(די באַפֿרײַונג און פֿאַראייניקונג פֿון אַלט־ירושלים)
אונדזער מדינהלע — מדינת־ישׂראל, איז שוין גאָט צו דאַנקען אַריבער די "זעכציקער", זינט 1948, און אונדזער פֿאַראייניקטע "ירושלים שחוברה לה יחדיו" — האָט שוין גאָט צו דאַנקען, די טעג, אָפּגעפֿײַערט 41 יאָר, זינט איר פֿאַראייניקונג אין 1967…
די דאָזיקע צוויי היסטאָרישע דאַטעס האָט מען אין משך פֿון דעם קײַלעכדיקן יאָר אָפּגעמערקט אויף אַ גרויסן פֿאַרנעם איבערן גאַנצן לאַנד, דורך די מוניציפּאַלע אינסטיטוציעס, לערן־אַנשטאַלטן, בראָש מיט דער רעגירונג, כּנסת און אַלע אַנדערע קולטור־ און געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציעס. עס איז געווען אַ יאָר פֿון "אָגיל־ואשׂמח", יום־טובֿ אין דער וואָכן, כאָטש די מדינה האָט אין דער זעלבער צײַט דורכגעמאַכט פּײַנלעכע, בלוטיקע געשעענישן אויף אַלע געביטן: מיליטערישע, עקאָנאָמישע, סאָציאַלע און געזעלשאַפֿטלעכע.
און דאָך, ניט געקוקט אויף די אַלע שוועריקייטן, פּראָבלעמען און דאגות, איז מען ניט געזעסן "מיט פֿאַרלייגטע הענט". מען האָט צוגעגרייט צענדליקער, הונדערטער פּראָגראַמען און אימפּרעזעס פֿון פֿאַרשיידענעם זשאַנער און כאַראַקטער, כּדי צו ווײַזן, אַז ניט געקוקט אויף אַלע שטרויכלונגען און קריזיסן, אַף־על־פּי־כן, אויף צולהכעיס אַלע אונדזערע שׂונאים, זענען מיר מסוגל אויך צו פֿײַערן יום־טובֿים און היסטאָרישע דאַטעס, ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ מאָדערנער מדינה. ווי זאָגט דאָס ייִדישע שפּריכוואָרט: "אַ קניפּ אין דער באַק, אַבי די פֿאַרב זאָל שטיין"...
אין אונדזער קאָלעקטיוון און פּערזענלעכן קאַלענדאַר זענען מיר שוין געוווינט צו דער רוטין פֿון אַ געמיש פֿון פֿריילעכע און טרויעריקע דאַטעס, וואָס מיר מערקן אָפּ במשך פֿון דעם יאָר. זכרונות און געפֿילן פֿון אַ יחיד און דעם קאָלעקטיוו בכלל, זענען אַ וויכטיקער באַשטאַנדטייל פֿון אונדזער וועזן; זיי פֿילן אויס אַ וויכטיקע פֿונקציע צו באַווירקן אונדזער מאָראַל, אונדזער אויסדויער, עמאָציע, בענקשאַפֿט, נאָסטאַלגיע און געמיט־צושטאַנד אין אונדזער טאָג־טעגלעכן לעבן.
די אָפּקלאַנגען און דערפֿאַרונגען פֿון די פֿײַערונגען, וואָס מיר האָבן אָפּגעשלאָסן אין דער לעצטער וואָך, וועלן לאַנג פֿאַרבלײַבן אין אונדזער זכּרון.
"יום־ירושלים" — פֿײַערונג צום 41סטן יאָר פֿון איר פֿאַראייניקונג
דעם פֿאַרגאַנגענעם מאָנטיק — דעם 2טן יוני 2008 האָבן מיר אין לאַנד אָפּגעמערקט "יום־ירושלים". דער איחוד — די פֿאַראייניקונג פֿון דער עיר־העתּיקה — די אַלטשטאָט מיט דעם מערבֿ־טייל פֿון דער שטאָט איז נאָך פֿריש בײַ די מערסטע פֿון אונדז. עס איז דאָך בלויז געשען מיט 41 יאָר צוריק. די געשעענישן פֿון יענע טעג זענען טיף אײַנגעקריצט אין אונדזער זכּרון, און עס איז כּדאַי מיר זאָלן עס דערציילן פֿאַר די לייענער פֿון "פֿאָרווערטס", פֿאַר אונדזערע קינדער און קינדסקינדער.
