פּאָליטיק

"עס איז ממש אַ וווּנדער ווי אַזוי ער האָט דאָס באַוויזן אין איין וואָך אַריבער­צוגיין וווינען אויפֿן גולן, אויפֿצושטעלן אַן אַלטערנאַטיווע רעגירונג, באָמבאַרדירן איראַן — דאָס אַלץ אָבער מיטן בלויזן מויל — און דערמיט גורם צו זײַן דעם שאַרפֿסטן אין דער געשיכטע אויפֿשפּרונג פֿון די פּרײַזן פֿון נאַפֿט: 11 דאָלאַר אין משך פֿון איין מעת־לעת, דערנענטערנדיק אים צו 140 דאָ­לאַר אַ פֿאַס, צו דעם העכסטן פּרײַז אין דער געשיכטע".

מיט אָט די ווערטער איז די וואָך נתפּעל געוואָרן דער פּאָליטישער קאָמענטאַטאָר פֿון "הארץ" פֿון דעם "אײַנדרוקספֿולן, און פֿון דער אַנדערער זײַט, דערשרעקנדיקן גע­רע­טעניש" פֿון דעם מיניסטער שאָול מופֿז (לייענט: מאָפֿאַז), און ער פֿרעגט: "וואָס אַזוינס, למען־השם, גרייט ער אונדז צום המשך פֿון דעם פֿאַרמעסט, צום לעצטן שטאַפּל אָדער צו דער צווייטער רונדע אויב ס'וועט זײַן, חלילה, פֿון דער פּלאַנעטאַרישער מלחמה? אַ צוזאַ­מענשטויס פֿון טיטאַ­נען?"

דאָס איז געווען, ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, די ערשטע קאַנאָנאַדע צו דעם ירושה־פֿאַרמעסט אין די דערוואַרטע פֿאָרוואַלן, די פּרײַ­מעריס אין דער רע­גי­רנדיקער פּאַר­טיי אין ישׂראל, און צו די דערוואַרטע צו­געאײַלטע וואַלן צו דער כּנסת — כאָטש דער וואַל־פֿאַר­מעסט און די פּרײַמעריס צו דער נײַער אָנפֿירונג פֿון "קדימה" זענען נאָך נישט געוואָרן אָפֿיציעל געעפֿנט. עס האָט זיך שוין אָבער געעפֿנט דער וואַל־פֿי­בער און דער וואַלן־יאַריד — מיט אָט דער קאַנאָנאַדע פֿון דעם מיניס­טער שאָול מופֿז, דעם פּרעטענדענט צו דער קרוין פֿון דעם נײַעם" רעטער פֿון דער מדינה", דעם נײַעם שאָול המלך.

הגם די אָנפֿירער און עסקנים פֿון "קדימה" האָבן פֿײַערלעך דערקלערט אין איין כאָר, אַז נישט "עבֿודה" און נישט אירע מנהיגים וועלן זיי דיקטירן דעם פּאָלי­טישן סדר־היום פֿון דער פּאַרטיי און פֿון דער מדינה, איז עס אָבער געווען דווקא נישט קיין אַנדערער ווי דער מנהיג פֿון "עבֿודה", דער זיכערהייט־מיניסטער אהוד ברק, וועל­כער איז מיט צוויי וואָכן צוריק געווען "דער העלד פֿון דער וואָך", בײַ דער זײַט פֿון דעם צווייטן "העלד פֿון דער וואָך", דעם אַמעריקאַנער "מאַכער" ר' מאָריס טאַ­לאַנסקי, וועלכער איז אין יענע טעג גע­פֿאָרשט געוואָרן דורך דער פּאָליציי. זײַן עדות־פֿאַרהער פֿאַרן ישׂראלדיקן גע­ריכט וועגן די קאָנווערטן מיט די געלטער, וואָס ער האָט געליפֿערט דעם פּרעמיער אהוד אָלמערט מיט אַן ערך צען יאָר צו­ריק (פֿאַר אהוד אָלמערטן דעם ראָש־העיר פֿון ירושלים און דערנאָך פֿאַר אהוד אָל­מערטן דעם מיניסטער פֿאַר האַנדל און אינ­דוסט­ריע אין דער רעגירונג פֿון "ליכּוד") — זײַן עפֿנטלעכער עדות־פֿאַרהער האָט דאָס גע­עפֿנט די טויערן צו דער קריגס־אַרענע, וווּ עס וועט זיך אָפּשפּילן די נײַע וואַל־מלחמה, וואָס אין איר ווערט אַרײַנגעשטויסן די מדינה. אין רעזולטאַט פֿון יענעם געריכט־פֿאַרהער, האָט אהוד ברק (הגם נישט מיט גרויס חשק, אָבער אונטערן שטאַרקן דרוק פֿון זײַן פּאַרטיי און פֿון דער עפֿנטלעכער מיינונג) געוואָרפֿן די ערשטע לופֿט־באָמ­בע: דעם אולטימאַטום צו "קדימה" זי זאָל טוישן איר מנהיג, אַנישט וועט "עבֿודה" פֿאַר­לאָזן די רעגירונג, און די קאָאַליציע וועט זיך צעפֿאַלן. דאַן וועט קיין אַנדערע ברירה נישט זײַן, ווי — פּראָקלאַמירן נײַע וואַלן.

