך די שטערן. די עקספּערימענטאַלע אינפֿאָרמאַציע שטיצן אָבער נישט אַזאַ השערה. ס׳קאָן זײַן, אַז די פֿייגל האָבן אַ פּינקטלעכן אינערלעכן "זייגער", וואָס ווײַזט זיי אָן דעם חילוק צווישן דער זון-צײַט אין זייער זומערדיקער "היים", און אינעם אָרט, וווּ זיי ווינטערן איבער. ווען די פֿאָרשער האָבן געבראַכט די פֿייגל אין אַ פֿרעמדער געגנט, האָבן זיי, מעגלעך, קאָרעקטירט זייער מאַרשרוט לויט דעם חילוק צווישן די צײַט-זאָנעס. דאָס נאַטירלעכע מאַגנעטישע פֿעלד פֿון דער ערד וואָלט אויך געקאָנט העלפֿן די פֿייגל צו באַשטימען די געאָגראַפֿישע לענג. ניקיטאַ טשערנעצאָוו, אַ פֿאָרשער פֿונעם זאָאָלאָגישן אינסטיטוט בײַ דער רוסלענדישער "אַקאַדעמיע פֿון וויסנשאַפֿט", האָט אָבער דערקלערט, אַז אין אַ טייל ערטער וואָלט אַזאַ מעטאָד נישט געהאָלפֿן. פֿונדעסטוועגן, האָט טשערנעצאָוו איבערגעגעבן, אַז די עקספּערימענטן האָבן קלאָר געוויזן, אַז אַ טייל "צווישן-קאָנטינענטאַלע" מיגראַנטן, צוגעוווינט צו לאַנגע יערלעכע נסיעות — לכל-הפּחות, די טײַך־ראָרזינגער — קאָנען טאַקע געפֿונען ביידע געאָגראַפֿישע קאָאָרדינאַטן. דער באַריכט איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן דעם 31סטן יאַנואַר, אויף דער וועבזײַט פֿונעם זשורנאַל "הײַנטצײַטיקע ביאָלאָגיע" (Current Biology). די מענטשן האָבן שוין לאַנג געוווּסט, אַז די פֿייגל באַהערשן די וווּנדערלעכע קונסט פֿון נאַוויגאַציע, און פֿלעגן זיי פּראַקטיש אויסנוצן בײַם שיקן בריוו אויף ווײַטע מהלכן. דער אַלט-רוימישער אַריסטאָקראַט און היסטאָריקער פֿראָנטינוס האָט געשריבן, אַז דער קיסר יוליוס צעזאַר פֿלעגט אָפּשיקן מיליטערישע באַפֿעלן דורך פּאָסט-טויבן בעת זײַן אינוואַזיע אין גאַליע. אויף דעם זעלבן אופֿן פֿלעגן די אוראַלטע גריכן צעשיקן איבערן לאַנד די נעמען פֿון די אָלימפּישע שפּיל-געווינער. ביז דער דערפֿינדונג פֿונעם טעלעגראַף, סוף 18טן-אָנהייב 19טן יאָרהונדערט, האָבן די פּאָסט-טויבן געדינט ווי געטרײַע בריוונטרעגער פֿאַר גאָר ערנסטע קאָרעספּאָנדענטן, אַרײַנגערעכנט רעגירונגען, אַרמייען און פֿינאַנציעלע אָרגאַניזאַציעס. הגם אויפֿן הײַנטיקן טאָג איז די טויבן-פּאָסט שוין היפּש פֿאַרעלטערט געוואָרן, זענען אין דער וועלט נאָך אַלץ דאָ ענטוזיאַסטן, וואָס באַנוצן זיך מיט דעם דאָזיקן קאָמוניקאַציע-מיטל אויף טשיקאַוועס, הגם אַ קליינע צאָל מענטשן נוצן די טויבן-פּאָסט נאָך אַלץ גאַנץ ערנסט — למשל, כּדי אַריבערצושיקן אַ "פֿלעש"-דיסק מיט פֿאָטאָגראַפֿיעס צו אַ חבֿר איבער אַ טײַך. די "אויספֿיר-גרופּע פֿון די אינטערנעץ-אינזשענירן" (IETF), די אָרגאַניזאַציע, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיטן אַנטוויקלען און באַשטימען די סטאַנדאַרטן פֿון אינטערנעץ-פּראָטאָקאָלן, האָט אַ לאַנגע טראַדיציע צו פֿאַרעפֿנטלעכע יערלעכע הומאָריסטישע דאָקומענטן לכּבֿוד דעם ערשטן אַפּריל. "IETF", וואָס האָט געשפּילט, און שפּילט נאָך אַלץ, גאָר אַ וויכטיקע ראָלע אין דער שאַפֿונג פֿון דער אינטערנעץ, איז אַן אָפֿענע גרופּע אָן פֿאָרמעלער מיטגלידשאַפֿט, וואָס באַשטייט פֿון פֿרײַוויליקע אַקטיוויסטן אַרום דער וועלט, וועלכע באַשטימען די נײַע טעכנישע וועלט-סטאַנדאַרטן דורכן אַלגעמיינעם קאָנסענסוס פֿון די באַטייליקטע; פֿון צײַט צו צײַט פֿאַרעפֿנטלעכן די "IETF"-לײַט, אויף טשיקאַוועס, פֿאַרשיידענע קאָמישע, ניצלאָזיקע אָדער סאַטירישע דאָקומענטן. דעם ערשטן אַפּריל 1990, האָט "IETF" געשאַפֿן אַן אָפֿיציעלן סטאַנדאַרט, ווי אַזוי מע זאָל קאָנען פֿאַרבינדן קאָמפּיוטערס מיט דער אינטערנעץ דורך פּאָסט-טויבן, אַנשטאָט דראָטן; דעם ערשטן אַפּריל 1999 האָט דער אַמעריקאַנער "IETF"-טוער דוד ווײַצמאַן אויסגעאַרבעט אַ פֿאַרבעסערטע, "מער קוואַליטאַטיווע" ווערסיע פֿונעם דאָזיקן סטאַנדאַרט, וועלכער טראָגט אַ גאַנץ ערנסטן טעכנישן אַברעוויאַטור-נאָמען "IPoAC", וואָס מיינט "אינטערנעץ-פּראָטאָקאָל פֿאַר פֿייגלישע אינפֿאָרמאַציע-טרעגער".
