אַזאַ זאַך מאַכט זיך זייער אָפֿט, ווען מע זוכט עפּעס אין אַלטע צײַטונגען, דהײַנו: מע שטויסט זיך אָן אויף אַ פּובליקאַציע, וואָס איז אינטערעסאַנט און וויכטיק, כאָטש עס האָט ניט קיין דירעקטן שײַכות צו דער פֿאָרשונג, צוליב וועלכער דו ווערסט בלינד, לייענענדיק די מיקראָפֿילמען מיט שלעכט פֿאָקוסירטע קאָפּיעס פֿון פֿאַרצײַטיקע פּובליקאַציעס. דאָס מאָל האָב איך געזוכט אַרטיקלען וועגן ייִדישער עקאָנאָמיע אין דער פּעטערבורגער צײַטונג "פֿרײַנד", אָבער ס׳איז "אַרויפֿגעשוווּמען" אויך אַן אַרטיקל, וואָס אילוסטרירט דעם מצבֿ ערבֿ דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ. איך מוז געבן צוויי דאַטעס פֿון דער פּובליקאַציע: דעם 20טן מאַרץ 1908 און דעם 2טן אַפּריל 1908 — די ערשטע דאַטע איז פֿון דעם רוסישן קאַלענדאַר פֿון יענער צײַט.
דער מחבר האָט זיך פֿאַרבאַהאַלטן הינטער דעם רוסישן בוכשטאַב Н (שמואל ניגער?). אָבער ס׳איז קלאָר, אַז ער האָט געהערט צו די אינטעליגענטן (און ניגער האָט צו זיי תּמיד געהערט), וועלכע האָבן געזען די ייִדישע קולטור ברייטער, איידער אַן איינשפּראַכיקן פֿענאָמען און האָבן געהאַלטן, אַז די אידעען פֿון "רק ייִדיש" צי "רק העברעיִש" האָבן געקענט נאָר אָפּשוואַכן די קולטור-טעטיקייט.
עס וואַרפֿט זיך אויך אין די אויגן דער הויכער שפּראַך-און-קולטור-ניוואָ פֿון דער פּובליקאַציע. פֿאַקטיש, שפּיגלט עס אָפּ דעם דורכשניטלעכן ניוואָ פֿון דער גאַנצער צײַטונג, וועלכע איז, בלי-ספֿק, געווען אויסגערעכנט אויף אַ געבילדעטן לייענער. נאָך מער: דער דאָזיקער לייענער האָט געהאַלטן די האַנט אויפֿן דפֿק פֿון די קולטור-געשעענישן. אין דעם זין איז כאַראַקטעריש דעם מחברס אַלוזיע צו "ווילנער ׳נסתּר׳ מיטן ׳פּויליש-טאַנץ׳", דאָס הייסט, צו דער נסתּרס פּובליקאַציע — איינער פֿון די ערשטע אין זײַן שרײַבערישן לעבן — אין ווילנער זשורנאַל "ליטעראַרישע מאָנאַטשריפֿטן" (ניגער איז געווען איינער פֿון די רעדאַקטאָרן).
בײַם צוגרייטן דעם טעקסט צו זײַן באַווײַזן זיך, אין אַ יאָרהונדערט אַרום, אין "פֿאָרווערטס" האָב איך מאָדערניזירט דעם אויסלייג און דערקלערט אַ פּאָר ווערטער, וועלכע זײַנען אַרויס פֿון דער מאָדע.
חבֿרות פֿאַר ייִדיש
אין פֿאַרשיידענע שטעט און שטעטלעך זײַנען די לעצטע צײַט געגרינדעט געוואָרן חבֿרות, אָדער פֿאַראיינען, וואָס האָבן זיך געשטעלט דעם צוועק: צו פֿאַרשפּרייטן און צו שטיצן די ייִדישע ליטעראַטור און די ייִדיש-דראַמאַטישע קונסט.
און אין אַנדערע ערטער — אין מינסק און פּעטערבורג, למשל, — האָט דאָס ציל דאָך ניט געקלעקט, כּדי צו פֿאַראייניקן אין איין פֿאַראיין אַלע יענע אינטעליגענטן, וואָס זײַנען מסכּים, אַז ס׳איז נייטיק די ייִדישע ליטעראַטור צו קרעפֿטיקן און די ייִדיש-דראַמאַטישע קונסט צו שטיצן. אין מינסק, ווי עס שײַנט, וועט פֿונעם גאַנצן ענין גאָרניט אַרויסקומען, און אין פּעטערבורג, קאָן מען אָננעמען, וועט אַנשטאָט איין פֿאַראיין אַזוינס ווערן גאַנצע צוויי, וואָס וועט פֿאַר ביידע זײַן אַ חסרון.
