פּובליציסטיק

אין די זעכציק יאָר פֿון איר עקזיסטענץ, האָט שוין די ייִדישע מדינה געפּאָקט און געמאָזלט, געטאַפּט אַ וואַנט, אַדורכגעמאַכט היסטאָרישע ערד־ציטערנישן און, על־פּי נס, ניצול געוואָרן. ייִדן האָבן געגלייבט, אַז נאָך אַזאַ בלוטיקן חורבן, נאָך אַזאַ ריזיקער קאַטאַסטראָפֿע וואָס איז באַפֿאַלן אונדזער פֿאָלק, וועט די וועלט אײַנשטילן אירע מער­דערישע נטיות, און איין מאָל פֿאַר אַלע מאָל אָפּלאָזן די רעשטלעך פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אויסצולעבן זיך רויִק, בשלום־ושלווה אין זייער אייגן שטיקל ווינקל. מדינת־ישׂראל האָט זיך געשטעלט בויען אַ נײַעם ייִדישן וועלט־באַשאַף, מיט אַ נײַער לבֿנה וואָס מען האָט אַרויסגעהאָנגען אָנצוזאָגן די בשׂורה, אַז מיר פֿײַערן חנוכּת־הבית אויף די אייגענע פֿיר אײַלן. מיט זעכציק יאָר צוריק האָט די מדינה פֿון זיך אָפּגעשאָקלט דעם ייִדישן ייִאוש, און איז גרייט געווען צו פּראַווען אַ ייִדישן מלכות. ס'האָט זיך אונדז געדאַכט אַז סוף־כּל־סוף וועלן זיך די פֿעלקער אוטישען (אײַנשטילן) און אָפּלאָזן רודפֿן אַ גערודפֿט פֿאָלק. נישט־געשטויגן נישט־געפֿלויגן. איצט זײַנען מיר איזאָלירט, אַרומגערינגלט פֿון אַלע זײַטן מיט שׂונאי־ישׂראל, און מיר זיצן אויף פּולווער. גיי ווייס אַז מיטן מאָמענט וואָס מיר האָבן דערקלערט אונדזער אומאָפּהענגיקייט, אַזוי האָבן זעקס אַראַבישע אַרמייען באַפֿאַלן דאָס קליינע מדינהלע, מיטן ציל זי צו פֿאַרניכטן. קוים פּטור געוואָרן פֿון היטלערן, זײַנען אויף זײַן אָרט אויסגעוואַקסן נײַע פֿאַרטרעטער: אין איראַן — מאַכמוד אַכמאַדינעדזשאַד, וואָס ער וויל אָפּווישן ישׂראל פֿון דער וועלט­מאַפּע; אין לבֿנון — כאַסאַן נאַסראַלאַ מיטן שטערנדל אין דער פֿערטל לבֿנה, וואָס שטעלט מיט זיך פֿאָר "כעזבאָלאַ", און "כאַמאַס" אין עזה. מיט איין וואָרט, זיי שאַרפֿן זיך די אויס­געשטשירעטע ציין מיט האַק­מע­סערס. זיי ווייסן אָבער נישט, אַז דאָס מאָל וועט עס זיי נישט אָפּגיין אַזוי גלאַטיק. אויב עפּעס געשעט, חלילה, מיט דער מדינה, איז דער גאַנצער מערבֿ אײַנגע­שטעלט. די מדינה האַלט דעם שליסל צו דער וועלטס וווילזײַן.

