פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

בײַם סוף פֿון דער פֿריִערדיקער פּרשה זענען באַשריבן געוואָרן די קרבנות, וועלכע די נשׂיאים פֿון די ייִדישע שבֿטים האָט געבראַכט, צו הייליקן דעם מזבח. בײַם אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער סדרה, האָט דער אייבערשטער אָנגעזאָגט אַהרן הכּהן אָנצינדן די מנורה אינעם משכּן. רש״י איז מסביר, אַז אַהרן איז געווען אומצופֿרידן מיט דעם, וואָס ער, דער נשׂיא פֿון די לוויים, האָט זיך נישט באַטייליקט אין חנוכּת-המזבח; דערפֿאַר האָט דער אייבערשטער אים באַפֿרידיקט, און אָנגעזאָגט אויספֿירן אַ מער וויכטיקע עבֿודה — אָנצוצינדן די ליכט פֿון דער מנורה.

דער רמב״ן האָט געפֿרעגט אַ קשיא: אין פֿאַרגלײַך מיט די ספּעציעלע קרבנות פֿון די נשׂיאים, איז אַהרן נישט געווען דער איינציקער כּהן, וועלכער האָט געהאַט דאָס רעכט אָנצוצינדן די מנורה. אויב דער באַשעפֿער האָט געוואָלט אים באַפֿרידיקן, פֿאַרוואָס האָט ער אים נישט געהייסן אויסצופֿירן די אוניקאַלע עבֿודה, וואָס בלויז דער כּהן-גדול מעג טאָן, למשל — צו ברענגען דעם קטורת? דערפֿאַר האָט דער רמב״ן פֿאָרגעלייגט אַן אַנדער סיבה, פֿאַרוואָס דער אָנזאָג אָנצוצינדן די מנורה קומט אין דער תּורה נאָך די קרבנות פֿון די נשׂיאים: דאָס איז אַ רמז אויף דער קומענדיקער חנוכּה-נס, וועלכער איז געשען מיט דער מנורה, ווען די חשמונאָים האָבן באַפֿרײַט דעם בית-המיקדש פֿון די שׂונאים און באַנײַט דעם מזבח.

ווי מיר האָבן עס באַהאַנדלט די פֿאַרגאַנגענע וואָך, ווײַזט די פּרשה וועגן חנוכּת-המזבח אָן די וויכטיקייט פֿון דער פּערזענלעכער עבֿודה פֿון יעדן מענטש. די תּורה האָט צוועלף מאָל איבערגעחזרט מיט די זעלבע ווערטער דעם קרבן פֿון יעדן נשׂיא, כּדי מע זאָל פֿאַרשטיין, אַז יעדער מענטש פֿירט אויס אַן אוניקאַלע ראָלע אין דער וועלט. די תּורה האָט באַזונדערס באַשריבן די קרבנות פֿון יעדן נשׂיא, הגם זיי זעען אויס ווי פּונקט די זעלבע, ווײַל איטלעכער קרבן האָט געהאַט, אין דער אמתן, אַן אוניקאַלן צוועק און מעלה. די ראָלע פֿון יעדן מענטש, הגם זי קאָן צומאָל אויסזען פּונקט אַזוי, ווי די עבֿודה פֿון די אַנדערע, האָט אַן אוניקאַלע מעלה און ווערט.

ווי עס ווערט דערקלערט אין די חסידישע ספֿרים, סימבאָ­ליזירט די מנורה די אייניקייט פֿון פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿונעם מענטשלעכן לעבן, ווי אויך פֿאַרשיידענע מדרגות פֿון דער נשמה. ווי עס שטייט אינעם פּסוק, "נר ה׳ נשמת אָדם" — די מענטש­לעכע נשמה איז איז אַ ג-טלעכע ליכט. אַ ברענענדיקער פֿלאַם שטרעבט תּמיד זיך אָפּצורײַסן פֿונעם קנויט און אַרויפֿ­צופֿליִען. דווקא צוליב דעם דאָזיקן "גלוסט" צו דערגרייכן דעם הימל, אָבער, ווערט דאָס פֿײַער נישט פֿאַרלאָשן. פּונקט אַזוי, עקזיסטירט די מענטשלעכע נשמה אינעם שטענדיקן "רײַסעניש" צווישן הימל און ערד, רוחניות און גשמיות, הייליקייט און וואָכעדיקייט.

