פּאָליטיק

עס איז גוט באַקאַנט וואָס אַבא אבֿן האָט געזאָגט וועגן די אַראַבער, אַז "קיינמאָל פֿאַרזעען זיי נישט קיין געלעגנהייט צו פֿאַרזען אַ געלעגנהייט". דעם זעלבן געדאַנק האָט זייער דערפֿאָלגרײַך אוסגעדריקט אַ לבֿנונער אינטעלעקטואַל און שרײַבער, סע­סיל כוראַני, נאָך דער זעקס־טאָגיקער מלחמה. ער האָט געשריבן: "מיר, אַראַבער, האָבן אַ פּסיכאָלאָגישע שוואַכקייט; וואָס מיר גלײַכן נישט, מאַכן מיר דעם אָנשטעל, אַז דאָס עקזיסטירט נישט. דעריבער, נאָך יעדן דורכ­פֿאַל האָבן מיר חרטה וואָס מיר האָבן נישט מסכּים געווען מיט אַ סיטואַציע וואָס עקזיסטירט נישט מער. אין יאָר 1948 האָבן מיר באַדויערט, וואָס מיר האָבן נישט מסכּים געווען מיטן חלוקה־פּלאַן פֿון ארץ־ישׂראל אין 1947. אין מײַ 1967, האָבן מיר פּרובירט זיך צוריקקערן צו דער לאַגע וואָס האָט עקזיסטירט אין אָקטאָבער 1956 פֿאַר דער סועץ־מלחמה. הײַנט, וואָלטן מיר געווען גליקלעך, און דאָס איז פֿאַקטיש וואָס מיר פֿאַרלאַנגען אין דער "יו־ען", זיך צוריקקערן צו דער לאַגע פֿון פֿאַרן 5טן יוני 1967. נאָך יעדער מפּלה האָבן מיר אַ נײַע חרטה און אַ נײַע בענקשאַפֿט, אָבער עס ווײַזט אויס, אז מיר לערנען קיינמאָל נישט קיין לעקציע".

עס איז קיין צווייפֿל נישט, אַז מיר וואָלטן געקאָנט באַנוצן סעסיל כוראַניס ווערטער אויך לגבי אונדז. נישט איינמאָל האָבן מיר חרטה געהאַט אין די 60 יאָר פֿון אונדזער עקזיסטענץ אויף זאַכן, וועגן וועלכע מיר האָבן נישט געלערנט קיין לעקציע. אָבער אַרײַנ­גייענדיק אין 61סטן יאָר פֿון אונדזער אומאָפ­ּהענ­גיקייט, וויל ישׂראל יאָ פֿאַרריכטן אַ פֿעלער וואָס טעאָדאָר הערצל האָט, לויט שמעון פּערעסן, געמאַכט מיט 111 יאָר צוריק. אין אַן אינטערוויו פֿאַר אַ פֿראַנצויזישער צײַטונג, האָט אונדזער פּרעזידענט, שמעון פּערעס, זיך אויסגעדריקט: "טעאָדאָר הערצלס וויזיע האָט דערבראַכט צו דער שאַפֿונג פֿון אַן אומאָפּהענגיקער ייִדישער מדינה, וואָס האָט איבערגעשטיגן אַלע זײַנע טרוימען, אָבער ער האָט נישט גענומען אין חשבון די עקזיסטענץ פֿון אַן אַנדער פֿאָלק, און עס איז איצט די צײַט צו פֿאַרריכטן דעם דאָזיקן פֿעלער און אויפֿשטעלן אַן אומאָפּהענגיקע פּאַלעסטינער מדינה. עס איז אין ישׂראלס אייגענעם אינטערעס מיר זאָלן דערגרייכן אַ שלום אויף דער באַזע פֿון צוויי סעפּאַראַטע בליִענדיקע, מאָדערנע, דעמאָקראַטישע און פּראָספּערירנדיקע מדינות".