פֿרעגט זיך די פֿראַגע, איז עס בכלל מעגלעך אַז די גרויסקייט פֿון אונדזער פֿאָלק זאָל זיך קענען פּאָמיעשטשען (אַרײַנפּאַסן) אין אַזאַ קליין לענדעלע? וואָלט מען דאָך געמיינט אַז פֿון אינעווייניק, אין די טיפֿע­נישן פֿון ייִדישן מהות, איז קאָשקעלעך גדולות? הייבט זיך נישט אָן און ס'לאָזט זיך נישט אויס. אינעווייניק פֿוילט די פּאָליטיק צוזאַמען מיט די פּאָליטיקער, און מיט דער גאַנצער מישקע־מאָשקעס ווערטשאַפֿט. אָבער נישט געקוקט אויף דעם אַלעם, בליט די מדינה. עס בליט די נאַטור, עס בליִען די שטעט און עס בליִען די קינדערלעך. כּן־ירבו. דאָ וועיעט נאָך יעדן חמסין אַ שטויב־מבול מיטן בראשיתדיקן האָגל, און באַלד קען זיך די זון קיין אָרט נישט געפֿינען. אָט זײַנען מיר קאָסע־נאַ־קאַמיען, און אָט באַלד קושט מען זיך אין די פּיסקלעך. יעדער איינער איז גרייט דיך צו דערטרינקען אין אַ לעפֿל וואַסער, און יעדער איינער איז גרייט אין צײַט פֿון סכּנה אײַנשטעלן זײַן לעבן און גיין אויף מסירת־נפֿש פֿאַר דיר און פֿאַר דער מדינה. בשעת אַן אָנפֿאַל איז מען איין ייִדיש פֿאָלק. ווי נאָר עס שטילט זיך אַ טראָפּעלע אײַן, שפּאַלט מען זיך אין צענדליקער ברוכס אַן אויסטערליש פֿאָלק — מיר ייִדן. אַן אומגליקלעך פֿאָלק, אַ פֿאָלק וואָס שעפּט נאָך אַלץ פֿון שלמה המלכס חכמה־גיטער, און אַ פֿאָלק מיט אַ לאָך אין דער השׂכּלה, אַ פֿאָלק וואָס לעבט מיט גאָט־נאָענטקייט, און אַ פֿאָלק וואָס לײַדט פֿון גאָט־ראַנגלענישן און אומאויסשעפּלעכער תּאווה צו פּאָליטישע אַוואַנטורעס. אַ פֿאָלק וואָס מאַכט שבת פֿאַר זיך, פֿאַרמאַטערט פֿון אייגענעם כאַראַקטער, מיט אַ ריטעם פֿון אינערלעכע ראַנגלענישן. אַ פֿאָלק וואָס האַלט אין איין זוכן דעם אייבערשטן, און אַ פֿאָלק וואָס צווייפֿלט און האָט ספֿקות אין סאַמע עיקר. אַ פֿאָלק וואָס קען בשום־אופֿן נישט פֿאַרשטיין כבֿיכולס קאַטאָוועסלעך, וואָס אָט פּראַוועט ער אַ וויסטן געווירבל און אָט קרוינט ער אונדז מיט נצח־ישׂראל.

זעכציק יאָר מדינת־ישׂראל. אַ מיניאַטור־יובֿל מיט מאָנומענטאַלע היסטאָרישע יאָר­טויזנטער אונטער זיך. אַבֿרהם אָבֿינוס אייניק­לעך און משה רבינוס סאָלדאַטן, קערן זיך אום פֿון די הרי־חושך, און לאָמיר נישט אַוועקמאַכן מיט דער האַנט דעם פֿאַקט אַז מיר האָבן לאַנג געטראָגן דעם באַרג סיני אויף אונדזערע ביינערדיקע פּלייצעס, אַ פֿאָלק וואָס טראָגט זיך נאָך אַרום מיטן גערוך פֿון ברענענדיקן דאָרן אויפֿן וועג צו די קאַלכאויוונס. זײַנען מיר ס'רובֿ געווען אַ גלות־פֿאָלק סײַ אין מצרים און סײַ אין מידבר — אָן אַ מדינה, און אָן אַ כּנסת. אויסער ווען מיר האָבן אײַנגענומען כּנען, ביזן ערשטן חורבן בית־המיקדש אין 586 פֿאַר אונדזער צײַט־רעכענונג, זײַנען מיר מיט אַ מאָל און אפֿשר נישט מיט אַ מאָל גע­וואָרן אַ גלות־פֿאָלק — אין בבֿל, אָן אַ מדינה און אָן אַן אייגענעם כּותל און אָן אייגענע העליקאָפּטערס. און ווען דער צווייטער בית־המיקדש איז געפֿאַלן אין 70 אונדזער צײַט־רעכענונג, זײַנען מיר ווידער אַ מאָל געוואָרן אַ גלות־פֿאָלק מיט אַ וועלט־קאַריערע. מיר האָבן אויפֿגעטאָן וווּנדער איבער וווּנדער אין דעם צו מאָל פֿאַרשריגענעם גלות, צי דאָס איז געווען