- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
לעצטנס האָב איך זיך באַקענט מיט אַ מענטשן וואָס פּראָדוצירט, זעצט איבער און איז דער אַרטיסטישער דירעקטאָר פֿון "נפֿש־טעאַטער" אין ישׂראל. ער אַליין איז אַ קאַנאַדער, געבוירן אין וויניפּעג און שטעלט צונויף פֿאָרשטעלונגען אין העברעיִש, ייִדיש און ענגליש. ער הייסט האַואַרד ריפּ, און זינט 1983 וווינט ער אין ישׂראל וווּ ער שטעלט זײַנע פֿאָרשטעלונגען. דאָס מאָל איז ער דאָ אין ניו־יאָרק מיט זײַנס אַ פֿאָרשטעלונג, די מוזיקאַליש־כאָרעאָגראַפֿירטע פּיעסע וואָס הייסט "One of a Kind". אויף ייִדיש וואָלט מען עס אפֿשר געקענט איבערזעצן ווי "אָן אַ פֿאַרגלײַך". די פּיעסע גאַסטראָלירט איצט איבערן לאַנד מיט גרויס דערפֿאָלג. האָט זיך אַזוי געמאַכט אַז שמואל (סעם) נאָריך (גענ עראַל־פֿאַרוואַלטער פֿון "פֿאָרווערטס") האָט זיך געשטעלט מיט מיר אין פֿאַרבינדונג, און פֿאָרגעלייגט איך זאָל זיך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיטן פּראָדוצענט פֿון דער מוזיקאַלישער פּיעסע. האָב איך אים אויסגעפֿאָלגט און זיך פֿאַרבונדן מיט האַואַרד ריפּן, וועלכער האָט מיך פֿאַרבעטן צו דער לעצטער פֿאָרשטעלונג וואָס האָט געשפּילט יענעם זונטיק אין ניו־יאָרק. אָבער איידער וואָס־ווען, האָבן מיר געכאַפּט אַ שמועס וועגן טעאַטערס וואָס שטעלן פֿאָרשטעלונגען הײַנט אויף ייִדיש, וויפֿל פֿון זיי זײַנען בכלל פֿאַרבליבן איבער דער וועלט, וואָס מ'קען זיי הײַנט קוים אָפּציילן אויף די פֿינגער פֿון איין האַנט, און דער עיקר, אויף וואָס פֿאַר אַ ניוואָ שטייען זיי הײַנט צו טאָג. דער אמת איז נישט קיין פֿויגלדיקער, נישט נאָר ווײַל עס ליגט אין די הענט פֿון מענטשן וואָס טויגן זיך נישט אויס דערצו, נאָר ווײַל דער באַנקראָט פֿון ייִדישן טעאַטער רייכערט פֿון אונטער די טעאַטראַלע בלעזלעך. און איצט וויל איך זיך טיילן מיט אײַך דערמיט וואָס דער מענטש, האַואַרד ריפּ, האָט אויפֿגעטאָן מיט זײַן פֿאָרשטעלונג. איז ערשטנס, שטעלט ער זי איבער 25 שטעט אין אַמעריקע. צווייטנס, קען איך עדות זאָגן אַז ס'איז אַ "Hit," דאָס הייסט, אַ שלאַגער. איז דער האַואַרד ריפּ האָט די פֿאָרשטעלונג רעזשיסירט און אויך איבערגעזעצט פֿון העברעיִש אויף ענגליש. די אַמהאַריק־שפּראַך פֿון די לידער האָט ער געלאָזט אין טאַקט אומגעשטערט. דער אויפֿטו באַשטייט אין דעם, וואָס עס איז אַ נאָווינע. עפּעס נײַס. די אַדאַפּטאַציע, די כאָרעאָגראַפֿיע. אין דעם אַלעם ליגט אַ וועלט מיט קינסטלערישקייט און נישט סטאַגנאַציע. זײַן אויפֿטו איז באַשטאַנען אין דעם וואָס ער האָט גענומען אַרום אַכט יונגע חבֿרה, עטיאָפּיש־ייִדישע אַקטיאָרן פֿון ישׂראל. כאָטש איינער