אין מינסק ווי אין פּעטערבורג, איז עס געקומען צו אַ סיכסוך צוליב דעם, וואָס איינע האָבן געזאָגט "נאָר ייִדיש" און די אַנדערע האָבן געזאָגט "אַנדערע שפּראַכן, אין וועלכע דער ייִדישער גײַסט דריקט זיך אויס, דאַרפֿן אויך האָבן אַ צוטריט אין אָט די פֿאַראיינען". און ווײַל ביידע זײַנען דאָס אויסן לשם-שמים, דערפֿאַר איז קיין וווּנדער ניט, וואָס קיין צד קאָן ניט נאָכגעבן, און צווישן די ביידע צדדים קאָן עס צו קיין שידוך ניט קומען.
און מערקווערדיק, גראָד אין דעם פֿאַל קומט אויס יענע מענטשן, וואָס רעדן אין נאָמען פֿונעם ממשותדיקן [רעאַלן] לעבן, אין נאָמען פֿון פֿאָלק, אין נאָמען פֿון דער ייִדישער קולטור — גראָד די, זאָג איך, שטעלן זיך דאָ אין אַזאַ ווינקל, וווּ זיי פֿאַרשטעלן פֿון זיך די שײַן פֿון דער גאַנצער ייִדישער קולטור, זאָגן זיך אָפּ פֿון פֿיל רײַכטהיטער [היטער פֿון (קולטור-)אוצרות], וואָס וואָלטן נאָר געקאָנט ניצלעך זײַן דעם פֿאָלק אין זײַן קולטורעלער אַנטוויקלונג.
"ייִדיש — און נאָר ייִדיש", זאָגן די איינע. אויף די פֿאַרזאַמלונגען פֿון די פֿאַראיינען זאָל גערעדט ווערן נאָר ייִדיש; רעפֿעראַטן געלייענט ווערן — נאָר אויף ייִדיש און נאָר וועגן ייִדיש. אָבער שוין די דאָזיקע ייִדישע ייִדן גייען אין אַנדערע ערטער (ווילנע) אַ ביסל ווײַטער און שטעלן העברעיִש אויף איין שטופֿע מיט ייִדיש. דאָס הייסט, אַז אָט אין די דערמאָנטע פֿאַראיינען זאָל מען מעגן רעדן און לייענען אָדער אויף ייִדיש אָדער אויף העברעיִש. דאָס רוסישע אָדער ליטווישע, צי פּוילישע ווערט ניט צוגעלאָזט.
פֿאַר וואָס?
— ווײַל ייִדיש און העברעיִש — ענטפֿערן זיי — זײַנען ביידע ייִדישע שפּראַכן; אַלע איבעריקע שפּראַכן האָבן ווער ס׳זאָל פֿאַר זיי זאָרגן און זיי גייען אונדז ניט אָן.
רעדט מען אָבער ניט נאָר פֿון די ייִדישע שפּראַכן, נאָר פֿון דער ייִדישער קולטור און קונסט; רעדט מען פֿון פֿאַרשפּרייטן דאָס וויסן פֿון דער ייִדישער קולטור צווישן דעם ייִדישן פֿאָלק; וויל מען אויף דער ייִדישער אינטעליגענץ ווירקן און זי צוציִען צו דער ייִדישער ליטעראַטור און קונסט, דאַן לאָזט זיך אויף קיין פֿאַל ניט באַגרײַפֿן: פֿאַר וואָס זאָלן אויך קיין אַנדערע שפּראַכן ניט צוגעלאָזט ווערן אין די דערמאָנטע פֿאַראיינען?
צי גוט צי שלעכט, נאָר אַ פֿאַקט איז דאָס, אַז ייִדישע קולטורעלע גיטער [אוצרות פֿון קולטור-ירושה] זײַנען צעזייט און צעשפּרייט ניט נאָר אין ייִדיש און אין העברעיִש, נאָר — אין רוסלאַנד — אויך אין רוסיש און אין פּויליש. די ייִדן, וועלכע האָבן די דאָזיקע גיטער געשאַפֿן, קאָנען אָפֿט ניט קיין ייִדיש און ווער רעדט נאָך העברעיִש. אַזעלכע מענטשן וואָלטן געוויס געקאָנט זײַן ניצלעך אין זין פֿון באַקענען דאָס ייִדישע פּובליקום מיט ייִדישע קולטור-ווערטן, ווען ס׳וואָלט זיי דערלויבט זײַן צו לייענען אויף יענער שפּראַך, וואָס איז זיי אייגן — כאָטש זי איז אין עצם אַ פֿרעמדע שפּראַך. אין אַ קולטורעלן זין איז אַ גוטער ייִדישער פֿאָרטראָג [רעפֿעראַט] אויף אַ פֿרעמדער שפּראַך ניצלעכער ווי אַ פּוסטער פֿאָרטראָג אויף ייִדיש. און דאָס אייגענע איז אומגעקערט אויך ריכטיק. כ׳מיין: כּדי אַז יענע אינטעליגענץ, וואָס איז איצט ווײַט פֿון ייִדן און ייִדנטום — אין ליטעראַרישן זין — זאָל ווערן נעענטער צו אונדז, דאַרפֿן מיר זי פֿריִער באַקענען דערמיט, וואָס מיר פֿאַרמאָגן און וואָס ס׳איז ווערט געליבט צו זײַן [ליב האָבן]. נאָר דאָן-קיכאָט האָט זיך געקאָנט פֿאַרליבן אין זײַן דולצינעאַ איידער ער האָט זי געקענט. כּדי אָבער די דערמאָנטע אינטעליגענץ צו באַקענען מיט אונדזערע ליטעראַריש-קינסטלערישע ווערטן-גיטער, מוזן מיר מיט זיי רעדן אויף דער שפּראַך, וואָס זיי פֿאַרשטייען. זײַנען מיר דאָך אומצופֿרידן מיט אונדזערע חובֿבֿי-שׂפֿת-עבֿרי, וואָס ווילן ניט צולאָזן, אַז וועגן וויכטיקע זאַכן זאָל גערעדט ווערן אויף ייִדיש און טענהן: ווער עס פֿאַרשטייט ניט קיין העברעיִש — זאָל זיך זעצן לערנען!