אָט זענען די הויכפּונקטן און אומפֿאַרגעסלעכע עפּיזאָדן, כראָנאָלאָגיש ווי אַזוי איז עס געשען:
15טער מײַ 1967:
בעת דעם פּאַראַד פֿון "יום־העצמאות" אין ירושלים האָט דער פּרעמיער־מיניסטער לוי אשכּול באַקומען די אײַליקע ידיעה, אַז דער מיצרישער פּרעזידענט גאַמאַל־אַבדעל נאַצער האָט קאָנצענטרירט גרויסע מיליטערישע כּוחות אין סיני, צוליב דער שפּאַנונג וואָס הערשט צווישן ישׂראל און סיריע.
גלײַכצײַטיק איז דערקלערט געוואָרן אַ צושטאַנד פֿון מלחמה־גרייטקייט אין סיריע און אין ירדן.
ירדן האָט געמאָלדן, אַז זי וועט ניט קענען בלײַבן גלײַכגילטיק און פּאַסיוו אויב ישׂראל וועט אַטאַקירן אַן אַראַבישע מדינה. ירדן האָט געשלאָסן אַ קעגנזײַטיקן פֿאַרטיידיקונג־פּאַקט מיט מצרים און מיט איראַק...
איראַקישע מיליטערישע איינהייטן זענען אָנגעקומען קיין ירדן און פֿאַרנומען פּאָזיציעס אַרום חבֿרון און פּאַלעסטינער שטחים אונטער ירדנישער אָקופּאַציע.
22סטער מײַ 1967:
אַבדעל נאַצער האָט בלאָקירט דעם טיראַן־לאַנדפּאַס און דורכגאַנג פֿאַר די ישׂראלדיקע שיפֿן אין רויטן ים.
28סטער מײַ 1967:
אין אַ רעדע צום פֿאָלק האָט פּרעמיער־מיניסטער לוי אשכּול געמאָלדן, אַז דאָס שליסן פֿון מצרים דעם טיראַן־דורכגאַנג שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ קאָנקרעטע מלחמה־דערקלערונג קעגן מדינת־ישׂראל.
די רעגירונג פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע האָט פֿאַרזיכערט מדינת־ישׂראל, אַז זי וועט שטיין בײַ איר זײַט...
פּרעזידענט נאַצער האָט געוואָרנט, אַז ער וועט ניט דורכלאָזן יעדע שיף וואָס וועט פּרוּוון קומען קיין ישׂראל איר צו הילף, אַז ער וועט בלאָקירן דעם סועץ־קאַנאַל און ניט דורכלאָזן אַזעלכע שיפֿן...
די ישׂראל־באַפֿעלקערונג הייבט אָן אַ מאַסן־אײַנקויף פֿון שפּײַז־אַרטקלען און אַלע מעגלעכע, נייטיקע באַדערפֿענישן. די מערסטע געשעפֿטן אין לאַנד ווערן שנעל אויסגעליידיקט...
עס ווערט דערקלערט אַן אַלגעמיינע מאָביליזאַציע פֿון די רעזערוו־כּוחות. די יוגנט און מיליטער־פֿעיִקע מענער וואָלונטירן אויסצופֿילן פֿאַרשיידענע זיכערהייט־ און סאָציאַלע פֿונקציעס...
אומעטום איבערן לאַנד גראָבט מען טראַנשייען און שוצקעלערס קעגן דעם שׂונאס כּוחות פֿון דער לופֿט און לאַנד...
2טער יוני 1967:
צוויי אַמעריקאַנער עראָפּלאַן־שיפֿן ברעכן די בלאָקאַדע אין סועץ־קאַנאַל, מיצרישע שיפֿן פֿאָלגן זיי נאָך מיט אונטערוואַסער־שיפֿלעך...
4טער יוני 1967:
כּדי צו פֿאַרפֿירן די מיצרים אין אַ טעות און אָפּשוואַכן זייער מילטערישע קאַמפֿס־גרייטקייט, באַפֿרײַט די ישׂראל־אַרמיי טויזנטער פֿון רעזערוו־זעלנער אויף אַ מכּלומרשטן אָפּרו...
