‫פֿון רעדאַקציע

די וואָך האָט זיך אין רוים אָנהגעהויבן די אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ, וווּ עס ווערט באַהאַנדלט אַ נײַע גלאָבאַלע פּראָ­בלעם — הונגער. די דאָזיקע קאָנפֿערענץ האָט אָרגאַניזירט די "יו־ען", ריכטיקער, איר סעקטאָר וואָס גיט זיך אָפּ מיט פֿראַגן פֿון שפּײַז און אַגראָקולטור. לויט די פּעסי­מיסטישע פּראָגנאָזן וועלן אין די קומענדיקע צענדליקער יאָרן צוקומען צו די איצטיקע 800 מיליאָן הונגעריקע נאָך 600 מיליאָן.

קהילה־לעבן
אַנאַ שאָן מיט פּלינע מונזיאָ, בעת אַ רעפּעטיציע

די ערשטע זאַך, וואָס מע באַמערקט ווען מע זעט די 22־יאָריקע טענצערין, אַנאַ שאָן, איז ווי יונג זי זעט אויס, ממש ווי אַ קליין מיידעלע: די הייך פֿון בלויז 4 פֿוס, 11 אינטשעס (1.5 מעטער), רעדט מיט אַ הויך קולכל, און שפּרודלט מיט ענערגיע און האַרציקן געלעכטער — זיכער, נישט קיין בילד פֿון אַ רעוואָלוציאָנערקע.

פֿונדעסטוועגן, פּאַסט זי צו רופֿן אַזוי, ווײַל אַנאַ איז אַ פֿרום ייִדיש מיידל. ווי באַקאַנט, איז דאָס טאַנצן פֿאַר אַ געמישטן עולם נישט אָנגענומען אין דער פֿרומער וועלט,

ייִדיש־וועלט
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ערשט בעתן חורבן האָבן זיי זיך באַוויזן אויף דער אַמעריקאַנער ייִדישיסטן־גאַס, די "ייִדישיסטן־רעוויזיאָניסטן". וואָס אַן אמת, האָט יעדערער פֿון זיי שוין פֿון פֿריִער מיט עפּעס געהאַט אָנגעוויזן וווּהין ער צילט, נאָר אין גאַנצן באַוויזן זיך האָבן זיי זיך ערשט ווען דער חורבן איז שוין געווען אַ פֿאַרטיקער, אַ געחסמעטער און אַ דורכגעפֿירטער. יעדערער איז געווען אַ בעל־תּשובֿה לויט אַן אייגענעם "עד־כּאַן אומרים בשבת־הגדול", דאָס הייסט, אויף מער ווי אויף אַ געוויסער אַליין־באַשטימטער רעוויזיע פֿון ייִדישער וועלטלעכקייט זענען זיי ניט געווען פֿעיִק און זייערע חסידים זענען ניט געווען גרייט.

פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עס איז גוט באַקאַנט וואָס אַבא אבֿן האָט געזאָגט וועגן די אַראַבער, אַז "קיינמאָל פֿאַרזעען זיי נישט קיין געלעגנהייט צו פֿאַרזען אַ געלעגנהייט". דעם זעלבן געדאַנק האָט זייער דערפֿאָלגרײַך אוסגעדריקט אַ לבֿנונער אינטעלעקטואַל און שרײַבער, סע­סיל כוראַני, נאָך דער זעקס־טאָגיקער מלחמה. ער האָט געשריבן: "מיר, אַראַבער, האָבן אַ פּסיכאָלאָגישע שוואַכקייט; וואָס מיר גלײַכן נישט, מאַכן מיר דעם אָנשטעל, אַז דאָס עקזיסטירט נישט.

‫רעפּאָרטאַזשן
מיטן שרײַבער יוסף בורג — דער מחבר (לינקס), מאָטל גאָרדאָן (רעכטס)

דריטער טייל — טשערנעוויץ

בעתן יאָר 2008 וועט מען פּראַווען נישט איין, נאָר צוויי, שׂימחות אין דער שטאָט טשער­נעוויץ. קודם־כּל, מערקט מען אָפּ, סוף אויגוסט, 100 יאָר נאָך דער היסטאָרישער טשערנעוויצער שפּראַך־קאָנפֿערענץ פֿון 1908, מיט אַ יובֿלדיקער ייִדיש־קאָנפֿערענץ. פּראָפֿ׳ וואָלף מאָסקאָוויטש פֿון העברעיִשן אוניווער­סיטעט (אַליין אַ טשערנעוויצער) האָט אָרגאַניזירט די אַקאַדעמישע קאָנפֿערענץ צוזאַמען מיט דער ייִדישער קהילה אין אוק­ראַיִנע, מיט יוסף זיסעלס בראָש,

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

נאָכן חשבון פֿון די אַנדערע ייִדישע שבֿטים, האָט דער אייבערשטער געהייסן איבערציילן די לוויים. די מפֿרשים דערקלערן, אַז אַזוי ווי אין דער פֿריִערדיקע פּרשה, אין וועלכער דער באַשעפֿער האָט אָנגעזאָגט "שׂאו את ראש כּל עדת בני-ישׂראל", טראָגט אָן די פֿראַזע "נשׂא את ראש" אַ טאָפּלטן באַדײַט: "צייל איבער" אָדער "הייב אויף די קעפּ"; דער חשבון האָט אויפֿגעהויבן דעם קאָפּ פֿון די לוויים, צוגעגעבן יעדן פֿון זיי אַ פּערזענלעכע חשיבֿות.