צווישן זיי איז אַ תּימנער, און ער האָט זיי געלאָזט אויסשפּילן, אויססזינגען און אויסטאַנצן זייער לעבן, זייער גלות, זייער קולטור, אויף דער שפּראַך, אויף אַמהאַריק און אויף ענגליש. זיי האָבן פֿאַר אונדז אויפֿגעדעקט די וווּנדן פֿון זייערע ליידן דורך זייער ריטעם און געזאַנג. זיי האָבן אויסגעשפּילט דעם גאַנג זייערן דורכן סודאַנער מידבר ביז זיי האָבן זיך קוים מיט צרות דערשלעפּט ביזן אויסגעחלומטן, אויסגעטרוימטן — ארץ־ישׂראל. מיט אַ מאָל האָט זיך פֿאַר מיר געעפֿנט אַ פּאַנאָראַמע פֿון קיבוץ־גלויות, די ייִדישע שבֿטים, וואָס האָבן זיך צוריקגעקערט אין דער ייִדישער מדינה, זייער חלום פֿון ירושלים, זייער ליבשאַפֿט צום הייליקן לאַנד, צום אַמאָליקן בית־המיקדש, צו די אָבֿות, צום לאַנד וואָס האָט געלעבט אין זייער פֿאַנטאַזיע טויזנטער יאָרן. מען האָט זיי גערופֿן "פֿאַלאַשאַס", אויף העברעיִש "פֿלש". דאָס וואָרט ציט אירע וואָרצלען פֿון פֿאַלאַסאַ, וואָס שטאַמט פֿון דער קלאַסיש־עטיאָפּישער שפּראַך "גיז". אויף אַראַמעיִש מיינט פֿאַלאַשאַ "מענטשן פֿון גלות". אָבער די פֿאַלאַשאַס האָבן זיך אַליין אַ נאָמען געגעבן. צווישן זיך רופֿן זיי זיך "ביתא־ישׂראל", דאָס הויז פֿון ישׂראל. זיי זײַנען אויסגעשטאַנען אַ וועלט: פּאָגראָמען, רדיפֿות, אינקוויזיציעס, הריגה. די קריסטן האָבן זיי געצוווּנגען צום שמד. פּונקט ווי אין אַמאָליקן שפּאַניע, האָבן די וואָס זײַנען אַריבער צום קריסטלעכן גלויבן סײַ ווי געפּראַוועט ייִדישע מינהגים און טראַדיציעס. אַזעלכע ייִדן אַז מען האָט זיי געכאַפּט, האָט מען זיי פֿאַרברענט אויף די שײַטער־הויפֿנס. אַביסיניע אָדער עטיאָפּיע האָט דורך די יאָרטויזנטער געביטן הערשער ווי מען בײַט הענטשקעס. דאָ האָבן זיך געשלאָגן באַזונדערע שבֿטים און אימפּעראַטאָרן פֿון דערבײַיִקע לענדער. ייִדן האָט מען געקויפֿט און פֿאַרקויפֿט פֿאַר שקלאַפֿן און די ייִדן האָבן זיך געמוזט אונטערוואַרפֿן דעם זיגער, אָדער צושטיין צו אַ בונטאַרער אַרמיי. ווי עס זאָל נישט זײַן, מען האָט זיי נישט דערלויבט צו קויפֿן לאַנד און רעכענען דאָס פֿאַר אַן אייגנטום, האָבן אַ סך פֿון זיי געמוזט אָפּדינגען לאַנד, צו באַאַרבעטן די ערד און לעבן אַן אָרעם אויסקומעניש. די פֿאַלאַשאַס פֿאַרדעקן נישט די קעפּ, זיי עסן נישט קיין רוי פֿלייש ווי די עטיאָפּער. זיי האַלטן פֿון וואַשן די הענט איידער זיי עסן און נאָכן עסן. ביידע מאָל זאָגן זיי אַ ברכה. די משפּחה באַשטייט פֿון מאַן און איין ווײַב און ביידע האָבן גלײַכע רעכט. ברית־מילה קומט פֿאָר נאָך אַכט טעג פֿון געבורט פֿון אַ ייִנגעלע. ס'איז אָבער אויך געווען אײַנגעפֿירט מלע צו זײַן מיידלעך. דער חומש איז בײַ זיי