די תּורה מיט די עשׂרת־הדיברות וואָס מיר האָבן באַקומען אין גלות־סיני, צי דער תּלמוד־בבֿלי, וואָס מיר האָבן געשליפֿן אין גלות־בבֿל, ביז רש"י (רבי שלמה יצחקי) אין גלות־פֿראַנקרײַך, יוסף בן־מתּתיהו הכּהן (יאָסעפֿוס פֿלאַוויוס), וועלכער איז פֿון ירושלים אַריבער קיין רוים און דאָרט מחבר געווען זײַנע מאָנומענטאַלע היסטאָרישע ווערק, צווישן זיי "די ייִדישע מלחמות". און ווײַטער ציט זיך די גאָלדענע קייט — רמב"ם (רבי משה בן־מימון) איז געבוירן און געשאַפֿן זײַנע ווערק אין גלות־שפּאַניע. יהודה הלוי, דער באַזינגער פֿון דער גאָלדענער תּקופֿה, אין גלות־שפּאַניע, און וואָס האָבן זײַנע פֿאַרבענקטע לידער באַזונגען — ארץ־ישׂראל. טעאָדאָר הערצל האָט זײַן חלום געשפּינט אין גלות־עסטרײַך. אונדזערע קלאַסיקער האָבן געשאַפֿן אין גלות־פּוילן, גלות־אוקראַיִנע און גלות־רוסלאַנד. דוד בן־גוריון (גרין) האָט זײַנע ציוניסטישע טעאָריעס פֿאַרטראַכט אין גלות־פּוילן. גאָלדע מאיר — אין גלות־אַמעריקע. אונדזער גלות איז ממש אַן אומאויסשעפּלעכער קוואַל, און אונדזער אייביקע שבֿועה האָט צוגעזאָגט: "אם אשכּח ירושלים... אויב איך וועל דיך פֿאַרגעסן ירושלים — זאָל אָפּדאַרן מײַן רעכטע האַנט", און געזונגען דאָס געזאַנג "בשנה הבאה בירושלים הבנויה".

אין גלות האָבן מיר אויך געשאַפֿן אַ וועלט מיט ייִדישע שפּראַכן. צווישן זיי: לאַדינאָ און ייִדיש. און אַזוי ווי קיין לאדינאָ קען איך נישט, בין איך אַ בעלנטע צו זינגען זמירות און אָפּגעבן כּיבודים מאַמע־לשון. און פֿאַרשטייט זיך אַז מיר האָבן די לעצטע טויזנט יאָר געשלעפּט לשון־קודש קאַפּעטשעליע, אויף די אַקסלען פֿון ייִדיש, ביז מיר האָבן עס דערשלעפּט צו אונדזער אויסגעחלומט שטיקל יבשה אין ארץ־ישׂראל, וווּ לשון־קודש איז מגולגל געוואָרן אין מאָדערנעם עבֿרית, מיט שפּאָגל נײַע טריט. דער פֿאַקט וואָס די ייִדישע מדינה האָט דעם גלות אָפּגעוואָרפֿן און אָפּגענייגט, האָט זי זיך אַליין אָפּגעטאָן אַ שאָדן און אַ רעה. אַ ריזיקן שאָדן, ווײַל עבֿרית איז איצט ערשט זעכציק יאָר אַלט, אַן עופֿעלע צווישן שפּראַכן. דער קולטור־באַגאַזש איז געבליבן הענגען אין אַ רוקזאַק אויף די ייִדישע אַקסלען אַרום דער וועלט. מײַן פֿרייד מיט דער מדינה איז אַ צווייטײַטשיקע. איך האָב פֿאַרזוכט דעם טעם און דעם ריח פֿון ארץ־ישׂראל, אָפּגעגעבן איר צען יאָר פֿון אונדזער לעבן, אַפֿילו געבוירן דאָרט אַ סברהלע, מײַן בנימעלען. איז די מעשׂה אַזאַ. אַזוי ווי מיר זײַנען געווען געוווינט צו לעבן אין גלות צווישן גויים צוויי טויזנט יאָר צײַט, האָבן מיר אײַנגעהאַלטן אונדזערע טעמפּעראַמענטן אויף וויפֿל ס'האָט זיך געלאָזט און אויף וויפֿל ס'איז געווען מעגלעך. נאָך אַלעמען, מ'איז געווען בײַ זיי אויף אייגענע קעסט. הײַנט, אַז מיר לעבן צווישן זיך אַליין, איז דער שטרויענער הוט — אַ צילינדער. דאָ קענען מיר צעשפּרייטן די אָרעמס, אַרויפֿוואַליען די פֿיס אויפֿן שרײַבטיש, און לאָזן אין גאַנג אונדזערע הייסע טעמפּעראַמענטן. צווישן זיך קענען מיר טאָן אַלץ וואָס אין קאָרט שטייט. מיר האָבן אויסגעשפּאַנט אונדזער שרעק און אונדזער מורא פֿאַרן פֿרעמדן, און זיך געלאָזט וווילגיין אין אייגענעם לאַנד.