אַפּנים, האָבן די שאַפֿער פֿונעם דאָקומענט זיך נישט געריכט, אַז אַזאַ קאָמישער סטאַנדאַרט וועט אַמאָל קומען צו נוץ. דעם 28טן אַפּריל 2001, האָט אַ נאָרוועגישע גרופּע באַנוצער פֿון דער אָפֿענער, אומזיסטער קאָמפּיוטער-סיסטעם "לינוקס" (Linux) אין דער שטאָט בערגען, פֿאַקטיש פֿאַרווירקלעכט דעם אומגעוויינטלעכן אינטערנעץ-פּראָטאָקאָל. די באַטייליקטע אינעם עקספּערימענט האָבן אָפּגעדרוקט דעם קאָד פֿון אינטערנעץ-"פּאַקעטן", און צוגעבונדן זיי צו די פֿיסלעך פֿון די טויבן; אויף דער אַנדערער זײַט, האָט מען אַראָפּגענומען די צעטלעך, און אַרײַנגעלייגט די אינפֿאָרמאַציע אינעם צווייטן קאָמפּיוטער דורך אַ סקאַנער. דער טשיקאַווער עקספּערימענט האָט געוויזן, אַז, מיט דער הילף פֿון מענטשן, קאָן מען טאַקע שאַפֿן אַ קאָמפּיוטער-נעץ — די פּאַמעלעכסטע אינטערנעץ אין דער וועלט, ווי די עקספּערימענטאַטאָרן האָבן געמאָלדן מיט שטאָלץ. מיט פֿיר יאָר צוריק, דעם 14 מערץ 2004, האָט אַ גרופּע ענטוזיאַסטן באַשלאָסן צו פֿאַרבעסערן די "טויבן-אינטערנעץ", און דורכגעפֿירט אַ נײַעם עקספּערימענט אין ישׂראל. אין פֿאַרגלײַך מיטן נאָרוועגישן עקספּערימענט, האָבן די באַטייליקטע צוגעבונדן צו די פֿיסלעך פֿון די "באַפֿליגלטע בריווטרעגער", נישט קיין צעטלעך, נאָר קליינע "פֿלעש"-דיסקן מיט אינפֿאָרמאַציע. די באַטייליקטע האָבן אַרויסגעשיקן די טויבן פֿון דער שטאָט רמת-השרון, לעבן תּל-אָבֿיבֿ, צום קוראָרט-צענטער "אוהלו", אויפֿן ברעג פֿון כּנרת. אינעם באַריכט וועגן דער דאָזיקער אונטערנעמונג, פֿאַרעפֿנטלעכט אויף דער אינערנעץ דורך איינעם פֿון די באַטייליקטע, דער ישׂראלדיקער וויסנשאַפֿט-שרײַבער עמי בן-בסט, ווערן אָנגערופֿן פֿאַרשיידענע מעלות פֿון אַזאַ מין "לעבעדיקער" קאָמפּיוטער-נעץ, וואָס קאָן אַרבעטן, אין אַ געוויסן זין, גיכער, ווי די געוויינטלעכע גיכע אינטערנעץ. איין פֿאַרנעמלעכער "פֿלעש"-דיסק טראָגט אין זיך אַ סך אינפֿאָרמאַציע, וואָס עס וואָלט גענומען עטלעכע שעה זי אַראָפּצוברענגען דורך די טעלעפֿאָן-דראָטן. בן-בסט האָט אָבער אויך געוואָרנט וועגן אַ פּאָר חסרונות פֿון אַזאַ קאָמוניקאַציע-מיטל; צווישן אַנדערן, האָט ער באַטאָנט, אַז די עלעקטרישע דראָטן, להיפּוך צו די טויבן, קאָנען נישט באַשמוצן אײַער קאָפּ אָדער אויטאָ. אויב איר ווילט אויסגעפֿינען מער פּרטים וועגן דער נאָרוועגישער און ישׂראלדיקער אונטערנעמונג, באַזוכט אָט-די אינטערנעץ-אַדרעסן: www.notes.co.il/benbasat/5240.asp אַזעלכע עקספּערימענטן שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ גוטן בײַשפּיל, ווי אַזוי הומאָר, טעכנישע וויסנשאַפֿט און פֿאַרווײַלונג קענען קאָמבינירט ווערן אויף אַ טשיקאַוון, לעבעדיקן אופֿן. הגם, ערנסט געזאָגט, האָט אַזאַ אומגעוויינטלעכע קאָמפּיוטער-נעץ אַ קליינע פּראַקטישע ווערט, האָבן די שאַפֿער פֿון דער "טויבן-אינטערנעץ" זיכער גוט פֿאַרבראַכט אויף דער פֿרישער פֿרילינג-לופֿט, און אַ סך געלאַכט בײַם דורכפֿירן דעם קאָמישן עקספּערימענט. |