‫רעפּאָרטאַזשן
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מײַמאָנידס דענקמאָל אין קאָרדאָבאַ
מײַמאָנידס דענקמאָל אין קאָרדאָבאַ

מײַן ווײַב פֿאַרשטייט ניט קיין חכמות ווען די רייד גייט וועגן זומער-וואַקאַציעס: עס דאַרף זײַן בײַ אַ ים אָדער, אין ערגסטן פֿאַל, בײַ אַ טײַך צי אַן אָזערע. אַנ­דערש, אָן שווימען, הייסט עס ניט בײַ איר "וואַקאַציעס". מיט פֿופֿצן יאָר צוריק, ווען ס׳איז געקומען אונדזער ערשטער פֿולער זומער אין ענגלאַנד, האָבן מיר זיך געלאָזט קיין שפּאַניע. דאָס איז געווען אונדזער ערשטע דערפֿאַרונג, וועלכע מיר האָבן באַקומען פֿון אַ "פּעקעדזש-האָלידיי", דאָס הייסט, ווען מע קויפֿט אַלץ צוזאַמען; אַזאַ "פּאַקעט" איז כּולל אי די רײַזע, אי די פֿאַרזיכערונג, אי די דירה, אי דאָס עסן. געפֿאָרן זײַנען מיר דעמאָלט פֿון אָקספֿאָרד ביז דעם שפּאַנישן שטעטל לאָרעט דע מאַר, ניט ווײַט פֿון באַרסעלאָנע, מיט אַן אויטאָבוס, אָדער פּינקטלעכער, מיט אַ "קאָטש", ווײַל אין ענגלאַנד פֿאָרט מען מיט אַ בוס אין שטאָט און אַ coach — ברענג ערגעץ ווײַטער. די נסיעה האָט געדויערט אַ מעת-לעת צי אַפֿילו מער. דאָס איז געווען דאָס איינציקע, וואָס מיר זאַלבעפֿערט, האָבן, נעבעך, דעמאָלט געקענט זיך פֿאַרגינען.

מיר האָבן נאָך אַ פּאָר מאָל געקויפֿט די "פּאַקעטן", אין אַנדערע לענדער. אָבער דערנאָך האָבן מיר באַשלאָסן, אַז — עד-כּאַן! ס׳איז ניט פֿאַר אונדז, נאָר פֿאַר מענטשן, וועלכע פֿילן זיך גוט אין אַ סטאַדע. אַגבֿ, צוליב דער זעלבער זאַך האָב איך שרעקלעך פֿײַנט אָרגאַניזירטע טורן, עקסקורסיעס — "גיט אַ קוק אויף לינקס, דאָרטן שטייט ..." איך פֿיל גלײַך ווי מע פֿאַרמיסטיקט מיר דעם מוח מיט אינפֿאָרמאַציע, וואָס איך דאַרף זי ניט. דאַנקען גאָט, אַז מיט דער הילף פֿון אינטערנעץ קען מען איצט אַליין צונויפֿשטוקעווען אַן אינדיווידועלן "פּאַקעט", אַזאַ וועלכער איז דיר צום האַרצן.

הקיצור, מער האָט אונדז ניט געצויגן צו פֿאָרן קיין שפּאַניע, ווײַל בײַ אונדז איז פֿון יענער, ערשטער, יאַזדע פֿאַרבליבן אַ האַלב-ביטערער נאָך־טעם, כאָטש אַ צאָל מענטשן האָבן אונדז געזאָגט, אַז די טוריסטישע אינ­דוסטריע געפֿינט זיך אין שפּאַניע, אָבער שפּאַניע גופֿא שטעלט מיט זיך פֿאָר לחלוטין אַן אַנדער זאַך. פֿאַראַיאָרן האָב איך זיך באַקענט אין ישׂראל מיט אַן אמתן ליבהאָ­בער פֿון סערוואַנטעסעס מדינה. דער דאָזיקער מאַנצביל, אַ געוועזענער בן-עיר מײַנער פֿון אוקראַיִנע (כ׳האָב אים דאָרטן ניט געקענט), האָט אַפֿילו אויס­געלערנט די שפּראַך און איז שוין אויסגעפֿאָרן גאַנץ שפּאַניע.

מיט אַ צײַט צוריק האָט מען אונדז אַרײַנגעשיקט אַן אײַנלאַדונג צו פֿאַרברענגען, פֿאַר רעלאַטיוו ניט זייער משוגענע געלטער, עטלעכע טעג אין אַ גרויסאַרטיקן אָרט אין שפּאַ­ניע, בײַם ים, ניט ווײַט פֿון מאַרבעלאַ. אַ חוץ דעם האָטעל, האָט מען אונדז אויף די טעג אויך געגעבן אַן אויטאָ, כּלומרשט אומזיסט. דער איינציקער תּנאַי איז געווען אַזאַ: מיר האָבן גע­דאַרפֿט אויסהערן אַ פּראָפּאַגאַנדע-שמועס מיט אַ פֿאָרשטייער פֿון דעם ים-קוראָרט. דאָס האָט אונדז דווקא ניט שטאַרק געשראָקן, ווײַל אַזעלכע שמועסן האָט מען מיט אונדז שוין געהאַט געפֿירט עטלעכע מאָל. און אין אונדזער סאָוועטישער יוגנט האָבן מיר זיך אָנגעהערט איבערגענוג פּראָפּאַ­גאַנדע און אויסגעאַרבעט אַ שטאַרקן אימו­ניטעט צו פּלאַפּלערײַען פֿון אַזאַ סאָרט.

