|
דער סאַטמערער ביקור־חולים צימער אינעם בית־ישׂראל־שפּיטאָל |
|
ס'איז מאָדנע צו פֿילן אַ חובֿ צו אַ גרופּע וואָס מ'איז ניט מסכּים מיט איר וועגן די יסודות פֿון איר השקפֿה. אַזוי אָבער איז דער פֿאַל מיט סאַטמערער חסידים און זייער ביקור-חולים צימער אין דעם שפּיטאָל, וווּ איך אַרבעט. ניט דער עיקר צוליב דעם, וואָס די פֿרויען וואָס פֿירן אָן דערמיט, שטעלן צו, אומזיסט און פֿאַר צדקה-צוועקן, הייסע שבת- און וואָכעדיקע מאָלצײַטן פֿאַר פּאַציענטן און דאָקטוירים, נאָר אויך דערפֿאַר, וואָס אין דעם צימער (וווּ איך האָב שוין פֿאַרבראַכט אַ היפּש ביסל צײַט בשעת מײַנע טרענירונג-יאָרן ווי אַ רעזידענט-דאָקטער) טרעפֿן זיך פֿאַרשיידענע שיכטן פֿון דער פֿרומער ייִדישער קהילה וואָס באַגעגענען זיך זעלטן.
מע גייט צו צום צימער (וואָס געפֿינט זיך אין אַ קאָרידאָר פֿון רעהאַביליטאַציע-אָפּטייל פֿון שפּיטאָל, פֿאַרוואָרפֿן אַ ביסל אין אַ ווינקל) און פֿון אינעוויניק קוקן אַרויף צו אײַך אַ פּאָר גאָר פֿרומע ייִדן. מע פֿרעגט מיך אַלע מאָל (דערזעענדיק מײַן סטעטאָסקאָפּ) וואָס פֿאַר אַ דאָקטער איך בין, ווי אַזוי איך קום אַהער, וווּ איך וווין, צי איך האָב אַ ווײַב, וווּ איך דאַוון.
דערנאָך זעץ איך זיך צו, און איידל, ניט-באַמערקטערהייט, הער איך אונטער די רייד פֿון די פֿאַרשידענע ייִדן. ווער ס'איז אַ ישׂראלי וואָס זײַן קרובֿ ליגט אין שפּיטאָל, ווער ס'איז אַ נײַער טאַטע וואָס וויל אַוועק (און די מאַמע לאָזט אים?) פֿון די נײַע אַחריותן, כּדי אַרײַנצוכאַפּן אַ שמועס בײַם לערנען און כאַפּן אַ נאַש, אײַנגעוויקלט אין אַ פּלאַסטיק.
פֿרײַטיק נאָך מיטאָג, האַרט פֿאַר שבת, בין איך לעצטנס געשטאַנען בײַ דער טיר און געפּרוּווט דאַוונען (ער מוז דאַוונען פֿרי, דער דאָקטער, ווײַל נאָכן אָנהייבן די נאַכט-אַרבעט, וועט ער ניט האָבן צײַט) בשעת יונגע-לײַט טראָגן אַרײַן גרויסע "באַקסעס" מיט כּלערליי שבת-עסן. זייערע צעלפֿאָנען צעקלינגען זיך כּסדר, און יעדער ווײַלע (דאַכט זיך) גיט מען צו וויסן וועגן נאָך אַ "היימישער" משפּחה, וואָס די מאַמע גייט ווידער צו קינד, אָדער רחמנא-לצלן אַ ישיבֿה-בחור האָט געטראָפֿן אַן עקצידענט און איצט זיצט ער אין "עמערדזשענסי" ערבֿ-שבת. אין ביקור-חולים-צימער, ערבֿ-שבת, קאָכט ווי אַ קעסל. עס קאָכט ניט בלויז ווײַל ס'איז ערבֿ-שבת, נאָר אויך צוליב דעם וואָס דער קעסל איז אַ קליינער, אַ קליינער חסד, וואָס דאַרף דינען אַ היפּשער געזעלשאַפֿט אין אַ גרויסן שפּיטאָל.