מײַן פֿאָריקן אַרטיקל וועגן ישׂראלס פֿאַרהאַנדלונגען מיט די פּאַלעסטינער האָב איך פֿאַרענדיקט מיט די ווערטער, אַז אויב דער רעזולטאַט פֿון די פֿאַרהאַנדלונגען וועט זײַן די שאַפֿונג פֿון אַן אומאָפּהענגיקער פּאַ­לעסטינער מדינה, וועט ישׂראלס הויפּט זיכער­קייט־פּראָבלעם זײַן צו האָבן זיכערע גרענעצן. דאָס איז די פּאָזיציע פֿון דער אַרמיי און די זיכערקייט־אָרגאַנען. אָבער לויט שמעון פּערעסן, האָבן הײַנט די גרע­נעצן פֿאַרלוירן אַ סך פֿון זייער ווערט. וועדליק פּערעס האַלט, קאָנען מער די גרענעצן אונדז נישט פֿאַרטיידיקן קעגן עקאָנאָמישע שטראָמען, ווײַל די עקאָנאָמיע איז איצט אַ גלאָבאַלע, באַזירט אויף וויסנשאַפֿט און טעכנאָלאָגיע.

מערק זענען וויכטיקער פֿון מדינות, זאָגט פּערעס, און אויב אַ מדינה שפּילט אַ ראָלע אין איינעם פֿון די מערק, הייסט עס, אַז זי נעמט אָנטייל אין אַ פֿאַרמעסט וואָס רעספּעקטירט נישט קיין נאַציאָנאַלע גרע­נעצן. דאָס איז קלאָר פֿון די טעקסטן פֿון די נײַע אינטערנאַציאָנאַלע אָפּמאַכן וועגן צאָל און קאָמערץ. פּערעס מיינט, אַז די גרענעצן קאָנען מער נישט אויסמײַדן קיין באַוואָפֿנטן אַטאַק, ווײַל דאָס איז נישט קיין באַשיצונג קעגן ראַקעטן אָדער טעראָריזם. "מאַדזשינאָ־ליניעס" זענען ווערטלאָז ווען אַ כעמישער, ביאָלאָגישער אָדער אַפֿילו אַ נוקלעאַרער געווער, פֿאָלגט נישט קיין טעריטאָריעלן נאָר אַ באַליסטישן טראַקט. גרענעצן קענען אויך מער נישט בלאָקירן קיין טעלעוויזיע־ אָדער ראַדיאָ־טראַנסמיטירונגען. אַזוי, אַז עס האָט מער קיין זינען נישט צו לייגן מינעס אויף די גרענעצן. עס לוינט בעסער צו פֿאַרוואַנדלען די דיסקוטירטע גרענעצן אין מעגלעכקייטן פֿון קאָלאַבאָראַציע און קאָ­אָפּעראַציע צו בויען פֿלוג־פּלעצער, האָטעלן, אינדוסטריעלע פּאַרקן און פֿאַרווײַלערישע קאָמפּלעקסן, וועלכע וועלן זיכער זײַן אַ בע­סערע אַלטערנאַטיוו פֿאַר מיליטער־בא­ַזעס אָדער אַ צוזאַמענשטויס צווישן אַרמייען.

פּערעס׳ אויספֿיר פֿון דעם אַלעם איז, אַז מען קען געפֿינען אַ צופֿרידנשטעלנדיקע לייזונג פֿאַר דער גרענעץ־פּראָבלעם צווישן ישׂראל און דער פּאַלעסטינער מדינה, אַ זאַך וואָס ער זוכט זינט ער האָט געשאַפֿן דעם "אָסלאָ"־טראַקט. דער אמת איז, אַז ביז "אָסלאָ" האָב איך נישט געהערט ריידן אין ישׂראל וועגן הערצלס פֿעלער, כאָטש עס איז געווען גוט באַקאַנט די אַלע יאָרן זײַן סלאָגאַן, אַז ער "זוכט פֿאַר אַ פֿאָלק אָן אַ לאַנד אַ לאַנד אָן אַ פֿאָלק". סײַ הערצל און סײַ די ציוניסטן נאָך אים האָבן פּרובירט זיך מאַכן נישט וויסנדיק, אַז אין ארץ־ישׂראל האָט געלעבט אַן אַנדער פֿאָלק. אָבער אַז אין יאָר 1947 איז דערשינען די פֿראַגע "דאָס גאַנצע לאַנד אָן אַ ייִדישער מדינה אָדער אַ ייִדישע מדינה אָן דעם גאַנצן לאַנד?", האָט דוד בן־גוריון באַשלאָסן: "אַ ייִדישע מדינה אָן דעם גאַנצן לאַנד".

