‫רעפּאָרטאַזשן
פֿון איציק גאָטעסמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אָנדענק־שטיין נאָך די קרבנות פֿונעם חורבן
אָנדענק־שטיין נאָך די קרבנות פֿונעם חורבן

דער ייִדישער טוריסט, וועלכער פֿאָרט הײַנט צוריק צו דער "אַלטער היים", פֿאַר­שטייט שוין אַליין, אַז ער וועט אפֿשר מער פֿאַר­ברענגען מיט די טויטע, ווי מיט די לעבעדיקע. איך האָב אַוודאַי געוואָלט פֿאָרן זען דעם בית־עולם אין טשערנעוויץ, אָבער איך האָב געוווּסט, אַז מײַן נאָענסטע משפּחה וועל איך דאָרטן נישט געפֿינען. דער מאַמעס טאַטן, בנימין שעכטער, האָט מען פֿאַרשיקט, אַן אומשולדיקן, אין 1941 אין אַ גולאַג מיט קרימינאַלניקעס, און זיי האָבן אים דערשלאָגן אויף טויט.

מײַן טאַטנס טאַטע, חיים גאָטעסמאַן, האָט מען פֿאַרשיקט קיין טראַנסניסטריע בעת דעם חורבן און די דײַטשן אָדער רומענער האָבן אים דערשאָסן. מײַן מומע דאָרע, דעם טאַטנס שוועסטער, איר מאַן יאָסל בערגענפֿעלד און טאָכטער, העניע, זענען אויך אומגעקומען אין טראַנסניסטריע. מײַנע צוויי עלטער־באָבעס, טאָובע גאָטעסמאַן און רחל שעכטער זענען געשטאָרבן אין טשערנעוויצער געטאָ, און מײַן מאַמע געדענקט, אַז מע האָט זיי באַגראָבן אויפֿן בית־עולם, אָבער ווער האָט געהאַט אין זינען, אָדער געקענט אין יענער צײַט, שטעלן אַ שטיין.

די באַבע (נישט "באָבע") רחל איז געווען אַ רביצין און ווען מע האָט אויפֿגעשטעלט די ערשטע געטאָ אין טשערנעוויץ, האָט די משפּחה זיך געדאַרפֿט אַרײַנציִען אויף אַ בוידעם־שטיבל אין דער דירה פֿון דער קרובֿה, קלאַראַ קלײַן. באַבע טאָובע האָט נאָך געקענט גיין צו פֿוס, אָבער באַבע רחל איז געלעגן קראַנק אין בעט און נישט געקענט מיטגיין. האָט מען קיין ברירה נישט געהאַט און זי געלאָזט אין בעט אין דער דירה און געהאָפֿט, אַז מע וועט איר העלפֿן.

מע האָט זי גענומען, זעט אויס, אין ייִדישן שפּיטאָל, און דערנאָך אין מושבֿ־זקנים, וואָס איז אין צײַט פֿון דער מלחמה, געווען אַ שרעקלעך אָרט, וווּ מען איז גע­גאַנגען שטאַרבן, אָדער נאָך ערגער... די רומענער האָבן גענומען די אַלטע ייִדן און זיי פּשוט דערשאָסן. ווען מע האָט שפּעטער אָפּגעשאַפֿן די געטאָ און מע האָט געקענט צוריק אַרײַן אין דער אַלטער דירה אויף דער שטיין־גאַס, האָט מען געהערט, אַז רחל ליגט אין דער "טוימבע־האַלע", אַ קאָנצערט־זאַל. מסתּמא האָט מען זיך געגרייט די ייִדן צו דערשיסן. איז מען געלאָפֿן אַהין זי נעמען, און זי גענומען פֿונעם בעט צוריק אַהיים. מײַן מאַמע געדענקט, אַז אַן אַלטע ייִדענע וואָס איז געלעגן אויף דר‘ערד אינעם זאַל לעבן באַבע רחל, האָט זיך געלייגט אויפֿן בעט און זיי געבענטשט, וואָס זיי האָבן איר איבערגעלאָזט דאָס בעט, און זי דאַרף מער נישט ליגן אויף דער קאַלטער פּאָדלאָגע. רחל איז צו יענער צײַט געוואָרן אַזוי אײַנגעקאָרטשעט, אַז מע האָט זי אַרײַנ­געלייגט אין אַ קינדער־בעטל. זי איז דאָרטן אין אַ פּאָר וואָכן אַרום געשטאָרבן אין דער זעלבער נאַכט ווי די אַנדערע באַבע, טאָובע.