מע וואָלט געקענט פֿרעגן, הלמאַי שטעלט מען צו אַזוינע באַדינגונגען פֿאַר די ייִדן בשעת די אַנדערע גרופּעס מוזן קומען מיט זייערע אייגענע רעסורסן. די כינעזער מיט זייערע גרויסע טערמאָסן קאָכעדיק וואַסער, די שפּאַנישע מיט זייערע צודאַטן, לויטן מינהג פֿוּן מעקסיקע אָדער פּוערטאָ-ריקאָ. ס'איז אַ גוטע פֿראַגע, נאָר ניט שייך. דער מעדיצין-צענטער האָט צוגעשטעלט דעם צימער, און פֿרוי לובלינג (אַזוי הייסט די בעל-הביתטע) פֿירט אָן מיט דער וווילטעטיקייט, און וועמען קען עס שאַטן?
דאָס הייסט ניט, אַז קאָנפֿליקטן מײַדן אין גאַנצן אויס דעם צימער. אויף דער טיר הענגען מעלדונגען אויף ייִדיש און ענגליש, מיט אַ בעטנדיקן, כּמעט פֿאַרצווייפֿלטן טאָן: "ביטע, מאַכט ניט קיין חילול-השם פֿאַר די אַרומיקע אָנגעשטעלטע און פּאַציענטן אין שפּיטאָל מיט אײַער טומל. געדענקט, אַז דער שפּיטאָל קען פֿאַרשפּאַרן דעם צימער והמבֿין יבֿין".
אויך פּערזענלעכע קאָנפֿליקטן פֿעלן קיין מאָל ניט צווישן ייִדן פֿון די פֿאַרשיידענע קהילות. יענעם שבת, ווען כ'האָב דאָרט געפּראַוועט מײַן אַרבעט-סעודה, איז אַרײַן אַ ישׂראלי, מיט אַן אַנטבלויזטן קאָפּ און אַ פֿאַרכמורעט פּנים, און געפֿרעגט קורץ און אומפֿרײַנדלעך, צי דאָס עסן איז דאָ כּשר. פּונקט דעמאָלט איז דאָרטן געזעצן פֿרוי לובלינג, אַן עלטערע ייִדענע וואָס גייט אײַנגעבויגן — כאָטש מיט א גוואַלדאָוונעם כּוח — און אַ קאַפּיטשקע טויבלעכקייט. האָט זי תּמעוואַטע א פֿרעג געטאָן, "ענד הו אַר יו?"
האָט זיך אַנגעהויבן א שטיקל סיכסוך: "וואָס הייסט, ווער איך בין? כ'בין אַ ייִד פּונקט ווי איר?" און דאָס גלײַכן. ווען פֿרוי לובלינג האָט אים געפּרוּווט ארײַנגעבן אַ יאַרמלקע אין דער האַנט אַרײַן, האָט ווייניק געהאָלפֿן.
דער ביקור-חולים-צימער, פּונקט ווי פֿיל אונטערנעמונגען און חסד-אָרגאַניזאַציעס פֿאַרבונדן מיט דער חרדישער קהילה, איז ניט דער פּלאַץ צו גיין פֿאַר אַ דאָזע ייִדישן פּלוראַליזם אָדער טיפֿן פֿאַרשטאַנד וועגן דער פֿאַרשיידנאַרטיקייט פֿון דער ייִדישער (און אַפֿילו פֿרומער) קולטור. דאָך, איז גוט צו טוישן זיך מיט מיינונגען אין דער חרדישער חבֿרה, באַזונדערס ווי אַ דאָקטער, וואָס מוז באַהאַנדלען די לײַט (און זיי היילן, טרייסטן און אין אַלגעמיין צו העלפֿן) מיט אַ שמץ צווישן-קולטורעלן שׂכל.