די זעלבע פֿראַגע איז ווידער אַרויף אויפֿן סדר־היום נאָך דער זעקס־טאָגיקער מלחמה. אַ סך האָבן דעמאָלט אויפֿגעהויבן די פֿאָן "די גאַנצקייט פֿון לאַנד". אָבער בן־גוריון, דאַן שוין אַ פּאָליטיקער אויף פּענסיע, איז געווען בײַ דער מיינונג, אַז פֿאַר אַ שלום דאַרף ישׂראל אָפּגעבן מערסטנס פֿון די שטחים, וואָס זי האָט פֿאַרנומען אין דער זעקס־טאָגיקער מלחמה. עס זענען פֿאַרבײַ זינט דאַן אַ סך יאָרן, עס זענען פֿאָרגעקומען נאָך מלחמות, עס האָבן זיך געביטן דורות פֿון מנהיגים, אָבער בן־גוריונס שטעלונג איז געבליבן אַקטועל אין דער פּאָליטיק פֿון מדינת־ישׂראל ביזן הײַנטיקן טאָג. בן־גוריון האָט באַרעכטיקט זײַן שטעלונג מיט די פֿאָלגנדיקע ווערטער: "איך וואָלט עס באַטראַכט ווי אַ גרויסע זינד, נישט בלויז לגבי אונדזער דור, נאָר לגבי די קומענדיקע דורות, ווען מיר וואָלטן נישט געטאָן אַלץ מעגלעכע פֿון אונדזער זײַט, כּדי צו דערגיין צו אַ פֿאַרשטענדיקונג מיט אונדזערע אַראַבישע שכנים, און די קומענדיקע דורות זאָלן קענען אונדז באַשולדיקן, אַז ישׂראלס רעגירונגען האָבן פֿאַרזען די געלעגנהייטן פֿון שלום".

אָבער ערשט 26 יאָר שפּעטער האָט זיך ממש אָנגעהויבן די היסטאָרישע איבערבע­טונג צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער — אין יאָר 1993 אין אָסלאָ. דעם 21סטן סעפּטעמבער 1993, האָט ישׂראלס פּרעמיער־מיניסטער יצחק ראַבין געבראַכט צו דער באַשטעטיקונג פֿון דער כּנסת די "פּרינציפּן־דעקלאַראַציע", וואָס איז אונטערגעשריבן געוואָרן דורך ישׂראל און די פּאַלעסטינער אין וואַשינגטאָן דעם 13טן סעפּטעמבער.

די כּנסת האָט באַשטעטיקט די "פּרינציפּן־דעקלאַראַציע" מיט 61 שטימען. 50 האָבן געשטימט קעגן, 8 האָבן זיך אָפּגעהאַלטן און איינער איז נישט בײַגעווען בײַ דער אָפּשטימונג. די דאָזיקע אַנטוויקלונג איז דערמעגלעכט געוואָרן צוליב דרײַ סיבות. ערשטנס, די דראַמאַטישע ענדערונג אין די אָפּשאַצונגען פֿון ישׂראל וואָס שייך איר סטראַטעגישער פּאָזיציע און אינטערעסן אויף אַ לאַנגער דיסטאַנץ. גרויסע טיילן פֿון דער ישׂראלדיקער באַפֿעלקערונג האָבן מוותּר געווען אויף זייער שטרעבונג צו האָבן אַ "גרעסערע ישׂראל" אָדער "די גאַנצקייט פֿון לאַנד" (ארץ־ישׂראל השלימה), ממשיך זײַן צו אָקופּירן דעם מערבֿדיקן ברעג און עס באַזעצן. זיי האָבן אָנערקענט אַז דאָס, צוזאַמען מיט דער דעמאָגראַפֿישער פּראָבלעם, באַדראָען דעם ייִדישן כאַראַקטער פֿון דער מדינה.

צווייטנס, אַ שטענדיק וואַקסנדיקע צאָל ישׂראלים — וואָס זענען געווען אין דער פֿאַרגאַנגענהייט קעגן דעם שאַפן פון אַן אומאָפּהענגיקע פּאַלעסטינער מדינה — האָבן אַקצעפּטירט דעם דאָזיקן געדאַנק און גע­נומען פֿאַרשטיין, אַז די שאַפֿונג פֿון אַ פֿרײַער דעמאָקראַטישער פּאַלעסטינער מדינה ווי אַ היימלאַנד פֿאַרן פּאַלעסטינער פֿאָלק, קען פֿאָדערן אַן אינטערנאַציאָנאַלע אָנערקע­נונג פֿון אַ פֿרײַער דעמאָקראַטישער ייִדישער מדינה ווי אַ היימלאַנד פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק.

