רעצעפּטן

ווי באַקאַנט, איז בייליק דער געזינ­טערער טייל פֿון אַ הינדל. אָט איז אַן אופֿן ווי צוצוגרייטן בייליק אויף אַ פּי­קאַנטן אופֿן — מיט אַ לימענע־סאָוס. דער רעצעפּט איז פֿאַר צוויי מענטשן.

2 בייליק־העלפֿטן, אָן הויט און ביינער
1/2 טעפּל מעל
זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער
1 איי
1/2 לעפֿל וואַסער
3/4 טעפּל געווירצט ברייזל (קרישקעס)
איילבערט־בוימל
1/3 טעפּל לימענע־זאַפֿט
1/2 טעל ווײַסע ווײַן אָדער יויך
הייצט אָן דעם אויוון ביז 400 גראַד (204 צעלזיוס), און באַדעקט דעם בעקן מיט באַקפּאַפּיר.

מישט צונויף דאָס מעל מיט 1/2 לעפֿעלע זאַלץ און 1/4 לעפֿעלע שוואַרצן פֿעפֿער אין אַ טעלער. אין אַ צווייטן טעלער, שלאָגט צונויף דאָס איי מיטן וואַסער. אין אַ דריטן טעלער שיט אַרײַן דאָס ברייזל.

טינקט אײַן די בייליק־העלפֿטן, צו ערשט, אין דעם מעל, דערנאָך אינעם איי, און צום סוף, אינעם ברייזל.

הייצט אָן 1 לעפֿל איילבערט־בוימל אין אַ פּאַטעלניע איבער אַ מיטעלן פֿײַער. פּרעגלט די בייליק־העלפֿטן אויף ביידע זײַטן, ביז זיי ווערן גאָלדן־ברוין. לייגט זיי אַרײַן אינעם בעקן און לאָזט זיי זיך באַקן 5—10 מינוט אין אויוון, בשעת איר גרייט צו דעם סאָוס.

הייצט אָן אין דער פּאַטעלניע 1 לעפֿל איילבערט־בוימל, דעם לימענע־זאַפֿט, ווײַן (אָדער יויך), 1/2 לעפֿעלע זאַלץ און 1/4 לעפֿעלע שוואַרצן פֿעפֿער. לאָזט עס זידן בערך 2 מינוט, ביז דער סאָוס ווערט רעדוצירט.

לייגט די צוויי בייליק־העלפֿטן אין באַזונדערע טעלער, און באַגיסט זיי מיטן סאָוס.