די דאָזיקע דערקלערונג איז געווען דער ערשטער נישט פֿאָרמעלער, אָבער גע­נוג הילכיקער שאָס אין דעם געלויף צו דעם צוגעאײַלטן וואַל־פֿאַרמעסט, הגם דאָס איז געווען נאָר אַ "ווירטועלער" אולטימאַטום, אָן אַ באַשטימטן טערמין — אָבער דאָך אַ לופֿט־באָמבע מיט אַ גענוג הייסער לאָדונג.

דאָס איז געווען מיט צוויי אָדער מיט דרײַ וואָכן צוריק. די אַנדערע וואָך נאָך דעם איז אָבער שוין נישט דער "עבֿודה"־מנהיג, נאָר די אויסערן־מיניסטאָרין ציפּי לבֿני פֿון "קדימה" געווען "די העלדין פֿון דער וואָך" — און נישט צוליב אַ וועלכער עס איז וואַל־באָמבע אָדער אַנדערער מלחמה־דערקלערונג צום אָנגעזאָגטן וואַל־פֿאַר­מעסט, נאָר גראָד פֿאַרקערט: זי איז געווען "די העלדין פֿון דער וואָך" אין זכות פֿון איר שווײַג־באָמבע, וואָס האָט מאָביליזירט קעגן איר און פֿאַראייניקט אַלע אירע ריוואַלן, און נישט בלויז אין איר אייגענער פּאַרטיי. און דאָס ווידער דערפֿאַר, ווײַל אַלע האָבן זיי זיך דערפֿילט פֿון איר באַדראָט אין די פֿאָרמעל נאָך נישט אָנגעזאָגטע פּרײַמעריס און וואַלן צו דער 18טער כּנסת.

דער תּירוץ צו פֿאַרדעקן די דאָזיקע מורא פֿאַר דעם שווײַגנדיקן ספֿינקס פֿון דעם "שוואַכן מין", דער עיקר, מצד אירע פּאַר­טיי־חבֿרים, איז געווען, אַז זי האָט זיך נישט אָנגעשלאָסן צו דעם פֿאַלשן חניפֿה־מאַרש פֿון אירע ריוואַלן, די דרײַ אַנדערע קאַנדידאַטן צו די פּרײַמעריס, די פּרע­טענ­דענטן צו ירשענען פֿון אָלמערטן די פֿי­רער­שאַפֿט פֿון דער פּאַרטיי און פֿון דער מדינה. זי איז נישט געווען, זאָגן זיי, לאָ­יאַל צו דעם מנהיג, האָט זיך מיט אים נישט סאָ­לידאַריזירט, איז נישט אַרויסגעטראָטן אין זײַן שוץ און האָט נישט געטאַדלט, אַזוי ווי זיי, די באַשולדיקונג־העצע קעגן אָל­מערטן. מיט איר שווײַגן, טענהן זיי, האָט די אויס­ערן־מיניסטאָרן פֿאַרשאַפֿט אַ גרויסן שאָדן דער הערשנדיקער פּאַרטיי, און דערפֿאַר איז זי נישט ראויה, לויט זייער טענה, אָנצו­פֿירן מיט דער פּאַרטיי, און אַוודאי נישט מיט דער מדינה.

