ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער באַנײַטער זשורנאַל "צוקונפֿט", רעדאַגירט פֿון באָריס סאַנדלער און גענאַדי עסטרײַך, האָט שוין באַקומען אַ פֿעסטן פֿאָרמאַט, וואָס שפּיגלט אָפּ די אידעיִשע און קולטורעלע אײַנשטעלונגען פֿון דער רעדאַקציע. יעדער נומער עפֿנט זיך מיט אַ פּרטימדיקן שמועס מיט איינעם פֿון די חשובֿע ייִדישע קולטור־טוער, געבוירן אין אַמעריקע און האָט געמאַכט אַ וויכטיקן בײַטראָג אין דער אַנטוויקלונג פֿון ייִדיש. דאָס מאָל טרעפֿט מען זיך אויף די זײַטן פֿון דער צײַטשריפֿט מיט חנה מלאָטעק. איר נאָמען איז אַוודאי גוט באַקאַנט יעדן איינעם, וואָס האָט כאָטש אַ קליינעם שײַכות מיט ייִדישער קולטור, אָבער איר לעבנס־געשיכטע איז ביז לעצטנס פֿאַרבליבן אין שאָטן.

חנה מלאָטעק דערציילט וועגן איר קינדהייט אין ניו־יאָרק און אירע לערער אין דער שלום־עליכם מיטל־שול, וועלכע האָבן אײַנגעפֿלאַנצט אין איר האַרצן די ליבשאַפֿט צו ייִדיש: "פֿאַר מיר איז ייִדיש נישט געווען קיין אידעאָלאָגישע זאַך. עס איז געווען אַ נאַטירלעכע זאַך צו גיין אין שול, צו לערנען זיך ייִדיש, און ברענגען ייִדיש אַהיים". זי האָט ממשיך געווען אירע שטודיעס אויף דעם אַוואַנסירטן ניוואָ אין ייִוואָ אונטער דער השגחה פֿון מאַקס ווײַנרײַך. מיט אירע קענטענישן פֿון מוזיק און אינטערעס צו לידער און מעשׂיות איז זי געווען ווי צוגעמאָסטן פֿאַר דער פֿאָרשונג פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר, וואָס איז דעמאָלט געווען אַ רעלאַטיוו נײַ פֿעלד אין אַמעריקע. אָבער דער וויכטיקסטער סטימול פֿאַר איר לעבן אין ייִדיש איז געוואָרן די באַקאַנטשאַפֿט מיט איר קומעדיקן מאַן יאָסל מלאָטעק: "ווען איך האָב חתונה געהאַט, איז מײַן ייִדיש געווען זייער שוואַך; נישט צום שרײַבן, נישט צום לייענען, נישט צום איבערזעצן". פֿון דעסטוועגן, האָבן חנה און יאָסל מלאָטעק אויפֿגעהאָדעוועט זייערע צוויי זין אין גאַנצן אין ייִדיש.

די טעמע פֿונעם מוזיקאַלישן פֿאָלקלאָר ווערט אַנטוויקלט אינעם אַרטיקל פֿון אַסיאַ ווײַסמאַן, דער פֿאָרשטייערין פֿונעם סאַמע יונגן דור ייִדישע פֿאָלקלאָר־פֿאָרשער. זי פֿאַר­נעמט זיך מיט זאַמלען און פֿאָרשן די לידער־קולטור פֿון חסידישע פֿרויען אין ברוקלין הײַנט־צו־טאָג. די חסידישע קהילות פֿון סאַטמאַר, באָבאָוו, גער האָבן אַן אייג­נאַר­טיקע טראַדיציע פֿון זינגען, וואָס איז אין גאַנצן ניט באַקאַנט מחוץ זייער סבֿיבֿה. די חסידישע מיידלעך לערנען אויס לידער אין שקאָלעס און זומער־קאָלאָניעס ("סקול" און "קעמפּ" אין זייער לשון). אַסיאַ ווײַסמאַן האָט אַנאַליזירט דעם אינהאַלט פֿון זייערע לידער און דעם אופֿן פֿון זינגען. א גרויסע צאָל לידער זײַנען געווידמעט דעם חורבן און צומאָל באַהאַנדלען זיי האַרבע טעאָ­לאָגישע קשיות. דאָס זינגען האָט אַ וויכטיקע דערציִערישע פֿונקציע. די לידער גרייטן די מיידלעך און יונגע פֿרויען "צו טראָגן אחריות פֿאַר דערציִען זייערע אייגענע קינדער אין גײַסט צו זײַן ערלעכע ייִדן".

גאָר אַן אַנדערער אַספּעקט פֿון דער ייִדישער פּאָפּולערער קולטור ווערט באַ­האַנדלט אינעם אַרטיקל פֿון סערגאָ בענגעלס­דאָרף וועגן דעם קעשענעווער ייִדישן פֿאָלקס־טעאַטער, וועלכער איז געשאַפֿן גע­וואָרן סוף 1960ער יאָרן דורך צוויי ענטו­זיאַסטן, אַבֿרהם און אַהרן שוואַרצמאַן. באַ­גלײַך מיטן ייִדישן טעאַטער־קאָלעקטיוו אין ווילנע, איז דאָס געווען אַן אוניקאַלע דערשײַנונג אין דער סאָוועטישער ייִדישער קולטור. דער טעאַטער־קאָלעקטיוו איז באַ­שטאַנען פֿון 120 מיטגלידער, אַ סך פֿון זיי יונגע לײַט, וועלכע האָבן לכתּחילה קוים געקענט ייִדיש. די געשיכטע פֿונעם טעאַטער איז ניט געווען קיין לאַנגע׃ נאָכן אומקום פֿונעם רעזשיסאָר, ראובֿן לעווין, און דעם אָנהייב פֿון דער מאַסן־עמיגראַציע האָט זיך דער טעאַטער פֿונאַנדערגעלאָזט אין 1972. אָבער דער דאָזיקער עפּיזאָד געהערט צו דער געשיכטע פֿון ייִדישער קולטור, ווי אַ וויכטיקער גליד אין דער גאָלדענער קייט, וואָס פֿאַרבינדט פֿאַרשידענע דורות.