פּאָליטיק
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(די באַפֿרײַונג און פֿאַראייניקונג פֿון אַלט־ירושלים)

אונדזער מדינהלע — מדינת־ישׂראל, איז שוין גאָט צו דאַנקען אַריבער די "זעכציקער", זינט 1948, און אונדזער פֿאַראייניקטע "ירושלים שחוברה לה יחדיו" — האָט שוין גאָט צו דאַנקען, די טעג, אָפּגעפֿײַערט 41 יאָר, זינט איר פֿאַראייניקונג אין 1967…

די דאָזיקע צוויי היסטאָרישע דאַטעס האָט מען אין משך פֿון דעם קײַלעכדיקן יאָר אָפּגעמערקט אויף אַ גרויסן פֿאַרנעם איבערן גאַנצן לאַנד,

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Michael Stanislawski. A Murder in Lemberg: Politics, Religion, and Violence in Modern Jewish History. Princeton: Princeton University Press, 2007.

דעם 6טן סעפּטעמבער פֿון 1848 איז אין לעמבערג פּלוצעם געשטאָרבן דער באַקאַנטער ליבעראַלער ראַבינער אַבֿרהם כהן (קאָן). די עסטרײַכישע פּאָליציי האָט גלײַך חושד געווען אַ מאָרד און געכאַפּט עטלעכע פֿרומע ייִדן. מען האָט גיך פֿעסטגעשטעלט, אַז איינער אָּבֿרהם בער פּילפּעל האָט זיך אַ ווײַלע געדרייט אין דער קיך פֿון כּהנס דירה, בעת די קעכין האָט געקאָכט דאָס מיטיק־עסן. מען איז געווען זיכער, אַז פּילפּעל האָט אַרײַנגעגאָסן אַרסעניק אינעם טעפּל מיט זופּ, וואָס האָט אָפּגעסמט די גאַנצע משפּחה.

רעליגיע, געשיכטע, טשיקאַװעס
אַ מנורה, וואָס סימבאָליזירט פֿאַרשיידענע גײַסטיקע וועלטן און אבֿרים פֿונעם מענטשלעכן גוף, פֿונעם קבלה-ספֿר "ארץ-טובֿ"

פֿאַרשיידענע סימבאָלן דינען הײַנט אָפֿט ווי "אָנערקענונג-צייכנס" פֿון רעליגיעס, פֿעלקער און פּאָליטישע באַוועגונגען. צום בײַשפּיל, ווערט דער זעקס-עקיקער שטערן באַטראַכט ווי אַ ייִדישער און דווקא ייִדישער סימבאָל, און דער קרייץ — דווקא ווי אַ קריסטלעכער צייכן, וועלכער קאָן בשום-אופֿן נישט באַנוצט ווערן בײַ ייִדן — לכל-הפּחות, אין אַ רע­לי­גיעזן קאָנטעקסט. אַן אַנדער טרויעריק-באַרימטער סימבאָל, דער האַקנקרייץ, ווערט פֿעסט פֿאַרבונדן מיט נאַציזם.

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין די זעכציק יאָר פֿון איר עקזיסטענץ, האָט שוין די ייִדישע מדינה געפּאָקט און געמאָזלט, געטאַפּט אַ וואַנט, אַדורכגעמאַכט היסטאָרישע ערד־ציטערנישן און, על־פּי נס, ניצול געוואָרן. ייִדן האָבן געגלייבט, אַז נאָך אַזאַ בלוטיקן חורבן, נאָך אַזאַ ריזיקער קאַטאַסטראָפֿע וואָס איז באַפֿאַלן אונדזער פֿאָלק, וועט די וועלט אײַנשטילן אירע מער­דערישע נטיות, און איין מאָל פֿאַר אַלע מאָל אָפּלאָזן די רעשטלעך פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אויסצולעבן זיך רויִק, בשלום־ושלווה אין זייער אייגן שטיקל ווינקל.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַגרעסיווקייט איז אַ סימן-מובֿהק פֿונעם איצטיקן רוסלאַנד. די פּאָליטיקער גרויסן זיך אַפֿילו מיטן איבער­נעמען בירושה די מיליטאַנטישקייט פֿון דער רוסלענדישער אימפּעריע און פֿון דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. מע מאַכט אַ וועזן פֿון יעדן נצחון אין ספּאָרט און קולטור, כּדי אונטערוואַרעמען די נאַציאָנאַליסטישע געפֿילן פֿונעם פֿאָלק. מע האָט געוווּנען אין דעם וועלט-טשעמפּיאָנאַט אין האָקי (צום ערשטן מאָל אין משך פֿון די לעצטע 15 יאָר) — אַ יום-טובֿ! די פּעטערבורגער פֿוטבאָל-קאָמאַנדע "זעניט" האָט געוווּנען אַ וויכטיקן אייראָפּעיִשן פּריז — ווידער אַ מאָל יום-טובֿ,

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע

• שמעון פֿרוג

שבֿועות

.I

אַ כּישוף־מאַכער איז די נאַכט,
די שטילע, בלויע נאַכט —
מיט צאַרטע פֿינגער האָט זי מיר
די אויגן צוגעמאַכט;

די אויגן מיר פֿאַרשלעפֿערט שטיל,
דאָס האַרץ מיר אויפֿגעוועקט:
מיט ווײַסע פֿליגלען, ווייך ווי זײַד,
מיך ליבלעך צוגעדעקט,

דער ליבער, גרינער יום־טובֿ גייט.
די לופֿט איז בלוי און ריין:
אויף יעדן גרעזעלע שטראַלט־אויף
אַ העלער איידל־שטיין...