געשריבן אויף דער קלאַסישער "גיז"־שפּראַך, וואָס מען האָט איבערגעזעצט פֿון דער "סעפּטעאַגינטע". זיי פֿאַסטן יום־כּיפּור און זיצן שיבֿעה נאָך אַ ניפֿטר. זיי זײַנען באַקאַנט פֿאַר זייער ערלעכקייט, אַרבעטזאַמקייט און ריינקייט. מען האָט זיי דערקענט לויט דעם וואָס זיי האָבן געשמעקט מיט וואַסער. ס'איז אויך געווען אײַנגעפֿירט, אַז צו אַ פֿרעמדן האָט מען זיך נישט צוגערירט. נאָך יעדן באַריר זײַנען זיי געלאָפֿן אין מיקווה זיך טובֿלען, פּטור צו ווערן פֿון דער טומאה. דער תּלמוד איז צו זיי נישט דערגאַנגען. אויפֿן הויף פֿון זייערע שילן האָט מען אויפֿגעשטעלט אַ קליינעם מזבח, וווּ זיי האָבן געברענט קרבנות בלויז פּסח־צײַט. דער שבת און ליכטבענטשן איז בײַ זיי אַלע מאָל געווען הייליק. זיי פּראַווען אַ יום־טובֿ וואָס זיי רופֿן "אסתּר". דעם יום־טובֿ פּראַוועט מען צוויי מאָל אַ יאָר. אָבער פּורים עקזיסטירט נישט בײַ זיי. די פֿאַלאַשאַס גלייבן אין איין גאָט, דעם גאָט פֿון ישׂראל און זײַן אויסדערוויילט פֿאָלק, און אַז ער וועט סוף־כּל־סוף שיקן זיי דעם משיח צדקינו און וועט זיי אויסלייזן פֿונעם ביטערן גלות. זיי גלייבן אין עולם־הבא, אין תּחית־המתים, אין גן־עדן און אין גיהנום. זיכער האָבן דורך די יאָרן פֿאַרבלאָנדזשעט צו זיי פֿרעמדע מינהגים און טראַדיציעס. אַ חוץ דעם האָבן זיך אַ סך פֿון זיי אַסימילירט און אויסגעמישט מיט דער באַפֿעלקערונג. פֿאָרשער און וויסנשאַפֿטלער האָבן באַשטעטיקט, אַז זיי פֿאַרמאָגן אייראָפּעיִשע פּנימער און ריסן, נישט געקוקט אויף דעם וואָס זיי זײַנען שוואַרץ. ווי עס זעט אויס, האָט די מדינה שוין אַ טראָפּעלע לויז געמאַכט די רדיפֿות אויף די קולטורן פֿון די אײַנגעזאַמלטע שבֿטים־ייִדן, וואָס זיי האָבן מיט זיך מיטגעבראַכט פֿון תּימן און מאַראָקאָ, סודאַן און איראַק אַרײַנגערעכנט אַשכּנז. פֿאַר זיי האָט עס מיט זיך פֿאָרגעשטעלט "גלות", און גלות איז געוואָרן טריף, ממש אַ שימפֿוואָרט. אינעם געיעג צו קולטיווירן אַ שפּאָגל נײַעם געוויקס, וואָס זיי רופֿן אים "סאַבראַ", אַ נײַעם מוסטער־ייִד, האָט מען אָפּגעווישט אַ סך זיטן און ריטואַלן, מינהגים און טראַדיציעס, יום־טובֿים, קליידונג, מוזיק און קונסט פֿון יעדן באַזונדערן ייִדישן שבֿט. אַ שאָד, ווײַל צו דערגרייכן די קוואַליטעטן נעמט טויזנטער יאָר. איך האָב געעפֿנט נאָז און אויערן, ווען איך האָב דערזען די יונגע חבֿרה עטיאָפּישע אַקטיאָרן דערלאַנגען זייער סחורה, אויף זייער לשון, אַמהאַריק, אויף די ברעטער פֿון "ניו־וויקטאָרי־טעאַטער", אויף דער 42סטער גאַס אין מאַנהעטן. איך האָב דערזען דעם וווּנדער און די שיינקייט פֿון זייערע טענץ און טענער, און כאָטש זיי זײַנען פֿאַר מיר געווען