דער אמת איז, אַז דאָס בלויזע שווײַגן וואָלט זיי אפֿשר נישט געשטערט. זי האָט אָבער געשוויגן נישט אַזוי ווי זיי האָבן גע­וואָלט. זי האָט אין אירן אַן עפֿנט­לעכן אויפֿ­טריט גע­געבן אָנצוהערן, אַז אַ מלוכישע אָנפֿירונג דאַרף זײַן עטיש זויבער, מיט "ריי­נע הענט", נישט קאָרומפּירט, נישט באַפֿ­לעקט און אויך נישט פֿאַרדעכטיקט אין קיין נישט־עטישע האַנדלונגען. אויף וויפֿל עס איז באַוווּסט, איז ציפּי לבֿני ביז איצט נישט באַפֿלעקט געוואָרן מיט קיין נישט עטישע פֿאַרדאַכטן, איז קיינמאָל נישט גע­פֿאָרשט און נישט פֿאַרהערט געוואָרן דורך דער פּאָליציי — און דערפֿאַר געניסט זי פֿון דער העכסטער פּאָפּולאַריטעט נישט נאָר צווישן די וויילער פֿון איר פּאַרטיי, נאָר צווישן דער גאַנצער באַפֿעלקערונג. אין אַלע פּובליק־טעסטן קומט זי אַרויס אויפֿן ערשטן אָרט אויך ווי די איינציקע, וואָס קען ברענגען דער "קדימה", אונטער איר אָנפֿירונג, אַ נצחון איבער דעם "ליכּוד" אונ­טער דער אָנפֿירונג פֿון נתּניהו.

דאָס איז, זעט אויס, די אמתדיקע סיבה, וואָס האָט פֿאַראייניקט קעגן איר אַלע אַנ­דערע קאַנדידאַטן, וועלכע האָבן נאָך נישט געהאַט אָנגעהויבן זייער מלחמה צווישן זיך, צום וואַל־פֿאַרמעסט. דער ערשטער, וואָס האָט זיך אָבער אַרויסגעבראָכן פֿון דער דאָזיקער קורצווײַליקער "אייניקייט" פֿון די קעגנערס און האָט דעמאָנסטרירט זײַן פּאַר­טיייִשן "פּאַטריאָטיזם", איז גע­ווען טאַ­קע דער מיניסטער פֿאַר טראַנספּאָרט, דער גע­וועזענער אַרמיי־קאָמאַנדיר און געווע­זע­נער זיכערהייט־מיניסטער שאָול מופֿז.

דער שטאַרקער אינטערנאַציאָנאַלער עפֿעקט און די אחריותלאָזיקייט פֿון דער לײַכטזיניקער וואַל־דעמאַגאָגיע אין דער דער­קלערונג פֿון שאָול מופֿז האָבן באַקו­מען אַ באַזונדערס וויכטיקע וואָג אין אָנ­בליק פֿון דעם פֿאַקט, אַז אויסער דער פֿונקציע פֿון מיניסטער פֿאַר טראַנספּאָרט, איז דער געוועזענער מיניסטער פֿאַר זי­כער­הייט (וועלכער האָט זיך געפֿירט ווי אַ קריגס־מיניסטער) און פֿריִער פֿון דעם דער שעף פֿון גענעראַל־שטאַב, אויך נאָמינירט געוואָרן דורך דעם פּרעמיער ווי דער ממונה איבער דער מיליטערישער סטראַטעגיע פֿון מדינת־ישׂראל, און האָט זיך גאָר לעצטנס צו­ריקגעקערט פֿון זײַנע סטראַטעגישע גע­שפּרעכן מיטן "פּענטאַ­גאָן" אין וואַ­שינג­טאָן. דעם דאָזיקן "דזשאָב" האָט דער מיניס­טער מופֿז באַקומען ווי אָל­מערטס אַ פֿאַר­גיטי­קונג פֿאַר נישט קענען מקיים זײַן דעם צו­זאָג זײַנעם צו געבן אים דאָס מיניסטעריום פֿאַר זיכערהייט, וואָס ער איז געווען גע­צוווּנגען אַוועקצוגעבן אהוד ברקן אין די ראַמען פֿון דער שותּפֿות מיט "עבֿודה" אין דער רעגירונג. איצט, ווען ברק דראָט מיט פֿאַרלאָזן די קאָאַליציע, און דאָס מי­ניסטעריום פֿאַר זיכערהייט איז עלול זיך צו באַפֿרײַען, כאָטש אפֿשר בלויז צײַטווײַליק, איז מופֿז געוואָרן — און ער דערקלערט זיך הײַנט טאַקע פֿאַר דעם נאָענטסטן און צום מערסטן איבערגעגעבענעם חסיד פֿון דעם פּרעמיער און פּאַרטיי־מנהיג אהוד אָלמערט.

פֿאַרלאַנגט מופֿז די בכורה און דאָס רעכט אויף דער ירושה. ער האָט דאָך אַרײַנ­געברענגט אין "קדימה" אַ היפּשן נדן: די מיליטאַנטישע אידעאָלאָגיע פֿון דעם עקסטרעם־רעכטן פֿליגל פֿון "ליכּוד" און אַ פּאָר טויזנט פֿון זײַנע רעגיסטריר­טע אָנהענגער פֿון אָט דער אידעאָלאָ­גיע, וואָס וועט זיך דורך "קדימה" צוריקקערן צום אָריגינעלן "ליכּוד".