5טער יוני 1967 — ערשטער טאָג פֿון מלחמה
7:45 אין דער פֿרי אַטאַקירן ישׂראל־עראָפּלאַנען די לופֿט־פֿעלדער פֿון דעם שׂונא במשך פֿון דרײַ שעה צײַט. עס ווערט טאָטאַל צעשטערט דער מיצרישער לופֿטפֿלאָט. מיטאָג־צײַט ווערט פֿאַרניכט דרײַ פֿערטל פֿון דעם סירישן לופֿטפֿלאָט און 10 עראָפּלאַנען פֿון דעם איראַקער לופֿטפֿלאָט.
בסך־הכּל האָט דער ישׂראל־לופֿטפֿלאָט פֿאַרניכט במשך פֿון טאָג 400 עראָפּלאַנען פֿון דעם דרײַפֿאַכיקן שׂונא!..
אויך אויף דער יבשה האָט זיך געעפֿנט דער פֿראָנט אין יענעם טאָג.
די ישׂראל־כּוחות דרינגען אַרײַן קיין עזה און האַלבאינדזל סיני. אין לויף פֿון טאָג הערן ניט אויף די סירענעס צו וואָיען... די באַפֿעלקערונג אין די אַטאַקירטע פּלעצער גייט אַרײַן אין די שוצקעלערס.
ראַקעטן און פֿײַער־באָמבעס פֿאַלן אויך אויף תּל־אָבֿיבֿ און אַנדערע פּלעצער און אין צענטער פֿון לאַנד. אין לויף פֿון דעם ערשטן מלחמה־טאָג, זענען אַרונטערגעשאָסן געוואָרן 19 עראָפּלאַנען פֿון דעם שׂונא, זייערע פֿלאָטן זענען אומגעקומען.
אין קיבוץ נחל־עוז און אין די ייִשובֿים נאָענט פֿון עזה־פּאַס, זענען געפֿאַלן מיצרישע ראַקעטן. (די אַלטע געשיכטע חזרט זיך איבער אין אונדזערע טעג...)
אין ירושלים, אין דער געגנט פֿון דער אַלטשטאָט, מוסררה (מוסראַראַ) און מאה־שערים זענען אומגעקומען און פֿאַרוווּנדעט געוואָרן עטלעכע מענטשן.
6טער יוני 1967 — די באַפֿרײַונג פֿון דער אַלטשטאָט ירושלים
די דעסאַנטן־איינהייט אונטער דער אָנפֿירונג פֿון גענעראַל מוטי גור האָט אַרומגערינגלט די אַלטשטאָט... אַלע אַרומיקע אַראַבישע דערפֿער זענען שוין באַהערשט פֿון דער ישׂראל־אַרמיי. זי האָט שוין פֿאַרנומען אַלע וועגן וואָס פֿירן צום הר־הצופֿים און העברעיִשן אוניווערסיטעט...
צענדליקער ישׂראל־זעלנער זענען אומגעקומען אין די קאַמפֿן אַרום "גבֿעת־התּחמושת", וואָס איז געווען אַ באַפֿעסטיקטע פּאָזיציע פֿון דער ירדנישער אַרמיי...
די ישׂראל־כּוחות האָבן באַקומען אַ באַפֿעל שטרענג אָפּצוהיטן די הייליקע היסטאָרישע, מוסולמענישע און אַנדערע מקומות...
ערשט מיטאָגצײַט האָבן די ישׂראל־כּוחות "אײַנגעשטילט" די באַשיסונגען פֿון די ירדנישע כּוחות אַרום ירושלים. במשך פֿון טאָג זענען אין מערבֿ טייל פֿון ירושלים אומגעקומען 12 ישׂראלים און אַרום 5,000 זענען לײַכט אָדער שווער פֿאַרוווּנדעט געוואָרן. אַ גרויסע צאָל פּריוואַטע און מוניציפּאַלע הײַזער זענען באַשעדיקט געוואָרן, ווי דער העברעיִשער אוניווערסיטעט, דער "הדסה"־שפּיטאָל, עטלעכע בתּי־כּנסת און אַ צאָל געזעלשאַפֿטלעכע אינסטיטוציעס.