הגם דאָס פֿײַער זעט אויס ווי אַ סטאַבילער אָביעקט, "צוגעבונדן" צום זעלבן אָרט, האַלט ער אין איין באַנײַען זיך. דער שטראָם פֿונעם פֿלאַם ברענט כּסדר אָפּ, זיך רײַסנדיק אַראָפּ און אַרויף, שטענדיק פֿאַרלירנדיק זײַן עקזיסטענץ און ווערנדיק געבוירן פֿונסנײַ. פּונקט אַזוי, באַשטייט דאָס מענטשלעכע לעבן פֿון שטענדיקע ענדערונגען. דער רבי נחמן בראַצלעווער האָט געשריבן, אַז דער מענטש ווערט יעדן מאָמענט בוכשטעבלעך אַ נײַ באַשעפֿעניש; זײַן פֿריִערדיקע עקזיסטענץ ווערט כּסדר "אָפּגעברענט", פֿאַרלוירן אין דער פֿאַרגאַנגענהייט, און באַשאַפֿן פֿונסנײַ.

דעם מענטש דאַכט זיך, אַז אינעם "ברען" פֿון זײַן לעבן זענען דאָ געוויסע מאָמענטן און זאַכן, וועלכע זענען וויכטיקער און ווערטפֿולער, ווי די אַנדערע. למשל, רוחניות ווערט געוויינטלעך באַטראַכט העכער ווי גשמיות; שבת — העכער ווי די וואָכן-טעג; שׂמחה-אונטערנעמונגען — וויכטיקער ווי די אַלגעמיינע לעבנס-רוטינע. די מנורה סימבאָליזירט אָבער, אַז יעדער אַספּעקט פֿונעם מענטשלעכן לעבן האָט אַ באַזונדערע אוניקאַלע מעלה. די מיטלסטע ליכט, פֿאַרבונדן מיטן שבת, דערגרייכט איר שלימות דווקא אין האַרמאָניע מיט די אַנדערע ליכט, וועלכע זענען אַסאָציִיִרט מיט די וואָכן-טעג. דאָס פֿײַער, וואָס סימבאָליזירט רוחניות, ברענט צוליב די קנויטן, וועלכע זענען מרמז אויף גשמיות. אין די קבלה-ספֿרים ווערט דערקלערט, אַז די ליכט פֿון דער מנורה ווערן אויך אַסאָציִיִרט מיט פֿאַרשיידענע עמאָציעס. נישט געקוקט אויף דעם היפּוכדיקן כאַראַקטער פֿון סתּירותדיקע נשמה-כּוחות, שטעקט דאָס שלימות פֿונעם מענטש דווקא אין זייער אייניקייט.

די פֿריִערדיקע פּרשה ווײַזט אָן אויף די מעלות פֿון אַרומיקע מענטשן, אויף דער אייניקייט פֿון מענטשלעכער געזעלשאַפֿט; די מנורה סימבאָליזירט אייניקייט און וויכטיקייט פֿון פֿאַרשיידענע אַספּעקטן און מאָמענטן אינעם לעבן פֿון יעדן באַזונדערן מענטש. דערפֿאַר קאָן מען זאָגן, אַז די עבֿודה פֿון אָנצינדן די מנורה איז טאַקע וויכטיקער, ווי די קרבנות פֿון די נשׂיאים, ווײַל זי סימבאָליזירט דעם אינערלעכן, פּערזענלעכן אַספּעקט פֿון דער מענטשלעכער אייניקייט.