שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"

טײַערע חזנטע,

מיר דאַכט, אַז איך בין אַ "וואַנטבלום", וואָס קיינער וויל נישט מיט איר רעדן, נישט שפּילן אָדער האָבן צו טאָן מיט איר. ווען איך בין צווישן אַנדערע מענטשן, פֿיל איך, אַז איך טויג נישט אין גאַנצן. איך בין נישט אַזוי שיין ווי אַנדערע פֿרויען און איך וועג צו פֿיל. איך טראָג נישט קיין טײַערע קליידער און נישט קיין סך צירונג. איך בין אַ סימפּאַטישע און ערלעכע, אָבער איך ווייס, אַז כ׳בין נישט גענוג קלוג. איך בין תּמיד געווען אַ שעמעוודיקע, און איך טראַכט, אַז איך האָב נישט קיין סך צוצוגעבן צו אַ שמועס. ווי קען איך אויפֿהערן צו טראַכטן אַזוי שלעכט וועגן זיך, ווען איך בין צווישן אַנדערע?

"וואַנטבלום"


טײַערע "וואַנטבלום",

עס איז אינטערעסאַנט, אַז די איינציקע פּאָזיטיווע זאַך, וואָס איר האָט געזאָגט וועגן זיך — סימאַפּטיש און ערלעך — זענען, אויף אַן אמת, מער וויכטיק ווי די נעגאַטיווע שטריכן וואָס איר האָט אויסגערעכנט. זאָלן די אַנדערע טראָגן שיינע קליידער און צירונג, און אויסדריקן זייערע "קלוגע" מיינונגען. איר האָט צוטרוי אין די זאַכן וואָס זענען מער וויכטיק.

אַ צווייט מאָל, ווען איר פֿאַרברענגט צווישן אַנדערע, טראָגט קליידער וואָס פּאַסן אײַך. פֿאַרברענגט אַ ביסל מער צײַט בײַם צוגרייטן זיך, איר זאָלט אויסזען אויפֿן בעסטע אופֿן. פֿאָלגט נאָך די לעצטע וועלט־נײַעס, איר זאָלט אויך מיט זיכערקייט קענען אויסדריקן אײַער אייגענע מיינונג. צום סוף, געדענקט, אַז איר זענט אייגנאַרטיק, און איר דאַרפֿט נישט אויסזען ווי אַנדערע, אָדער רעדן ווי אַנדערע, אָדער זיך אויפֿפֿירן ווי אַנדערע..


טײַערע חזנטע,

איך דאַרף זיך מודה זײַן, אַז איך האָב פֿײַנט 2־טאָגיקע יום־טובֿים. באַלד קומט אָן שבועות, און איך קוק באמת נישט אַרויס אויף דער צײַט, ווען איך בלײַב אין הויז, פֿאַרמאַכט, מיט די קינדער אויף צוויי טעג, אָן אַ טעלעוויזיע און אָן אַ קאָמפּיוטער, מיט וועלכע זיי זאָל קענען פֿאַרברענגען. קיין אָרט וווּהין זיי צו נעמען איז נישטאָ, און וויפֿל מאָלצײַטן דאַרף מען צוגרייטן! מײַן מאַן גייט אין שיל, קומט אַהיים, כאַפּט אַ דרימל דעם גאַנצן נאָך־מיטאָג און גייט זיך צוריק אין שיל. לאָזט ער מיך איבער מיטן קאָכן, רייניקן און זיך פֿאַרנעמען מיט די קינדער. ווי אַזוי קען איך פֿאַרברענגען די יום־טובֿים ווי עס באַדאַרף צו זײַן?

פֿול מיט פּחד


טײַערע "פֿול מיט פּחד",

עס קלינגט, ווי איר און אײַער משפּחה האָבן נישט אויסגעאַרבעט קיין צופֿרידנשטעלנדיקן פּלאַן פֿאַר די יום־טובֿים. עס זענען טאַקע דאָ באַגרענעצונגען, אָבער עס זענען פֿאַראַן גענוג זאַכן, וואָס מע קען טאָן יום־טובֿ. פֿאַרברענגט דעם אינדערפֿרי מיט אײַער מאַן אין שיל, וועט איר קענען דאַווענען און שמועסן מיט אַנדערע ייִדן פֿון דער קהילה. זאָלן אײַערע קינדער אײַך העלפֿן מיטן קאָכן און אויפֿראַמען. זאָגט אײַער מאַן, אַז איר ווילט די משפּחה זאָל פֿאַרברענגען צוזאַמען. אפֿשר זאָלט איר טאַקע גיין אויף אַ שפּאַציר צוזאַמען, אָדער מאַכט אַ פּיקניק אין דרויסן, אָדער שפּילן צוזאַמען — וועט ער פֿאַרגעסן צו כאַפּן אַ דרימל דאָס מאָל. זאָל זײַן מיטן רעכטן פֿוס!

* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק: HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024