הייסט עס אַז אין זכות פֿון דער "יו־ען", אין זכות פֿונעם פּרעזידענט טרומאַן און אין זכות פֿון די זעקס מיליאָן קדושים איז געשען אַ נס, און מיר האָבן זיך דאָביוועט צו אַן אייגענער מדינה. יענעם מאָמענט, דעם 14טן מײַ 1948, זײַנען מיר געוואָרן איין פֿאָלק, מיט איין אָטעם, מיט אַן אַהבֿת־ישׂראל, ווי איינער וואָס האָט געבלאָנדזשעט צווישן בין־השמשותן, אין אַ פּוסטיניע, אָן מים־חיים, אָנעם שופֿר־של־משיח, צווישן וועלף און צווישן רויבפֿייגל. אויסגעמוטשעטע און אויסגעמאַטערטע זײַנען מיר דערגאַנגען, דערשלאָגן זיך צום לאַנד פֿון חלבֿ־ודבֿש, פֿון צפּיחת בדבֿש, פֿון מאַרצעפּאַנעס, פּאַל­מעס, טייטלען און באָקסער. ווי אַזוי האָבן די ייִדן אין די שטעטלעך, דערפֿלעך און ייִשובֿים ליב געהאַט די הייליקע ערד? זיי פֿלעגן אָפּקויפֿן אַ זעקעלע ארץ־ישׂראל־ערד וואָס אַ משולח פֿלעגט זיי ברענגען צו פֿירן אַזש פֿון דער מערת־המכפּלה. אַזאַ ייִד איז גע­ווען גליקלעך, ווײַל ער איז געווען פֿאַר­זאָרגט אויף קבֿורה מיט אַ זעקעלע ארץ־ישׂראל־ערד.

אָבער איך בין דאָך דאָ געקומען אויס­זינגען מײַן שיר־השירים אונדזער מדינהלע, אונדזער אויסגעטרוימט לענדעלע וואָס ציט זיך נאָך פֿון די צײַטן פֿון אונדזערע אָבֿות און אמהות, אונדזערע נבֿיאים און מלכים. איין קלייניקייט, ווי האָבן מיר זיך דערשלעפּט פֿונעם גלות ביז אַהער? ממש אַ נס. כאָטש איך גלייב נישט אין קיין נסים, האָב איך ליב די מדינה. מײַן פֿראַגע איז אָבער אַן אַנ­דערע — האָט די מדינה מיך ליב? איז עס אַן איינזײַטיקע ליבע? צו פֿרי צו וויסן, ווי האָט אַמאָל געשריבן מרדכי צאַנין אין זײַן אַר­טיקעלע אין "אונדזער צײַט". איך גע­דענק נאָך אַלץ דעם זינען דערפֿון. ער האָט דערקלערט אַז די מדינה, צו אירע דרײַסיק יאָר פֿון עקזיסטענץ, איז געגליכן צו אַ פּאַווע. ווען דער פֿויגל טוט אַ קוק אויף זײַנע פֿיל־קאָלירטע פֿעדערן, צעגייט ער זיך פֿאַר נחת־רוח און שטאָלץ. אָבער ווען ער גיט אַ קוק אויף זײַנע הינערשע פֿיסלעך, ווערט אים ביטער אויף דער נשמה. און איך זאָג אַז מדינת־ישׂראל צו די זעכציק איז געגליכן צו אַ פֿעניקס, אַ מיטאָלאָגישן פֿויגל וואָס לעבט טויזנט יאָר און אויף דער עלטער ווערט ער פֿאַרצוקט פֿון אייגענעם פֿײַער, און באַלד שטייט ער אויף תּחית־המתים און לעבט ווײַטער אַ טויזנט יאָר. מײַן וווּנטש צו דער מדינה קומט פֿון גאַנצן האַרצן. זי זאָל דערלעבן אַריכות־ימים ביז די ימי־המשיח, אָמן!