דאָס אַמאָליקע עלעגאַנטע, אָבער איצט חרובֿע קבֿורת־שטיבל
דאָס אַמאָליקע עלעגאַנטע, אָבער איצט חרובֿע קבֿורת־שטיבל

איך האָב, פֿון דעסטוועגן, געהאָפֿט צו געפֿינען די מצבֿות פֿון אַנדערע גאָטעסמאַנס אויפֿן טשערנעוויצער בית־עולם. למשל, דרײַ גאָטעסמאַן ברידער — לייבוש, מענדל און נתן — פֿעטערס פֿון ליפֿשע, האָבן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט די "אַריסטאָקראַטיע" פֿון אונדזער פֿאַמיליע און פֿון טשערנעוויץ. נאָר מײַן האָפֿענונג איז נישט מקוים געוואָרן, און קיין מצבֿות פֿון די גאָטעסמאַנס האָב איך דאָרטן נישט געפֿונען. אַ פּנים, אַז ס‘רובֿ קרובֿים האָבן איבערגעלעבט די געטאָ און עולה געווען. ווי אַלע טשערנעוויצער ייִדן, זענען זיי באַלד נאָך דער באַפֿרײַונג אַנט­לאָפֿן פֿון צפֿון־בוקעווינע, אַוועק פֿון דער סאָוועטישער מאַכט.

בײַם אָנקומען אויפֿן בית־עולם אין טשערנעוויץ באַמערקט מען תּיכּף, אַז דאָס הייליקע אָרט איז אין גאָר אַ שלעכטן מצבֿ — ווילדגראָזן, בוריאַנעס דערגרייכן שוין איבער די מצבֿות און מע דאַרף אויסהאַקן אַ וועג עפּעס איבערצולייענען. אַז מע קוקט אָבער אויף דער צווייטער זײַט גאַס, צום גוייִשן צווינטער, זעט מען אַ פֿעלד וואָס איז ריין און ציכטיק; יעדן שטיין קען מען לייענען און אַ טוץ אַרבעטער האַלטן אין איין אָפּרייניקן און אַוועקנעמען די ווילדע געוויקסן. צו זען אַזאַ קאָנטראַסט איז טאַקע אַ בושה פֿאַר די ייִדן.

בײַם אַרײַנגאַנג צום בית־עולם שטייט אַ חורבֿה, וואָס איז אַמאָל געווען אַן עלעגאַנט קבֿרות־שטיבל, (אין דעם פֿאַל, פּאַסט בעסער "אַ קבורת־הויז") מיט אַ הויכער סטעליע און גענוג אָרט אינעווייניק פֿאַר עטלעכע הונדערט מענטשן. הײַנט זעט מען סימנים פֿון היימלאָזע מענטשן, וועלכע האָבן דאָרט איבערגענעכטיקט און איבערגעלאָזט זייער מיסט. די הויכע שטיינערנע טאָוולען אויף די ווענט מיט פּסוקים אויף לשון־קודש, צע­קרישען זיך אין גאַנצן.

אין דער ערשטער אַלייע — און ס׳איז לײַכט צו געפֿינען — זעט מען אליעזר שטיינ­באַרגס גרויסן שטיין מיטן באַקאַנטן מאָטאָ פֿון זײַן שאַפֿונג:

טרויעריק קינדער אויף דער וועלט דער ברייטער גראָמער!

ביטער! מיט אַ משל כאָטש זיך קוויקן לאָמיר.

די אַנדערע מצבֿות האָבן נישט געהאַט אַזאַ מזל, און ס׳איז נישט אַזוי לײַכט זיי צו דערגרייכן. מײַן פֿרוי נחמה, איך און אונדזער פֿרײַנד און איבערזעצער מאָטל גאָר­דאָן האָבן אָנגעהויבן אַרויסרײַסן די ווילד­גראָזן אויף די עלטערע מצבֿות, און עס האָבן זיך באַוויזן גאָר אינטערעסאַנ­טע סימ­באָלן און בילדער, מיט וועלכע דער ייִדי­שער עטנאָגראַף וואָלט זיך מחיה געווען.