און אויב דאָס לאָזט זיך זאָגן קעגן יענע, וואָס האָבן ייִדיש פֿון העברעיִש ניט אָפּגעטיילט, אַפּשיטא שוין, אַז ס׳לאָזט זיך זאָגן קעגן יענע ייִדישע ייִדן, וואָס ווילן אין זייערע פֿאַראיינען אַפֿילו פֿון העברעיִש אויך ניט וויסן — בנוגע צו העברעיִש.
באַטראַכטנדיק אייבערפֿלעכלעך, קאָן מען זאָגן, אַז פֿאַרקערט: די וואָס פֿאַראייניקן אין זייערע פֿאַראיינען ייִדיש מיט העברעיִש, זאָגן דערמיט, אַז זיי זײַנען אויסן ניט קיין באַשטימטע שפּראַך, נאָר דאָס ייִדישע, וואָס איז געשריבן אין די שפּראַכן; אויב אַזוי, איז אונדז וויכטיק אַלצדינג, וואָס ס׳איז דאָ ייִדישס אויף ניט-ייִדישע שפּראַכן אויך. יענע אָבער, וואָס ווילן נאָר ייִדיש, זײַנען אויסן דווקא אָט די שפּראַך און ניט די ייִדישע קולטורעלע גיטער בכלל — דערפֿאַר ווילן זיי אַפֿילו פֿון העברעיִש אויך ניט וויסן.
דאָס איז אָבער — ווי געזאָגט — נאָר אייבערפֿלעכלעך באַטראַכט. וואָרעם די, וואָס מיינען צו קרעפֿטיקן די ייִדישע קולטור אויף ייִדיש, קאָנען אוממעגלעך [בשום-אופֿן] אָן העברעיִש נישט אויסקומען. אויב מיר מיינען ניט, אַז די ייִדישע "רענעסאַנס" זאָל זיך אָנהייבן פֿונעם ווילנער "נסתּר" מיטן "פּויליש-טאַנץ"; אויב די רענעסאַנס-שאַפֿער מיינען מיט אַן אמת, אַז דער קיום און די אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער קולטור פֿאָדערט אַזאַ פֿאָדעם, וואָס זאָל פֿאַראייניקן די ייִדישע פֿאַרגאַנגענהייט מיט דער געגנוואַרט [איצטיקייט] און צוקונפֿט — דאַן טאָרן זיי זיך ניט אָפּזאָגן פֿון צו שפּינען אַליין אויך דעם דאָזיקן פֿאָדעם, אויסזוכן אים דאָרט, וווּ ער איז אָפּגעריסן געוואָרן, און וועלנדיק דאָס טאָן און באַקענען דערמיט דאָס פֿאָלק — וועלן זיי מוזן אָנקומען צו דער אַלטער און נײַער העברעיִשער ליטעראַטור.
וואָרעם ווי הויך מיר זאָלן ניט שטיצן דאָס ייִדיש, מיין איך דאָך, אַז איך קען זאָגן, אַז ניט נאָר אין דער פֿאַרגאַנגענהייט, נאָר אויך אין דער געגנוואַרט זײַנען די טײַערסטע ייִדישע קולטור-גיטער אויף העברעיִש געשאַפֿן געוואָרן.
און — — — ביז איצט איז אונדז דאָך פֿאַרבליבן פֿון דער געשיכטע נאָר דאָס, וואָס איז אין העברעיִש געשריבן געוואָרן, און נאָר דערמיט קאָנען זיך באַנוצן און באַנוצן זיך די ייִדן פֿון אַלע לענדער.