אויב די "קדימה" ווערט באַטראַכט ווי אַ פּאַרטיי פֿון "פּאַרטיייִשע פּליטים" — אַ "שרוניסטישע פּאַרטיי", וואָס שרון האָט אָפּגעשפּאָלטן פֿונעם "ליכּוד", מיטגענומען מיט זיך פֿון דאָרט זײַנע אָנהענגער און מיטלויפֿער צוזאַמען מיט אַ צאָל אומצו­פֿרידענע דעזערטערן און טוערס פֿון "עבֿודה" בראָש מיט שמעון פּערעס, חיים רמון און דליה איציק, און אויפֿגע­שטעלט פֿון זיי אַ כּל־בו־פּאַרטיי אָן אַן אידע­אָלאָגי­שער פֿלאַטפּאָרם — איז שאָול מופֿז אין איר אַן אַדאַפּטירטער גאַסט אַ פּראַקטיקאַנט, אַזוי ווי ער איז דאָס געווען אויך פֿריִער סײַ אין דער אַרמיי און סײַ אין "ליכּוד": אַ פּאָליטיקער אין דער אַרמיי און אַ מיליטאַנט אין זײַנע ציווילע פֿונקציעס.

ווי אַ פּראָפֿעסיאָנעלער מיליטער־מאַן, איז ער געווען, אין די יאָרן 1998 — 2002, דער צום מערסטן פּאָליטישער שעף פֿון גענעראַל־שטאַב. נישט געקוקט אויף דעם געזעץ וועגן אַן "אָפּקילונג" בײַם אַרי­בערגיין פֿון מיליטערישן דינסט אויף אַ פּאָליטישן אַמט, איז מופֿז געוואָרן אַקטיוו אין דער צענטראַלע פֿון "ליכּוד" נאָך פֿאַרן אויסטאָן דעם גענעראַלסקן מונדיר און האָט ווערבירט דאָרט זײַנע אָנהענגער צו די "פּרײַמעריס". שרון האָט אים דעמאָלט געהאָלפֿן דעראָבערן דאָס צוועלפֿטע אָרט אויף דער קאַנדידאַטן־ליסטע פֿון "ליכּוד" — און שרון האָט אים נאָך זײַן גרויסן וואַל־נצחון דערנענטערט צום אַמט פֿון דעם מיליטאַנטישסטן זיכערהייט־מיניסטער.

ווען שרון האָט אין 2006 געשפּאָלטן דעם "ליכּוד" און געגרינדעט די "קדימה" — איז אָבער מופֿז געבליבן אין "ליכּוד" און האָט זיך דאָרט פֿאַרמאָסטן קעגן נתּניהו אין די פּרײַמעריס. נאָכדעם ווי ער האָט פֿאַרשפּילט, האָט ער זיך דאָ באַזעצט אין "קדימה" און זיך דאָ דערקלערט אַלס איר קומענדיקער מנהיג.

איז געבליבן דאָס רעטעניש: צי וועט ער דאָ פֿאַרבלײַבן טאָמער וועט ער די פּרײַמעריס פֿאַרשפּילן?

דאַקעגן ציפּי לבֿני, וועלכע איז מיט צען יאָר ייִנגער פֿון איר ריוואַל מופֿז און וועט אין דרײַ וואָכן אַרום ווערן פֿופֿציק יאָר, איז מיטגעגאַנגען מיט שרונען ווי די מיטגרינדערין פֿון "קדימה", און נישט "על תּנאי", כאָטש זי איז, ווי מ' זאָגט, געבוירן געוואָרן און אויסגעוואַקסן אין דער רעוויזיאָניסטישער משפּחה. אַק­טיוו אין "ביתּר", פֿלעגט די יונגע ציפּי דע­מאָנ­סטרירן נאָך דער יום־כּיפּור־מלחמה קעגן הענרי קיסינדזשערן און קעגן דער עוואַקואַציע פֿון סיני און פֿון גולן. אירע עלטערן זענען געווען אַקטיוו אין אצ"ל, דער פֿאַרשטאָרבענער פֿאָטער איתן לבֿני איז געווען אַ דעפּוטאַט פֿון "ליכּוד" אין דער כּנסת. איר אַקאַדעמישע אויסבילדונג האָט זי געווידמעט די יורידישע לימודים, געאַרבעט פֿיר יאָר אין "מוסד" און צו 28 יאָר, אין 1996, פּרובירט צו "שפּילן" אין דעם קאנדידאַטן־פֿאַרמעסט אין "ליכּוד" — און "געוווּנען" דאָס 36סטע אָרט אויף דער קאַנדידאַטן־רשימה, בעת אין דער כּנסת זענען אַרײַן נאָר 32. זי האָט נישט געהאַט, זעט אויס, די געהעריקע קוואַליפֿיקאַציעס, וואָס האָבן דעמאָלט געגילט אין דער צענטראַלע פֿון אָט דער פּאַרטיי, כּדי צו זײַן ראוי צו קאַנדידירן אויף אַ באַקוועמערן אָרט. אָבער דרײַ יאָר שפּעטער, אין די פּרײַמעריס צו דער 15טער כּנסת אין יאָר 1999, האָט זי שוין געוווּנען דאָס 18טע אָרט, פֿון די 19 מאַנדאַטן, וואָס דער "ליכּוד" האָט דעמאָלט באַקומען.