די ייִדישע פּאָפּולערע קולטור האָט ניט נאָר אירע ליכטיקע אַספּעקטן. אַ וויכ­טיק אָרט פֿאַרנעמט אין איר דער אַזוי־גערו­פֿענער "שונד", וואָס פֿלעגט אַרויסרופֿן אַזוי פֿיל קריטיק מצד די שטרענגע שומרים פֿון די הויכע מאָראַלישע און עסטעטישע סטאַנ­דאַרטן. גענאַדי עסטרײַך טיילט זיך מיט זײַנע אײַנדרוקן פֿון איבערלייענען צוויי מוסטערן פֿון דער פֿרישער ליטעראַרישער פּראָדוקציע אויף ייִדיש, וואָס מען קאָן קריגן אין די חרדישע ביכער־קראָמען פֿון וויליאַמסבורג. זײַן פּסק איז גאַנץ קאַטעגאָריש׃ "די 'שפּאַנענ­דיקע' טעקסטן שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ מאָדנעם געמיש פֿון די סקאַרבאָווע רעצעפּטן פֿון 'שונד' מיט קונצן פֿון מאָדערנע ביליקע קרימינעל־ראָמאַנען".

אסתּר־דבֿורה קעלמאַן קוקט אַרײַן אין דער געשיכטע פֿון דעם שונד אין "פֿאָר­ווערטס". עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז אַפֿילו אייב קאַהאַן האָט אַ מאָל געקוקט אויף שונד דורך די פֿינגער, בפֿרט ווען אַזאַ מין ליטעראַטור האָט אים געקאָנט צונוץ קומען. אין איר אַרטיקל רעקאָנסטרויִרט קעלמאַן די קרי­טישע וויכּוחים אַרום דער פּובליקאַציע פֿון שונד־ראָמאַנען אין "פֿאָרווערטס", אָנ­הייב 20סטן יאָרהונדערט. די תּקופֿה פֿון שונד איז געקומען צום סוף אַרום 1914, ווען אייב קאַהאַן האָט אָנגעשטעלט שלום אַשן ווי אַ ראָמאַניסט פֿאַר זײַן צײַטונג. ווי עס באַמערקט קעלמאַן, "אַשס ווערק זײַנען, אין תּוך אַרײַן, אָפֿט געשטאַנען אויף דער גרענעץ צווישן שונד און בעלעטריסטיק", אָבער זיי זײַנען געווען אָריגינעלע ווערק פֿון ייִדישער ליטעראַטור, ניט קיין אַדאַפּטאַציעס פֿון אַנדערע שפּראַכן.

דאָס קאַפּיטל שלום אַש אין דער געשיכטע פֿון "פֿאָרווערטס" האָט זיך פֿאַרענדיקט גאַנץ אומגעריכט מיטן סקאַנדאַל נאָך דער פּובליקאַציע פֿון זײַן "קריסטלעכן" ראָמאַן "דער מאַן פֿון נצרת" אין 1938. גענאַדי עסטרײַך פּובליקירט שלום אַשס אַ בריוו צו דעם פֿאַרוואַלטונג־ראַט פֿון "פֿאָרווערטס", וואָס וואַרפֿט אַ נײַ ליכט אויף די באַציִונגען צווישן דעם שרײַבער און דעם רעדאַקטאָר בעתן קאָנפֿליקט.

באַגלײַך מיט די היסטאָרישע און פֿאָר­שערישע מאַטעריאַלן איז דער נײַער נומער "צוקונפֿט" כּולל נײַע לידער פֿון דובֿ־בער קערלער, געלע שווייד־פֿישמאַן און בנימין קאַץ, ווי אויך צוויי דערציילונגען פֿון באָריס סאַנדלער. די צײַטשריפֿט האָט אַ מאָדער­נעם פּנים, מיט גוטער גראַפֿיק, וואָס באַרעכטיקט דעם נאָמען "צוקונפֿט". די ייִדישע קולטור ווערט דאָ פֿאָרגעשטעלט פֿון אירע פֿאַרשידענע צדדים, מיטן טראָף אויף המשך און פֿילזיטיקייט פֿון אירע אויסדרוק־פֿאָרמעס. עס ווילט זיך נאָר ווינטשן, אַז דער אַרויסגעבער, דער אַלוועלטלעכער ייִדישער קולטור־קאָנגרעס, זאָל אַרײַנלייגן נאָך אַ ביסל רעסורסן אין אַן עלעקטראָנישער ווערסיע פֿון דער צײַטשריפֿט. דאָס וועט פֿאַרברייטערן דעם קרײַז און אַרײַנברענגען אַ מער ייִנגערן עלעמענט. די ייִדישע קולטור איז בטבֿע אינטערנאַציאָנאַל, און מען מוז נוצן אַלע מעגלעכקייטן, כּדי צו מאַכן זי צוטריטלעך פֿאַר אַלע תּפֿוצות־ישׂראל, און ניט סתּם פֿאַר די אַבאָנענטן פֿון דער פּאַפּירענער צײַטשריפֿט.

bashteln

vuhin ken men bashteln/koyfn di tsukunft; kayne vebzaytl kon ikh nisht gefinen.