ליטעראַטור
Michael Stanislawski. A Murder in Lemberg: Politics, Religion, and Violence in Modern Jewish History. Princeton: Princeton University Press, 2007.
Michael Stanislawski. A Murder in Lemberg: Politics, Religion, and Violence in Modern Jewish History. Princeton: Princeton University Press, 2007.

דעם 6טן סעפּטעמבער פֿון 1848 איז אין לעמבערג פּלוצעם געשטאָרבן דער באַקאַנטער ליבעראַלער ראַבינער אַבֿרהם כהן (קאָן). די עסטרײַכישע פּאָליציי האָט גלײַך חושד געווען אַ מאָרד און געכאַפּט עטלעכע פֿרומע ייִדן. מען האָט גיך פֿעסטגעשטעלט, אַז איינער אָּבֿרהם בער פּילפּעל האָט זיך אַ ווײַלע געדרייט אין דער קיך פֿון כּהנס דירה, בעת די קעכין האָט געקאָכט דאָס מיטיק־עסן. מען איז געווען זיכער, אַז פּילפּעל האָט אַרײַנגעגאָסן אַרסעניק אינעם טעפּל מיט זופּ, וואָס האָט אָפּגעסמט די גאַנצע משפּחה. כּהן און זײַן טאָכטער זײַנען געשטאָרבן, אָבער זײַן פֿרוי און אַנדערע קינדער זײַנען פֿאַרבליבן בײַם לעבן. פּילפּעל איז פֿאַרמישפּט געוואָרן צום טויט, אָבער דער קאַסאַציע־געריכט האָט באַשלאָסן, אַז מען האָט ניט גענוג באַווײַזן, און האָט אים באַפֿרײַט.

די דאָזיקע טראַגישע געשיכטע איז געווען לאַנג באַקאַנט צווישן די ייִדישע היס­טאָריקער, אָבער, ווי עס באַמערקט פּראָפֿע­סאָר מײַקל סטאַניסלאַווסקי אין זײַן בוך, האָט מען וועגן דעם גערעדט אָפּגעהיט. מען האָט אויסגעמיטן צו באַהאַנדלען דעם דאָזיקן פֿאַל ווי אַ פּאָליטישן מאָרד, און בפֿרט צו באַשולדיקן די אָרטאָדאָקסישע קהילה אין אָפּסמען אַ ליבעראַלן ראַבינער. מער ווי הונדערט און פֿופֿציק יאָר שפּעטער האָט סטאַניסלאַווסקי באַשלאָסן אויסצופֿאָרשן דעם ענין פֿון דאָס נײַ; דאָס מאָל אין דער שײַן פֿון די נײַ־געפֿונענע געריכט־דאָקו­מענטן אינעם לעמבערגער שטאָטישן אַרכיוו.

אויפֿן סמך פֿון די דאָזיקע מקורים קומט סטאַניסלאַווסקי צו אַ באַשלוס׃ אַפֿילו אויבֿ מען קאָן ניט זײַן אַבסאָלוט זיכער, אַז דווקא פּילפּעל האָט אַרײַנגעגאָסן דעם סם אינעם טעפּל, איז ניט קיין ספֿק, אַז דאָס איז געווען אַ פּאָליטישער מאָרד. ווי אַ היסטאָריקער, איז סטאַניסלאַווסקי פֿאַראינטערעסירט ניט אַזוי אין דעם פֿאַל גופֿא, נאָר אין זײַן ברייטערן היסטאָרישן באַטײַט. און ער קומט צו אַ ווײַטערן אויספֿיר, אַז "קאָנס מאָרד איז געווען אַ וויכטיקער קערפּונקט אין דער ייִדישער געשיכטע". ביז דעמאָלט, איז דאָס איינציקע פֿאַרברעכן, באַגאַנגען אין דער ייִדישער קהילה און באַשטראָפֿט מיט טויט, געווען דאָס צוטראָגן דער מלוכה אויף ייִדן. עס זײַנען פֿאַראַן עטלעכע באַקאַנטע פֿאַלן, ווען ייִדן האָבן געהרגעט אַנדערע ייִדן ווי מוסרים.

אָבער אַ מאָרד מיט פּאָליטישע אָדער רעליגיעזע מאָטיוון איז געווען אוממעגלעך. שרײַבנדיק זײַן בוך נאָך דעם מאָרד פֿון יצחק ראַבין אין תּל־אָבֿיבֿ אין 1995, איז סטאַ­ניסלאַווסקי, נאַטירלעך, באַזאָרגט מיט דער פֿראַגע פֿון דעם היסטאָרישן "יחוס" פֿון פּאָליטישע אַטענטאַטן אין דער ייִדישער געשיכטע. עס באַקומט זיך, לויט זײַן בוך, אַז די וואָרצלען פֿון דער דאָזיקער "טראַדיציע" ליגן באַגראָבן אין לעמבערג.