פֿרעמד, ווי פֿון יענער זײַט סמבטיון, האָב איך דערפֿילט אַזאַ נאָענטשאַפֿט און ברודערשאַפֿט צו זיי. ערשטנס, זײַנען זיי שיין ווי די וועלט. זייער שוואַרצקייט איז פֿול מיט חן. איך האָב זיך דערמאָנט אין שלמה המלכן און די כּושית־אַביסינישע מלכּה־שבֿאָ, און פֿון איר זאָגן די עטיאָפּישע ייִדן שטאַמט דער ייִדישער שבֿט. לויט דער לעגענדע האַלטן זיי, אַז מענעליק, דער זון פֿון מלכּה־שבֿאָ און שלמה המלך — ווען ער האָט פֿאַרלאָזט ירושלים, און זיך גענומען אויפֿן וועג קיין עטיאָפּיע, איז ער אַריבער דעם טײַך אום שבת, מיטן הייליקן אָרון קודש בראָש, וואָס ער האָט צוגעגנבֿעט פֿונעם בית־המיקדש. אָבער זײַנע נאָכפֿאָלגער האָבן זיך געשמדט און געוואָרן קריסטן. די ייִדן, וועלכע האָבן אָפּגעהיט דעם שבת, זײַנען באַקאַנט ווי די אָבֿות פֿון די פֿאַלאַשאַס. איר געדענקט זיכער די מעשׂה פֿון פּורים, וווּ עס שטייט געשריבן, אַז דער מלך אַחשוורוש איז געווען קעניג פֿון הודו ביז כּוש. ווײַזט זיך אַרויס אַז כּוש, אָדער קעש, אָדער עקאָש איז נישט אַנדערש ווי עטיאָפּיע. הודו איז אינדיע און כּוש איז עטיאָפּיע. זינט די עטיאָפּישע ייִדן זײַנען אָנגעקומען קיין מדינת־ישׂראל, זײַנען זיי געוואָרן באַקאַנט פֿאַר שטילע און איידעלע מענטשן. זיי דינען אין דעם ישׂראל־מיליטער, זיי מישן זיך אויס מיט דער באַפֿעלקערונג, און זיי קענען זיך בשום־אופֿן נישט אָפּוווּנדערן פֿון אַ לאַנד וואָס בליט נישט נאָר מיט דער שיינקייט פֿון איר נאַטור, נישט נאָר מיט די הויכע בנינים און דירות, ממש דירות מיט צימערן און וואַשצימערן, וווּ דאָס וואַסער קומט אַרײַן דורך רערן און מ'קען זיך באָדן אין אַן אייגענער וואַנע אַנשטאָט צו גיין צום טײַך. ווי האָבן זיי באַוויזן אָנצוהאַלטן דעם ייִדישן גלויבן טויזנטער יאָרן? דעם גלויבן וואָס האָט זיי געגעבן מוט און אימפּעטוס אונטערצונעמען זיך צו גיין איבער מידבריות, צו פֿוס, נאַקעט און באָרוועס. ווי האָבן זיי געקענט אויסשטיין די אַכזריותן סײַ פֿון די קריסטלעכע לערער אין די פֿאָלקשולן, און סײַ פֿון די אַראַבישע וועכטער, וואָס האָבן זיי באַוואַכט אין די פּאַלאַטקעס אין סודאַן, און כּסדר געפֿאָדערט באַקשיש. איך געדענק נאָך זייערס אַ קעניגל, דעם אימפּעראַטאָר פֿון עטיאָפּיע, דעם קליינינקן הערשער, אָנגעהאָנגען אויף דער ברוסט אַ פּוד מיט מעדאַלן און אָרדנס. ער האָט געהייסן הײַלי סילאַסי, און זיך גערופֿן "דער לייב פֿון יהודה". ווען די איטאַליענער האָבן פֿאַרכאַפּט עטיאָפּיע פֿון 1936 ביז 1941, זײַנען די פֿאַלאַשאַס געווען געטרײַ זייער אימפּעראַטאָר הײַלי סילאַסי, און ער איז געווען גוט צו זיי. זינט דעמאָלט זײַנען זיי אויף ס'נײַ אַדורך קאַלטס און