|
שׂרהלע פֿעלדמאַן |
|
איך קאָן נישט געדענקען גענוי ווען האָט זיך עס אָנגעהויבן בײַ אונדז דער פֿוראָר פֿון די ייִדיש זינגענדיקע אָוונטן. אָבער ווען זיי האָבן זיך אָנגעהויבן איז שׂרהלע פֿעלדמאַן שוין פֿון לאַנג דאָרט געווען.
דעם אמת געזאָגט, געפֿינט זי זיך שוין אויף דער בינע זינט זי איז נײַן יאָר אַלט געווען, דעמאָלט האָט זי אַנטפּלעקט דער אַמאָליקער באַוווּסטער בינע־קינסטלער בן־ציון וויטלער. זי איז געווען אַ וווּנדערקינד, נישטאָ וואָס צו רעדן!
פֿאַר וואָס עפּעס פּלוצעם שׂרהלע פֿעלדמאַן? אַלץ איז פֿאַרבונדן מיט איר אָקאָרשטיקן אויפֿטריט אין סאַמע האַרץ פֿון דער ישׂראלדיקער קליינקונסט־בינע: "מועדון צוותּא" (צוותּא־קלוב). שווער זי אַרײַנצופּאַסן אין אַ שוין עקזיסטירנדיקער קאַטעגאָריע; שׂרה פֿעלדמאַן איז דאָס וואָס מ'רופֿט טעאַטער פֿון איין מענטש. זי פֿירט אויס אַלע ראָלעס, מ'לאַכט בײַ איר און מ'וויינט אויך, זי פֿאַרווײַלט און זי צעברעכט דאָס האַרץ און שטענדיק אין די ראַמען פֿון גוטן געשמאַק.
ווען מ'רעדט, מיט נישט ווייניק נאָסטאַלגיע, פֿון אַזאַ ראַם וואָס מ'רופֿט ייִדישער קליינקונסט־טעאַטער, מיינט מען אייגנטלעך טעאַטער פֿון איינעם אָדער מער אָנטיילנעמער, אַן אינטעליגענטער פֿאַרווײַלנדיקער טעקסט, גוטע שוישפּילער, עכט־ייִדישע מוזיק, הומאָר, מיט אַ רעזשיסאָר וואָס איז פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר אַלץ, דאָס גוטע און דער קעגנזאַץ פֿון דעם. שׂרהלע פֿעלדמאַן פֿילט אויס בחסד די אַלע פֿאָדערונגען.
זי טרעט אויף אין ישׂראל און אויך אין אויסלאַנד; מיט אייניקע חדשים צוריק, אײַנגעלאַדן דורך דער "ייִוואָ"־געזעלשאַפֿט פֿון בוענאָס־אײַרעס, איז זי אויפֿגעטראָטן מיט גרויס דערפֿאָלג אין אַרגענטינע און אין אורוגווײַ, נישט אַליין, נאָר צוזאַמען מיט אַנדערע צוויי אויסגעצייכנטע ייִדיש־זינגערינס.
עס נעמט בײַ איר אַ לאַנגע צײַט צוצוגרייטן אַ ספּעקטאַקל. אַממיינסטן איז זי פֿאַרנומען מיטן אויפֿזוכן און צופּאַסן דעם מאַטעריאַל, מיט וועלכן זי וועט אויפֿטרעטן, זי איז איבערקלײַבעריש און לאָזט זיך נישט פֿאַרפֿירן פֿון ביליקן שונד־מאַטעריאַל.
דעם איצטיקן ספּעקטאַקל אירן וואָס זי רופֿט אָן מיטן נישט־באָמבאַסטישן נאָמען "אָוונט פֿון הומאָר און געזאַנג", פֿאַרמאָגט דאָס וואָס עס זאָגט דער טיטל, אָבער איז אַ סך מער פֿון דעם. אַליין אויף דער בינע, עס באַגלייט זי ווען ס'איז נייטיק אַ פּיאַניסט, איז דאָרט טאַקע איר אָרט; גיט איר נאָר אַ בינע און אַ פּובליקום, דאָס רעשט לאָזט עס איבער פֿאַר איר, זי וועט שוין ווערן פֿאַר אײַך אין די אויגן, די נעבעכדיקע "עולה חדשה", וואָס קען נישט קיין העברעיִש, אָבער פֿאַרשטייט נישט וואָס עס קומט דאָ פֿאָר, פֿאַר וואָס קומט איר אַזוי לאַנג צו וואַרטן אין "קופּת־חולים"; און ווי נישט וועלנדיק, וועט זי אויך געבן אַ לײַכטן שטאָך דער ישׂראל־ביוראָקראַטיע. באַלד וועט זי זיך פֿאַרוואַנדלען אין אַ מאָדערנער שדכנטע, וועלכע פֿירט אויס — לויט איר אייגענער רעקלאַמע — בלויז הצלחהדיקע שידוכים — נאָר פֿאַר זיך אַליין האָט זי, נעבעך, קיין מזל נישט, זי קאָן נישט געפֿינען קיין פּאַסיקן שידוך.
אין דער הײַנטיקער ישׂראלדיקער ווירקלעכקייט פּאַסט זיך טאַקע אַ סאַטירישער אַרײַנזאָג — מער ווי דאָס, וועט זי זיך נישט דערלויבן, ישׂראל איז איר צו טײַער. זי איז פֿאַרווײַלעריש, זי רעדט אין דער שפּראַך וואָס אַלע פֿאַרשטייען און זי גייט פֿלינק אַריבער פֿון איין פּערסאָנאַזש צום צווייטן. איר באַליבטער זשאַנער איז קאָמעדיע, דאָ פֿילט זי זיך באַקוועם און זיכער, זי פֿירט אויס אָבער, מיט איר אָנערקענטער שוישפּילערישער פֿעיִקייט, אויך דראַמאַטישע ראָלעס. איינע אַזאַ איז "מירעלע אפֿרת", די הויפּט־ראָלע אין דער באַקאַנטער דראַמע פֿון יעקבֿ גאָרדין, וואָס זי האָט אײַנגעשלאָסן אין איר איצטיקער פּראָגראַם און פֿירט אויס ווי אַ געניטע דראַמאַטישע שוישפּילערין.
דעם איצטיקן ספּעקטאַקל פֿון שׂרהלע פֿעלדמאַן האָט רעזשיסירט אָדם לערער; מוזיק — אַריה בן־קנז; בינע־אַראַנזשירונג און קאָסטיומען — לאה שאַץ; קונסט־באַראַטונג — זאבֿ רײַכל.