די וואָך האָט דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט, דזשאָרדזש בוש, זיך געלאָזט אין זײַן נסיעה איבער אייראָפּע. ווי עס האַלטן די פּאָליטישע קאָמענטאַטאָרן — אין זײַן לעצטן פֿלוג ווי דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט. בוש געהערט בפֿירוש נישט צו די פּרעזידענטן־היימזיצערס; און מיר געדענקען, אַז יעדע זײַנע נסיעה פֿלעגט אַרויסרופֿן שטורמישע פּראָטעסט־דעמאָנסטראַציעס אין די לענדער, וווּהין ער פֿלעגט קומען אויף אַ באַזוך. זײַן איצטיקער באַזוך רופֿט נישט אַרויס בײַם אָרטיקן המון קיין זשום און רעש. אַפֿילו די פֿירער פֿון די אייראָפּעיִשע לענדער נעמען זיך גאָר ווייניק איבער פֿון דעם הויכגעשטעלטן אַמעריקאַנער גאַסט. זיי ווייסן — פּרעזידענט בוש איז שוין מער אַ פֿירער פֿון "נעכטן"; דער אַמעריקאַנער פֿירער פֿון "מאָרגן" וועט ערשט קומען אין זיבן חדשים אַרום.
פֿונדעסטוועגן, דויערט בושס "הײַנט" קנאַפּע זיבן חדשים, און די פּראָבלעמען, וואָס זײַנען הײַנט געבליבן הענגען איבער דער וועלט, קאָנען נישט וואַרטן זיבן חדשים. "עס וועט זײַן נישט ריכטיק, — שרײַבט די ענגלישע צײַטונג The Times, אויב די אייראָפּעיִשע פֿירער וועלן זיך צוהערן צום אַמעריקאַנער פּרעזידענט מיט איין אויער." יאָ, בוש האָט נישט אויסגענומען בײַ די מערבֿדיקע פֿירער (און נישט נאָר בײַ זיי). לויט די אויספֿרעגן, דורכגעפֿירט נישט לאַנג צוריק, איז ער דער סאַמע נישט פּאָפּולערער אַמעריקאַנער פּרעזידענט אין די לעצטע 70 יאָר.
אָבער די זיבן חדשים, וואָס איז געבליבן זײַן אַדמיניסטראַציע צו באַלעבאַטעווען אינעם "ווײַסן הויז" איז נישט אויסצומײַדן פֿונעם טאָג־טעגלעכן גאַנג, צוזאַמען מיט די פּראָבלעמען פֿון דעם ווילדן פּרײַז־וווּקס אויף שפּײַז־פּראָדוקטן, נאַפֿט און רוישטאָף; ווי אַזוי זיך קעגנצושטעלן צוזאַמען דעם עקאָנאָמישן קריזיס, וואָס וואַקס פֿון טאָג צו טאָג?
"די טײַמס" שטרײַכט דווקא אונטער, אַז פּרעזידענט בוש האַלט טאַקע בײַם סוף פֿון זײַן צווייטער און לעצטער קאַדענץ, אָבער צו זײַן איצטיקן וויזיט דאַרף אייראָפּע זיך באַציִען זייער ערנסט. צו ערנסט זײַנען די פֿראַגן, וואָס אַמעריקע בשותּפֿות מיט אייראָפּע דאַרפֿן לייזן אין די זיבן חדשים, יעדנפֿאַלס, זיך נישט אָפּצושטעלן אויפֿן וועג צו געפֿינען זיי אַ לייזונג.
אינעם קניפּל מיט די הויפּט־פֿראַגן, וואָס פּרעזידענט בוש האָט געבראַכט קיין סלאָוועניע, וווּ ער האָט זיך געטראָפֿן מיט די פֿירער פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, געפֿינט זיך הײַנט די וויכטיקסטע פֿראַגע — צו פֿאַרשטאַרקן די פֿינאַנציעלע סאַנקציעס קעגן איראַן — חוץ די שוין פֿריִער אָנגענומענע פֿון דער "יו־ען" — כּדי אָפּצוהאַלטן טעהעראַנס פּלענער אַרום איר נוקלעאַרער פּראָגראַם.
אין דעם אונטערגעשריבענעם באַשלוס ווערט באַטאָנט: "מיר וועלן אָנגיין ווײַטער מיט אונדזער אַרבעט, אַז די איראַנישע בענק זאָלן נישט קאָנען אויסנוצן די אינטערנאַציאָנאַלע באַנק־סיסטעם פֿאַר זייערע צילן צו שטיצן און פֿאַרשפּרייטן וואָפֿן און טעראָריזם".
טעהעראַן, פֿון איר זײַט, האָט אינעם זעלבן טאָג געמאָלדן, אַז ס‘רובֿ פֿון אירע פֿינאַנציעלע מיטלען האָט זי שוין איבערגעפֿירט פֿון די אייראָפּעיִשע בענק אין די אַזיאַטישע, כּדי זיי צו "פֿאַרזיכערן פֿון די מערבֿדיקע סאַנקציעס". די דאָזיקע סומע באַטרעפֿט אַרום 76 מיליאַרד דאָלאַר. אַנדערש געזאָגט: די הינט בילן, אָבער דער נוקלעאַרער קאַראַוואַן גייט זיך ווײַטער...
עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז די פֿירער פֿון אייראָפּע שפּילן זיך מיט די איראַנער פֿאַנאַטיקער אין באַהעלטערלעך. פֿאַרשטייט זיך, אַז איראַן איז דער צד וואָס באַהאַלט אויס אירע סודות, און די מערבֿדיקע לענדער האַלט זיי אין איין זוכן. דערבײַ וואָרענען זיי פֿון פֿריִער, וווּהין זיי גייען זוכן... אין דער מאָדערנער געשיכטע פֿון דער וועלט האָט אייראָפּע שוין איין מאָל זיך געשפּילט אין אַזעלכע "באַהעלטערלעך". זי האָט טאַקע געוווּנען אין יענער בלוטיקער שפּיל, אָבער קוים אַרויס אַ לעבעדיקע.