"אַנטדעקט געוואָרן" איז זי דורך אַבֿיג­דור ליבערמאַנען ווען ער איז גע­ווען דער פֿאַר­וואַלטער פֿון נתּניהוס פּרע­מיער־קאַנ­צעלאַריע. ער האָט זי באַ­שטימט אויף אַ הויכן מלוכישן אַמט, אָבער שרון האָט זי אַרײַנגענומען אין דער רעגירונג און האָט זי פֿאָרגעברענגט ביז צום אַמט פֿון יוס­טיץ־מי­ניסטער, און אין אָט דער פֿונקציע האָט זי זיך אויס­געצייכנט מיט אירע פֿאַר­מיט­לונגס־ פֿעיִקייט, דערגרייכנדיק אַלע מעגלעכע פּשרות אין די חילוקי־דעות צווישן די מי­ניסטאָרן, דער עיקר, פֿון "ליכּוד". דורך אירע פּשרות האָט זי פֿאַרמיטן דעם "פּוטש" פֿון נתּנהיו מיט זײַן גרופּע (לימור לבֿנת, ישׂראל כּ"ץ א"אַנד) און האָט דערמעגלעכט דאָס אַדורכצופֿירן די "אָפּשיידונג" פֿון עזה.

אין דער רעגירונג פֿון אהוד אָלמערט איז זי געשטיגן צום אַמט פֿון אויסערן־מי­ניסטער, און דאָ האָט זי זיך אויסגעצייכנט מיט אירע יורידישע קענטענישן בײַם דער­גרייכן און פֿאָרמולירן די אָפּמאַכן בעת דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה. איצט פֿירט זי אָן מיט דער ישׂראלדיקער מאַנשאַפֿט אין די געשפּרעכן מיט דער פּאַלעסטינער דע­לעגאַציע אין די ראַמען פֿון דער שלום־קאָנפֿערענץ פֿון אַנאַפּאָליס. אָבער שאָול מופֿז און זײַנע מענטשן טענהן, אַז נישט קיין פֿאַרמיטלער דאַרף אָנפֿירן מיט דער מדינה נאָר אַ גענעראַל. אָבער גראָד אַזעל­כע זענען פֿאַראַן שוין איבערגענוג.

נישט געקוקט אויף דער "באַלאַגע­רונג", אין וועלכער דער פּרעמיער אָלמערט גע­פֿינט זיך פֿון דרויסן און פֿון אינעווייניק אין דער כּנסת און אין דער עפֿנטלעכקייט, גלייבט נאָך אָלמערט, אַז ער וועט קענען איבערקומען דעם קריזיס און די אומצו­טרוי־אָפּשטימונגען אין דער כּנסת — ווי נאָר ער וועט שטיין פֿאַר די ריכטער און קענען אויפֿ­ווײַזן זײַן אומשולד און צעשמעטערן די טענות פֿון דעם אַמעריקאַנער "מאַכער" טאַלאַנסקי, אויב נאָר די אַלע "רויבפֿייגל" וועלן צוּוואַרטן ביז דעם 17טן יולי — ווײַל זײַנע אַדוואָקאַטן דערלויבן אים נישט צו רעדן פֿאַר דער פּרעסע, כּדי עס זאָל אים נישט פֿאַרשאַטן אין געריכט. די פּאָליטי­קער מאַכן אָבער זייערע חשבונות — נישט לויט דעם ווער עס איז ראוי אָנצופֿירן מיט דער מדינה, נאָר ווער עס קען אַרײַנברענ­גען דער פּאַרטיי מער קאַנדידאַטן אין דער כּנסת.

און נאָר פֿון דעם וועט זײַן אָפּהענגיק דער גורל פֿון דער מדינה.

תּל־אָבֿיבֿ, דעם 10טן יוני, 2008