די מצבֿה פֿון חוה מאַנגער מיט איציק מאַנגערס ליד
די מצבֿה פֿון חוה מאַנגער מיט איציק מאַנגערס ליד

זוכנדיק צווישן די רייען שטיינער פֿון די, וועלכע זענען געשטאָרבן אין די 1930ער יאָרן, מיינענדיק, אַז איך וועל דאָרטן "געפֿינען אַ גאָטעסמאַן", האָב איך באַמערקט איין שטיין מיט אַן אַב­סטראַקטן, מאָדערניסטישן מוסטער. איך בין צוגע­קומען און איבערגעלייענט, אַז דאָס איז חוה מאַנגערס מצבֿה, איציק מאַנגערס מאַמע. דערצו איז געווען מאַנגערס אַ ליד אויס­גע­קריצט אויף דעם און אונטערגעשריבן פֿון די דרײַ קינדער — נאָטע, איציק און שיינדל מאַנגער —

דאָ ליגט אונדזער מאַמע און אונדזער פֿרייד


דאָ ליגט באַגראָבן די ליבע אַליין


טרויעריק איז איר לעבן אַוועק


אָבער איר האַרץ איז שיין געווען


אַנדערע פֿון שפּעטע שפּעטע יאָר


גיי נישט אָן אַ בלום דעם קבֿר פֿאַרבײַ


זאָל מיט יעדן זומער אויף דער וועלט


אויפֿבליִען איר אָנדענק אויף דאָס נײַ.

ווען איך האָב דערציילט יוסף בורגן וועגן דער אַנטדעקונג, האָט ער זיך געפֿרייט — "מאָלאָדיעץ!" האָט ער אויסגערופֿן, ווײַל דעם קבֿר האָט מען שוין לאַנג געזוכט. ער האָט דערמאָנט אויך אַנדערע ייִדישע שרײַ­בער און טוער וואָס ליגן אויפֿן בית־עולם, אָבער צוליב דעם פֿאַרלאָזטן מצבֿ קען מען זיי נישט געפֿינען. צי מע וועט נאָך אַ מאָל קענען געפֿינען חוה מאַנגערס קבֿר בין איך אין ספֿק, כאָטש מיר האָבן איבערגעלאָזט אַ צייכן, וואָס זאָל אונדז העלפֿן אַ צווייט מאָל.

צווישן אַנדערע טשיקאַווע מצבֿות האָבן מיר געפֿונען אַ שטיין, אויף וועלכן עס איז פּשוט געשטאַנען "רוסישער סאָלדאַט" פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה. אויף אַ צווייט אָרט געפֿינט זיך אַ מאַסן־גרוב פֿאַר די אומגעקומענע ייִדן אינעם חורבן, וווּ עס שטייט אויף ייִדיש — "דאָ ליגן 900 קדושים אומגעקומענע פֿון די פֿאַשיסטישע מער­דער"; און אויפֿן רוסישן אונטערשריפֿט שטייט מער פּרטימדיק " ... 900 ייִדישע אײַנוווינער פֿון טשערנעוויץ דערשאָסן אין דער צײַט פֿון דער פֿאָטערלענדישער מלחמה".

אַלטע שטיינער אויפֿן טשערנעוויצער בית־עולם
אַלטע שטיינער אויפֿן טשערנעוויצער בית־עולם

מיר וואָלטן געקענט אַרומגיין נאָך אַ סך צײַט איבערן בית־עולם, אָבער מיר זע­נען געוואָרן מיד און צוריקגעפֿאָרן אין אונדזער "קיִעוו"־האָטעל. אָבער איין זאַך איז גע­וואָרן קלאָר — מע דאַרף "מאַכן אַ לײַט" פֿונעם טשערנעוויצער הייליקן אָרט! זאָלן די בוקעווינער לאַנדסלײַט, אָדער די אָרגאַני­זאַציעס וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט פֿאַרצייכע­נען און רעסטאַוורירן ייִדישע דענקמעלער, אָדער די אוקראַיִנישע מלוכה, זיך נעמען צו דער אַרבעט און ראַטעווען אַ וויכטיק קאַפּיטל פֿון דער ייִדישער געשיכטע!