דאָס בוך באַשטייט פֿון צוויי טיילן. אינעם ערשטן טייל באַשרײַבט דער מחבר דעם היסטאָרישן און קולטורעלן קאָנטעקסט, דערציילט קאָנס ביאָגראַפֿיע, און מאַכט אַן איבערזיכט פֿון פֿאַרשידענע גרופּעס און שטרעמונגען פֿונעם ייִדישן לעמבערג פֿון יענער תּקופֿה. דער דאָזיקער טייל איז אויס­גע­רעכנט אויף אַן אַלגעמיינעם לייענער, וועל­כער האָט אַ קנאַפּן פֿאַרשטאַנד פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער געשיכטע. דער צוויי­טער טייל איז מער ספּעציפֿיש׃ דאָ רע­קאָנ­סטרויִרט סטאַניסלאַווסקי דעם פֿאַר­פּלאָנ­טערטן געריכט־פּראָצעס אויפֿן סמך פֿון פֿי­ל­צאָ­ליקע אַרכיוואַלע דאָקומענטן. ער ברענגט אַ סך פּרטים, וועלכע זײַנען געווען אַוודאי וויכ­טיק פֿאַרן געריכט, אָבער דער הײַנ­טי­קער לייע­נער קאָן זיך לײַכט פֿאַרלירן אין זיי.

חוץ דעם היסטאָרישן און יורידישן אַספּעקט, האָט דאָס בוך אַן אויסגע­שפּראָ­כענעם פּאָליטישן מיין. דעם מחברס סימפּאַ­טיעס זײַנען אויפֿן צד פֿונעם אָפּגעסמטן ראַבינער אַבֿרהם קאָן, און ניט נאָר, ווײַל ער איז געווען דער קרבן פֿונעם שרעק­לעכן פֿאַרברעכן. קאָן פֿאַרקערפּערט די פּראָ­גרע­סיווע מערבֿדיקע קולטור, וועלכע ראַנגלט זיך קעגן דער פֿינצטערניש פֿון דער גאַליציאַנער אָרטאָדאָקסיע. דער קאָנ­פֿליקט צווישן דעם אַלטן שטייגער און דער השׂכּלה האָט ראַדיקאַליזירט די סאַמע קאָנסערוואַטיווע שיכטן פֿונעם טראַדי­ציאָנעלן ייִדנטום. אין זייער קאַמף קעגן דער מאָדערניזאַציע האָבן זיי גענוצט מאָדער­נע פּאָליטישע מיטלען און געשאַפֿן שותּפֿותן מיט אַנדערע קאָנסערוואַטיווע כּוחות — מאָנאַרכיסטן, נאַציאָנאַליסטן און קריסטן.

אזוי אַרום, טענהט סטאַניסלאַווסקי, זײַ­נען דווקא די רײַכע פֿירער פֿון דער לעמ­בערגער קהילה געווען קעגן דעם, אַז די עסטרײַ­כישע רעגירונג זאָל אָפּשאַפֿן די ספּע­ציעלע ייִדישע שטײַערן און געבן די ייִדן גלײַכע רעכט מיט אַנדערע בירגער פֿון דער אימפּעריע, ווײַל דעמאָלט וואָלטן זיי פֿאַרלוירן אי זייער פּרנסה, אי זייער קאָנטראָל איבער דער ייִדישער באַפֿעלקערונג. קאָן און זײַנע אָנהענגער, די נײַע ליבעראַלע בורזשואַזיע, זײַנען געוואָרן דער הויפּט־שׂונא פֿון דער קאָנסערוואַטיווער אָליגאַרכיע.

סטאַניסלאַווסקי באַרירט די היסטאָרישע און פּאָליטישע פּראָבלעמען, וועלכע בלײַבן אַקטועל ביז הײַנט, און ברענגט אַרײַן וויכ­טיקע נײַע מקורים. אָבער ער באַ­האַנדלט זיי אַ ביסל אויבנאויפֿיק. זײַן היס­טאָרישער איבערזיכט איז צו קורץ און צו סכעמאַטיש, און שאַפֿט ניט קיין פֿול בילד פֿונעם ייִדישן לעבן אין לעמבערג פֿון דער ערשטער העלפֿט 19טן יאָרהונדערט. ער האָט פֿאַרפֿעלט אַ גינסטיקע געלעגנהייט צו נוצן צוויי וויכטיקע ליטעראַרישע מקורים, די קאָמעדיעס "סערקעלע" פֿון שלמה עטינ­גער און "די גענאַרטע וועלט״ פֿונעם אַנאָנימען מחבר. דאָס איז אַ שאָד, ווײַל איצט דאַרף דער ענגלישער לייענער וואַרטן נאָך כּמה יאָרן, ביז מען וועט באַקומען אַ היסטאָרישע אינטערפּרעטאַציע פֿון די דאָזיקע וויכטיקע ווערק פֿון דער ייִדישער השׂכּלה־ליטעראַטור.

לעבמערג איז די איינציקע שטאָט וווּ עס אַנטוויקלען זיך די געשעענישן פֿון צוויי וויכטיקע ווערק פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור פֿון דער השׂכּלה־תּקופֿה. די ייִדישע קאָמעדיעס אַנטהאַלטן אַ שלל מיט סאָציאַל־היסטאָרישן מאַטעריאַל, וואָס וואַרט אויף זײַן פֿאָרשער זינט די 1930ער יאָרן. דאָס איז דער איינציקער מקור, וואָס לאָזט הערן רעאַלע ייִדישע שטימען פֿון יענער תּקופֿה, און ניט אירע אָפּהילכן אויף אַנדערע שפּראַכן.