- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די וואָך האָט דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט, דזשאָרדזש בוש, זיך געלאָזט אין זײַן נסיעה איבער אייראָפּע. ווי עס האַלטן די פּאָליטישע קאָמענטאַטאָרן — אין זײַן לעצטן פֿלוג ווי דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט. בוש געהערט בפֿירוש נישט צו די פּרעזידענטן־היימזיצערס; און מיר געדענקען, אַז יעדע זײַנע נסיעה פֿלעגט אַרויסרופֿן שטורמישע פּראָטעסט־דעמאָנסטראַציעס אין די לענדער, וווּהין ער פֿלעגט קומען אויף אַ באַזוך. זײַן איצטיקער באַזוך רופֿט נישט אַרויס בײַם אָרטיקן המון קיין זשום און רעש. "עס איז ממש אַ וווּנדער ווי אַזוי ער האָט דאָס באַוויזן אין איין וואָך אַריבערצוגיין וווינען אויפֿן גולן, אויפֿצושטעלן אַן אַלטערנאַטיווע רעגירונג, באָמבאַרדירן איראַן — דאָס אַלץ אָבער מיטן בלויזן מויל — און דערמיט גורם צו זײַן דעם שאַרפֿסטן אין דער געשיכטע אויפֿשפּרונג פֿון די פּרײַזן פֿון נאַפֿט: 11 דאָלאַר אין משך פֿון איין מעת־לעת, דערנענטערנדיק אים צו 140 דאָלאַר אַ פֿאַס, צו דעם העכסטן פּרײַז אין דער געשיכטע".
דער ייִדישער טוריסט, וועלכער פֿאָרט הײַנט צוריק צו דער "אַלטער היים", פֿאַרשטייט שוין אַליין, אַז ער וועט אפֿשר מער פֿאַרברענגען מיט די טויטע, ווי מיט די לעבעדיקע. איך האָב אַוודאַי געוואָלט פֿאָרן זען דעם בית־עולם אין טשערנעוויץ, אָבער איך האָב געוווּסט, אַז מײַן נאָענסטע משפּחה וועל איך דאָרטן נישט געפֿינען. דער מאַמעס טאַטן, בנימין שעכטער, האָט מען פֿאַרשיקט, אַן אומשולדיקן, אין 1941 אין אַ גולאַג מיט קרימינאַלניקעס, און זיי האָבן אים דערשלאָגן אויף טויט. כ‘האָב קלאָר דערפֿילט, ווי מײַן שטערן און דערנאָך די נאָז, די באַקן האָבן אָנגעהויבן שטעכן מילי־מיליאַסן פּיצינקע נאָדלען; מײַן נײַגעריש־פֿאַרחידושטער בליק האָט נאָך אָנגעטאַפּט דעם אַרום — דאָס פֿולבלעכע פּנים פֿונעם דאָקטער־אַנעסטעזיאָלאָג, אַ בלויען ווינקל פֿון דער שאַפֿע הינטער זײַנעם אַן אַקסל — זיך געטשעפּעט פֿאַר דעם דין־געלן גומענעם רערל, וואָס האָט זיך, ווי אַ זײַטיקער, פֿרעמדער אָדער אַראָפּגעשלענגלט פֿון דער איבערגעקערטער פּלאַסטיק־כּלי, ס'איז מאָדנע צו פֿילן אַ חובֿ צו אַ גרופּע וואָס מ'איז ניט מסכּים מיט איר וועגן די יסודות פֿון איר השקפֿה. אַזוי אָבער איז דער פֿאַל מיט סאַטמערער חסידים און זייער ביקור-חולים צימער אין דעם שפּיטאָל, וווּ איך אַרבעט. ניט דער עיקר צוליב דעם, וואָס די פֿרויען וואָס פֿירן אָן דערמיט, שטעלן צו, אומזיסט און פֿאַר צדקה-צוועקן, הייסע שבת- און וואָכעדיקע מאָלצײַטן פֿאַר פּאַציענטן און דאָקטוירים, נאָר אויך דערפֿאַר, וואָס אין דעם צימער (וווּ איך האָב שוין פֿאַרבראַכט אַ היפּש ביסל צײַט בשעת מײַנע טרענירונג-יאָרן ווי אַ רעזידענט-דאָקטער) טרעפֿן זיך פֿאַרשיידענע שיכטן פֿון דער פֿרומער ייִדישער קהילה וואָס באַגעגענען זיך זעלטן. בײַם סוף פֿון דער פֿריִערדיקער פּרשה זענען באַשריבן געוואָרן די קרבנות, וועלכע די נשׂיאים פֿון די ייִדישע שבֿטים האָט געבראַכט, צו הייליקן דעם מזבח. בײַם אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער סדרה, האָט דער אייבערשטער אָנגעזאָגט אַהרן הכּהן אָנצינדן די מנורה אינעם משכּן. רש״י איז מסביר, אַז אַהרן איז געווען אומצופֿרידן מיט דעם, וואָס ער, דער נשׂיא פֿון די לוויים, האָט זיך נישט באַטייליקט אין חנוכּת-המזבח; דערפֿאַר האָט דער אייבערשטער אים באַפֿרידיקט, און אָנגעזאָגט אויספֿירן אַ מער וויכטיקע עבֿודה — אָנצוצינדן די ליכט פֿון דער מנורה. מײַן ווײַב פֿאַרשטייט ניט קיין חכמות ווען די רייד גייט וועגן זומער-וואַקאַציעס: עס דאַרף זײַן בײַ אַ ים אָדער, אין ערגסטן פֿאַל, בײַ אַ טײַך צי אַן אָזערע. אַנדערש, אָן שווימען, הייסט עס ניט בײַ איר "וואַקאַציעס". מיט פֿופֿצן יאָר צוריק, ווען ס׳איז געקומען אונדזער ערשטער פֿולער זומער אין ענגלאַנד, האָבן מיר זיך געלאָזט קיין שפּאַניע. דאָס איז געווען אונדזער ערשטע דערפֿאַרונג, וועלכע מיר האָבן באַקומען פֿון אַ "פּעקעדזש-האָלידיי", דאָס הייסט, ווען מע קויפֿט אַלץ צוזאַמען; אַזאַ "פּאַקעט" איז כּולל אי די רײַזע, אי די פֿאַרזיכערונג, אי די דירה, אי דאָס עסן. איך קאָן נישט געדענקען גענוי ווען האָט זיך עס אָנגעהויבן בײַ אונדז דער פֿוראָר פֿון די ייִדיש זינגענדיקע אָוונטן. אָבער ווען זיי האָבן זיך אָנגעהויבן איז שׂרהלע פֿעלדמאַן שוין פֿון לאַנג דאָרט געווען. דעם אמת געזאָגט, געפֿינט זי זיך שוין אויף דער בינע זינט זי איז נײַן יאָר אַלט געווען, דעמאָלט האָט זי אַנטפּלעקט דער אַמאָליקער באַוווּסטער בינע־קינסטלער בן־ציון וויטלער. זי איז געווען אַ וווּנדערקינד, נישטאָ וואָס צו רעדן! דער באַנײַטער זשורנאַל "צוקונפֿט", רעדאַגירט פֿון באָריס סאַנדלער און גענאַדי עסטרײַך, האָט שוין באַקומען אַ פֿעסטן פֿאָרמאַט, וואָס שפּיגלט אָפּ די אידעיִשע און קולטורעלע אײַנשטעלונגען פֿון דער רעדאַקציע. יעדער נומער עפֿנט זיך מיט אַ פּרטימדיקן שמועס מיט איינעם פֿון די חשובֿע ייִדישע קולטור־טוער, געבוירן אין אַמעריקע און האָט געמאַכט אַ וויכטיקן בײַטראָג אין דער אַנטוויקלונג פֿון ייִדיש. דאָס מאָל טרעפֿט מען זיך אויף די זײַטן פֿון דער צײַטשריפֿט מיט חנה מלאָטעק. לעצטנס האָב איך זיך באַקענט מיט אַ מענטשן וואָס פּראָדוצירט, זעצט איבער און איז דער אַרטיסטישער דירעקטאָר פֿון "נפֿש־טעאַטער" אין ישׂראל. ער אַליין איז אַ קאַנאַדער, געבוירן אין וויניפּעג און שטעלט צונויף פֿאָרשטעלונגען אין העברעיִש, ייִדיש און ענגליש. ער הייסט האַואַרד ריפּ, און זינט 1983 וווינט ער אין ישׂראל וווּ ער שטעלט זײַנע פֿאָרשטעלונגען. טײַערע חזנטע, מיר דאַכט, אַז איך בין אַ "וואַנטבלום", וואָס קיינער וויל נישט מיט איר רעדן, נישט שפּילן אָדער האָבן צו טאָן מיט איר. ווען איך בין צווישן אַנדערע מענטשן, פֿיל איך, אַז איך טויג נישט אין גאַנצן. איך בין נישט אַזוי שיין ווי אַנדערע פֿרויען און איך וועג צו פֿיל. איך טראָג נישט קיין טײַערע קליידער און נישט קיין סך צירונג. איך בין אַ סימפּאַטישע און ערלעכע, אָבער איך ווייס, אַז כ׳בין נישט גענוג קלוג. ווי באַקאַנט, איז בייליק דער געזינטערער טייל פֿון אַ הינדל. אָט איז אַן אופֿן ווי צוצוגרייטן בייליק אויף אַ פּיקאַנטן אופֿן — מיט אַ לימענע־סאָוס. דער רעצעפּט איז פֿאַר צוויי מענטשן. |