געשען איז עס ווידער אין אַ פֿרײַטיק־צו־נאַכטס. כ'האָב אָפּגעריכט, איינער אַליין, אַ שבת-סעודה נאָכן אָפּאַרבעטן אַ פּאָר שעה אין שפּיטאָל. (דאָס איז דווקא ניט אויפֿצוּוועקן בײַ אײַך קיין רחמנות-געפֿילן, ווײַל אַזוי איז די געוויינטלעכע פֿאַראַנטוואָרטלעכקייט פֿון אַ דאָקטער-בישׂראל. נאָר אויב איר ווילט אַרויסווײַזן רחמנות, איז אַדרבא.) ווי געוויינטלעך, איז דאָ אַן עולם אין ביקור-חולים-צימער, צווישן זיי סאַטמערער חסידים. גיט איינער פֿון זיי בײַ מיר אַ פֿרעג: "דאָקטער, קען אַ ייִד מיט ברוסט-ווייטיק גיין אַהיים צוויי שעה צו פֿוס שבת?"
כ'האָב געענטפֿערט, "איר פֿרעגט וועגן שבת צי וועגן גיין צו פֿוס? קיין פּוסק בין איך ניט".
"דער דאָקטער אין עמערדזשענסי רום האָט געזאָגט, אַז ס'איז ניט זײַן האַרץ. דאָס הייסט, אַז ס'איז ניט קיין סכּנה?"
"עס ווענדט זיך. דער ברוסטווייטיק קען האָבן פֿאַרשיידענע סיבות..."
פֿון דעמאָלט אָן האָט זיך פֿאַרפֿירט אַ לענגלעכער שמועס. כ'האָב זיך דערוווּסט עטלעכע אינטערעסאַנטע זאַכן, למשל, אַז דער ייִד מיטן ברוסטווייטיק האָט עלף קינדער, קיין עין-הרע! דאָס דערקלערט דעם ברוסטווייטיק פֿון מײַנעט וועגן. כ'האָב זיך אויך דערוווּסט, אַז איינער פֿון די סאַטמערער רבנים (דער געוועזענער רבי צי איינער פֿון זײַנע צעקריגטע זין) האָט געפּסקנט, אַז איינער וואָס מעלדט זיך צום "עמערדזשענסי רום", איז גענוג אויף אַ סכּנה, מע זאָל אָננעמען ס'איז פּיקוח־נפֿש און ס'זאָל אים זײַן מוותּר אַהיימפֿאָרן שבת מיט אַ געדונגענעם אויטאָ. לאָזט זיך אויס, אַז דער ייִד אין ביקור-חולים-צימער האָט געוואָלט וויסן מײַן מעדיצינישע מיינונג, צי זײַן קרובֿהס ברוסטווייטיק וואָלט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ סכּנה.
כ'האָב געפּרוּווט דאָס מיט אים אַרומרעדן, נאָר געדאַרפֿט אַראָפּלאָזן די הענט. געוואָלט אײַנקנעלן וועגן די אונטערשיידן אין אונדזערע (רבֿס און דאָקטערס) פֿאַכן: מײַנע השׂגות (געזונט/ניט געזונט, אָדער סכּנהדיק/ניט-סכּנהדיק) זײַנען ניט איבערצוטײַטשן אין באַגריפֿן פֿון פּסיכאָלאָגיע: ספֿק פּיקוח נפֿש כּנגד סתּם חילול שבת. סוף-כּל-סוף, האָב איך — אַנטוישטערהייט — געדאַרפֿט געבן דעם כּלומרשטיקן תּירוץ (כ'האָב ממש פֿײַנט אַזאַ מין), אַז דער ברוסטווייטיק איז ניט אַ לעבנס-סכּנה, נאָר כ'בין ניט דער דאָקטער, וואָס האָט אים באַטראַכט אין דעם פּיקוח־נפֿש־אָפּטייל. ווידער פֿון אַ פֿאָרפּאָסט פֿון דער חרדישער געזעלשאַפֿט בין איך אַוועק מיטן געפֿיל, אַז די מחיצה צווישן "אונדז" און "זיי" איז ניט קיין פֿיזישע נאָר אַ באַגריפֿיקע. אַזעלכע זײַנען שווערער בײַצוקומען ווי ציגלנע מויערן.