וואַרעמס פֿון די זעלבסט־געקרוינטע הערשער און אויסגעקוקט זיך די אויגן צו פֿאַרלאָזן דעם שווערן גלות. אַ טייל פֿון די פּרטים שפּיגלען זיך אָפּ אין דער פֿאָרשטעלונג. רעזשיסירט האָט די מוזיקאַליש־ביאָגראַפֿישע באַלאַדע שי בן־אַתּר. די מוזיק, באַזירט אויף עטיאָפּישע טענער, האָט אָנגעשריבן אידן זילבערשטיין. די דעקאָראַציעס האָט צוגעשטעלט אַלעקסאַנדער־סאַשאַ לעסאַנסקי און די כאָרעאָגראַפֿיע — אידי סאַאַקאַ. דער פּרעכטיקער אַנסאַמבל איז באַשטאַנען פֿון טעהיטינאַ אַססעפֿאַ, מאַהאַרעטאַ ברוך, שי פּרעדאָ, בעני גאַטאַהאָן, סקײַ געטטע, יוסי וואַסאַ און רוי צדוק. זייער שפּילן, זינגען און טאַנצן האָט דער עולם אויפֿגענומען מיט גרויס ענטוזיאַזם און אָפּגעשאַצט אַ יעדע באַוועגונג. איך בין זיכער געווען, אַז צווישן דעם עולם האָט זיך נישט געפֿונען קיין איין אַמעריקאַנער ייִדישער פֿאַלאַשאַ. אָבער לויט די אַפּלאָדיסמענטן און אָנערקענונג איז די פֿאָרשטעלונג אַדורך מיט גרויס פּאַראַד. נאָך דער פֿאָרשטעלנוג האָבן זיך די אַקטיאָרן און ייִדישע שולקינדער פֿאַרזאַמלט מיט זייערע העברעיִשע לערער און עלטערן. ס'איז פֿאָרגעקומען אַ פֿראַגע־ און ענטפֿער־אויסטויש. יעדער פֿון די אַקטיאָרן האָט דערציילט ווי אַזוי זייערע משפּחות מיט זיי צוזאַמען זײַנען אָנגעקומען קיין ארץ־ישׂראל, און יענע וואָס זײַנען שוין געבוירן געוואָרן אין לאַנד. איינער פֿון די אַקטיאָרן איז טאַקע נאָך ווי אַ קינד אָפּגעווען אַ יאָר צײַט אין סודאַן. געלעבט אין אַ פּאַלאַטקע צווישן הונדערטער ייִדישע פּליטים־פֿאַלאַשאַס. געלעבט פֿאַרזאָרגט און דערשראָקן, ביז די ישועה איז געקומען און מ'האָט נאָך זיי געשיקט עראָפּלאַנען פֿון ישׂראל. אַ ייִנגעלע האָט געפֿרעגט: "וואָס איז אײַך אַמבעסטן געפֿעלן ווען איר זײַט אָנגעקומען אין דער מדינה?" און דער ענטפֿער איז געווען אַ בליציקער: "די ווײַסע ייִדן. איך האָב זיך פֿאַרליבט אין די ווײַסע ייִדן". Falashas zainen a "shevet Isroel"?Submitted by leonlab on Sat, 2008-06-14 23:17.
Ich kon nisht gleiben az di oitorin meint in ernst az dize shvartze falasha idn fun Efiopie zainen ein fun di tzvelf idishe shtamen fun Isroel vos zainen dermont in der bibel. Mir zolln alle hobn in zin az di bibel iz nor a maise, nisht kein ernste vizenshaftliche kval. Es iz meer varsheinlech az dize falashas zainen a shvartzer shtam vos hobn in fargangenheit zich gegert un gevoren idn. Ich bet aier fartzaiung ober zei hobn unz in der shul gelernt az mir zoln nisht buchshteblech onnemen vos di bibel oder di toire zogt un ich neig mich dermit aintzushtimn. |