7טער יוני 1967 — "הר־הבית בידינו! הכּותל־המערבֿי בידינו!"
די רעזערוו־איינהייט פֿון די דעסאַנטן מיט דעם גענעראַל מוטי גור בראָש האָט אין די פֿרימאָרגן־שעהען דורכגעבראָכן דעם טויער "שער־האַריות", איז אַרײַנגעדרונגען אין דעם מיזרח־טייל פֿון דער אַלטשטאָט און האָט באַפֿרײַט דעם כּותל־המערבֿי און דעם הר־הבית. דער עקסטאַז און די באַגײַסטערונג וואָס האָבן פֿאַרכאַפּט אַלע זעלנער, איז געווען אויסערגעוויינטלעך גרויס. דער רוח־הקודש און נשמה־ציטער וואָס האָבן באַהערשט אַלעמען אין דעם מאָמענט, ווען זיי האָבן דערהערט דורך דעם הילכער די שטימע און אויסגעשריי פֿון גענעראַל מוטי גור: "הר־הבית בידינו!!! אני חוזר! הר־הבית בידינו!!! הכּותל־המערבֿי בידינו!!! — דער הר־הבית איז אין אונדזערע הענט, איך חזר איבער: דער הר־הבית און דער כּותל־המערבֿי זענען אין אונדזערע הענט!!!"
טײַכן טרערן האָבן פֿאַרגאָסן די פֿאַרשטויבטע פּנימער פֿון די אָפֿיצירן און זעלנער, וואָס האָבן מיט בלוט און שווייס דערגרייכט דעם דאָזיקן היסטאָרישן זיג נאָך לאַנגע, ביטערע קאַמפֿן מיט דעם שׂונא. מיט די קעמפֿער איז אויך געווען דער הויפּט־רבֿ פֿון דער ישׂראל־אַרמיי, הרבֿ שלמה גורן, וועלכער האָט אַרויסגענומען דעם שופֿר, וואָס ער האָט געהאַט געטראָגן מיט זיך אין די קאַמפֿן. ער האָט געלאָזט הערן די תּקיעות, וואָס האָבן אויפֿגעציטערט די הערצער פֿון אַלעמען. פֿון נאָענט און ווײַט...
די זעלנער האָבן געזאָגט תּהילים, יזכּור און קדיש נאָך די געפֿאַלענע... דאָס בילד פֿון די וויינענדיקע זעלנער בײַם כּותל־המערבֿי איז פֿון דאַן אָן טיף פֿאַרקריצט אין זכּרון פֿון אַלעמען. פֿון דאַן אָן האָט זיך עס אויך פֿאַרוואַנדלט אין אַ סימבאָל פֿון דער זעקס־טאָגיקער מלחמה, און פֿון דער באַפֿרײַונג פֿון דער אַלטשטאָט פֿון ירושלים.
עס האָט לאַנג ניט געדויערט, ווי עס זענען אָנגעקומען צום כּותל דער פּרעמיער־מיניסטער לוי אשכּול, דער פֿאַרטיידיקונג־מיניסטער משה דיין, דער הויפּט פֿון גענעראַל־שטאַב גענעראַל־לייטענאַנט יצחק ראַבין און דער הויפּט פֿון צענטראַל־פֿראָנט גענעראַל־מאַיאָר עוזי נאַרקיס.
יצחק ראַבין האָט דערקלערט אין יענעם רירנדיקן מאָמענט: "איך בין געבוירן אין ירושלים. איך האָב געקעמפֿט אין דער באַפֿרײַונג־מלחמה אין 1948, אָבער דער אַרײַנמאַרש פֿון אונדזערע זעלנער אין דער אַלטשטאָט דריקט אויס מער פֿון אַלץ די גרעסטע באַלוינונג".
גענעראַל משה דיין האָט דערקלערט בײַ אַ ספּעציעלער פּרעסע־קאָנפֿערענץ, אַז "מיר האָבן זיך אומגעקערט צוריק צו אונדזערע הייליקע פּלעצער, כּדי אויף אייביק ניט שיידן זיך פֿון זיי..."