מע פּרוּווט פֿאַרקויפֿן "טײַם-שעערס" — דו באַצאָלסט אַזאַ און אַזאַ סומע, בדרך-כּלל זייער אַ היפּשע, און דאָס גיט דיר די רעכט צו פֿאַרברענגען אַ וואָך אין דעם לוקסוס-אָרט אָדער אין אַן אַנדער אָרט מיט אַזאַ ניוואָ פֿון גרויסאַרטי­קייט. מע רעדט דיר אײַן, אַז ס׳איז אַ זעלטענע מציאה, כאָטש יעדער איינער וואָס קלײַבט זיך פֿאַנאַדער אין עלעמענטאַרער אַריט­מעטיק פֿאַרשטייט גלײַך, אַז מע לייגט אים פֿאָר אַ מסוכּן טײַערן פּראָדוקט. דערצו נאָך פֿאַרקויפֿט מען דעם דאָ­זיקן פּראָדוקט זייער אַגרעסיוו, און דאָס איז אַ קלאָרער סימן, אַז ס׳איז ניט קיין כּשרער ענין.

אַ ווינקל אין דער שטאָט ראָנדאַ
אַ ווינקל אין דער שטאָט ראָנדאַ

אַזוי איז עס טאַקע געווען אויך אין שפּאַניע. אַן ענגלישער מאַנצביל האָט געפּרוּווט אײַנרעדן אונדז אַ קינד אין בויך. אַ ביטערע אַנטוישונג איז גע­ווען בולט אָנגעשריבן אויף זײַן פּנים, ווען מיר האָבן זיך אָפּגעזאָגט פֿון דער סחורה, וואָס ער האָט פֿאָרגעלייגט. ער האָט בשום-אופֿן ניט געקענט — אָדער ניט געוואָלט — פֿאַרשטיין, אַז מיר ווילן ניט פֿאַרברענגען אַ וואָך אין דעם פּרעכטיקן פּאָטיאָמקין-דאָרף, וואָס איז גלײַך ווי אַראָפּ פֿונעם פֿילם "טרומאַן-שאָו".

אַזוי צי אַזוי, אָבער איך בין דאַנק­באַר דער גאַנצער פּראָפּאַגאַנדע-אונטערנעמונג, וועלכע האָט אונדז געגעבן די מעגלעכקייט אַ קוק טאָן אויף דער "ריכטיקער" שפּאַניע, דער שפּאַניע, וועלכע מע האָט ניט פֿאַר­וואַנדלט אין טײַערע צי ביליקע טוריסטישע "שאָוס". און ס׳איז מיר קלאָר געוואָרן, פֿאַר וואָס אַן אינטעליגענ­טער ישׂראלי צי אַ ניט קיין שפּאַניער פֿון אַן אַנדער פּאָראָדע מענטשן קען זיך פֿאַרליבן אין דעם דאָזיקן לאַנד. דער עיקר, אַז מע דאַרף זיך געוויינטלעך האַלטן וואָס ווײַטער פֿון די פֿאַרטוריסטישטע מיטלענדישע ברעגן, מחמת די שטעט און דערפֿער, וועלכע געפֿינען זיך טיפֿער אין דער יבשה, זײַנען פּרעכטיק און עס אָטעמט פֿון זיי די געשיכטע.

מיר האָבן זיך אַרײַנגעכאַפּט אין קאָרדאָבע, כאָטש ס׳איז געווען גאַנץ ווײַט פֿון אונדזער האָטעל — 250 קי­לאָ­מעטער אַהין און, פֿאַרשטייט זיך, פּונקט אַזוי פֿיל קי­לאָמעטער צוריק. אָבער עס האָט זיך געוואָלט אַ קוק טאָן אויף דער שטאָט, וווּ דאָס ייִדישע לעבן האָט געבליט מיט יאָרהונדערטער צוריק. אַ סבֿרא, אַז דער גירוש-שפּאַניע איז גאָר ניט אַרויס באָקעם פֿאַר דער איצטיקער עקאָנאָמיע: מע האַנדלט זייער גוט מיט דער אַמאָליקער ייִדישקייט, בפֿרט מיט מײַמאָנידן, וואָס איז אַ וויכטיקער "ברענד", מיסחר-מאַרקע, אין יענע מקומות.

אין מיזרח-אייראָפּע האָבן אייניקע ייִדן זיך געגרויסט מיט זייער אויסגעטראַכטן צי אמתן ספֿרדישן אָפּשטאַם. דאָס האָט גלײַך ווי צוגעגעבן "בלויקייט", אַריסטאָקראַטיש­קייט אין זייער בלוט. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס שפּאַניע האָט מען אַסאָציִיִרט מיט ראָמאַנטישקייט, שיינקייט און גבֿורה. אַלע מענטשן אין מײַן אַרום האָבן געלייענט לעאָן פֿויכטוואַנגערס "שפּאַנישע באַלאַדע", וועגן דער ייִדישער יפֿת-תּואר, וועלכע איז — ענלעך צו אסתּרקע אין קראָקע — געוואָרן די געליבטע פֿונעם קריסט­לעכן האַר פֿון טאָלעדאָ. די דאָזיקע ראָמאַנטיש-טראַגישע געשיכטע איז געווען אַ טייל פֿון מײַן ייִדישן מחנך זײַן. אַרומבלאָנזשענדיק אין די שפּאַנישע שטעט, האָב איך געהאַט אַ געפֿיל, אַז כ׳האָב זיך צוגערירט צו מײַנע ייִדישע וואָרצלען. איך ווייס, אַז ס׳איז אַ נאַרישקייט. אָבער דאָס לעבן אַליין איז, אין תּוך אַרײַן, נאַריש — אַזוי פֿלעגט ליב האָבן צו זאָגן מײַן מאַמע.