גענעראַל מוטי הוד, דער הויפּט פֿון ישׂראלס לופֿטפֿלאָט, האָט באַריכט, אַז צה"ל האָט פֿאַרניכט 440 עראָפּלאַנען פֿון דעם שׂונא, ווען מיר האָבן אַטאַקירט און באַשעדיקט 28 לופֿטפֿעלדער אין מצרים, סיריע און איראַק.
15טער יוני 1967 — שבֿועות בײַם כּותל־המערבֿי
אַ פֿערטל מיליאָן מענטשן פֿון גאַנצן לאַנד זענען שבֿועות עולה־רגל געווען צו דער באַפֿרײַטער ירושלים. ניט געקוקט אויף דער פֿאַראָרדענונג פֿון דער מיליטער־אַדמיניסטראַציע ניט אַרײַנצוגיין אין די שמאָלע געסלעך פֿון דער אַלטשטאָט, האָבן די מאַסן דאָך עולה־רגל געווען דורך זיי, צום הר־הבית און כּותל־המערבֿי.
זיי זענען אַרויפֿגעפֿאַלן אויף די אַלטע שטיינער פֿון כּותל, זיי געקושט און באַגאָסן מיט הייסע טרערן, מאַכנדיק די טראַדיציאָנעלע ברכה "שהחיינו..."
"ירושלים של זהבֿ"
דאָס ליד פֿון נעמי שמר "ירושלים של זהבֿ", וואָס זי האָט געהאַט פֿאַרפֿאַסט נאָך פֿאַר דעם קריג, פֿאַר אַ געזאַנג־פֿעסטיוואַל, איז אין דער אויספֿירונג פֿון דער זינגערין שולי חן פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ הימען פֿון נצחון, וואָס די זעלנער האָבן אויסגעזונגען מיט פֿאַרוויינטע אויגן בײַם כּותל־המערבֿי.
מיט דער צײַט איז דאָס ליד "ירושלים של זהבֿ" אַדאָפּטירט געוואָרן פֿון אַלע שיכטן פֿון דער באַפֿעלקערונג, ווי דער הימען פֿון דער באַפֿרײַטער, פֿאַראייניקטער שטאָט ירושלים בכלל. אָט איז די ייִדישע איבערזעצונג פֿון דעם דאָזיקן ליד, געמאַכט פֿון לייב אָליצקי:
ירושלים של זהבֿ
פֿון נעמי שמר
לויטער קלאָר ווי ווײַן דײַן באַרגלופֿט
וואָס טראָגט ווי אַ געזאַנג
דעם אָוונטווינט, מיט דופֿט פֿון סאָסנעס,
באַגלייט דורך גלאָקנקלאַנג.
איינזאַם ליגט די שטאָט פֿון שלום
פֿאַרשוועכט פֿון שׂונאס האַנט
געפֿאַנגען ביסטו אין דײַן חלום
און דאָך אין האַרץ אַ וואַנט.
ירושלים של זהבֿ
פֿון גאָלד און קופּער און פֿון שטיין,
איך וועל פֿאַר אַלע לידער דײַנע
אַ פֿידעלע זײַן.
צו דיר כ'וועל קומען פֿון דער ווײַטן
דאָס איז מײַן האַרץ־געבאָט
דער שופֿר רופֿט פֿון הר־הבית
עס רופֿט די אַלטע שטאָט.
אויך קיין יריחו קומען וועל איך
אין אָפּשײַן פֿון דײַן פּראַכט
און טובֿלען זיך אין ים־המלח
אין שאָטן פֿון דער נאַכט.
ירושלים של זהבֿ
פֿון גאָלד און קופּער און פֿון שטיין,
איך וועל פֿאַר אַלע לידער דײַנע
אַ פֿידעלע זײַן.
און ווען איך וועלן מײַן ליד דיר זינגען
און אָנטאָן דיר אַ קרוין.
צו קליין בין איך צווישן דײַנע קינדער,
איך זאָל דײַן דיכטער זײַן.
ווײַל ס'ברענט דײַן נאָמען מיך מיט פֿײַער
ווען נאָר געקושט דיך כ'וואָלט.
כ'פֿאַרגעס דיך ניט, ירושלים
דײַן קלאַנג וואָס איז פֿון גאָלד.
ירושלים של זהבֿ
ושל נחושת ושל אור,
הלא לכל שירייך
אני כּינור.