דריטנס, מער און מער ישׂראלים האָבן אָנגעהויבן דענקען, אַז אַ פּאַלעסטינער מדינה, געשטיצט דורכן פּאַלעסטינער פֿאָלק מיטן ווילן אָפּצוהיטן שלום און רויִקייט, וועט פֿאַרזיכערן ישׂראלס אייגענע זיכערקייט קעגן טעראָריסטישע אַטאַקעס. מיט דער באַשטעטיקונג פֿון דער "פּרינציפּן־דעקלאַראַ­ציע" דורך דער כּנסת, האָט יצחק ראַבין אויסגעדריקט זײַן האָפֿענונג, אַז מיט דעם וועט קומען אַ סוף צו די מלחמות און טעראָר, און שמעון פּערעס האָט פֿאָרויסגעזען די אַנטוויקלונג פֿון אַ נײַעם מיטעלן מיזרח. אָבער ווידער האָט זיך אַרויסגעוויזן ווי גערעכט אַבא אבֿן איז געווען: 15 יאָר זענען פֿאַרבײַ זינט דאַן און די פּאַלעסטינער — צוליב דעם עקסטרעמיזם און טעראָריזם פֿון "כאַמאַס", "דזשיהאַד", די "אַל־אַקצאַ"־באַטאַ­ליאָנען און אַנדערע אָרגאַניזאַציעס — האָבן ביז איצט ווידער פֿאַרזען די געלעגנהייט אויפֿצושטעלן זייער אומאָפּהענגיקע מדינה.

עס איז אַ גרויסער ספֿק צי זיי וועלן זי אויפֿשטעלן ביז סוף יאָר 2008, נישט געקוקט אויף ישׂראלס גרייטקייט צו פֿאַרלאָזן שטחים און ייִשובֿים, וואָס זי האָט דאָרט אויפֿ­געשטעלט. ישׂראל איז גרייט צו העלפֿן די פּאַלעסטינער אויפֿצושטעלן אַן אומאָפּהענגי­קע עקזיסטענץ־פֿעיִקע סוּווערענע מדינה, מיט טעריטאָריעלער אומאיבעררײַסלעכקייט אין יהודה און שומרון און דעפֿינירטע גרענעצן. פֿאַרשטייט זיך, אַז די פּאַלעסטינער מוזן אויפֿהערן יעדע פֿאָרעם פֿון טעראָר, אָנערקענען ישׂראלס רעכט צו לעבן אין שלום און זיכערקייט.

אהוד אָלמערט האָט גערופֿן די פּאַלעסטי­נער פֿירערשאַפֿט מוותּר צו זײַן אויף נאַציאָ­נאַלע חלומות, אַזוי ווי ישׂראל האָט עס געטאָן, און אָפּגעבן דעם פֿאַרלאַנג, אַז די פּאַלעסטינער זאָלן זיך צוריקקערן קיין ישׂראל, ווײַל זייער פּלאַץ איז אין דער פּאַ­לעסטינער מדינה וואָס וועט אַנטשטיין. די שאַפֿונג פֿון אַן אומאָפּהענגיקער פּאַלעסטינער מדינה בשכנות מיט ישׂראל מוז אַראָפּנעמען פֿון טאָג־אָרדענונג די פּראָבלעם פֿון די פּאַלעסטינער פּליטים.

אויב די אומאָפּהענגיקע פּאַלעסטינער מדינה וועט נישט אַנטשטיין, עקזיסטירט די סכּנה, אַז ישׂראל זאָל פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ בי־נאַציאָנאַלער מדינה. לויט שמעון פּערעס, כּדי ישׂראל זאָל בלײַבן אַ ייִדישע מדינה, טאָר זי נישט הערשן איבער אַ פּאַלעסטינער באַפֿעלקערונג אין יהודה, שומרון און עזה און נייטיקט זיך, בײַ איר זײַט, אין אַ פּאַלעסטינער אומאָפּהענגיקער מדינה מיט אַ קלאָרער פּערמאַנענטער דעמאָגראַפֿישער גרענעץ צווישן זיי.

אָלמערט האָט אויסגעדריקט דעם זעלבן געדאַנק, ציטירנדיק זאבֿ זשאַבאָטינסקי: "דער באַגריף ׳אַ ייִדישע מדינה׳ איז קלאָר: דאָס הייסט, אַ ייִדישע מערהייט. פֿון דעם האָט זיך אָנגעהויבן דער ציוניזם און אויף דעם האַלט זיך זײַן עקזיסטענץ. מיט דעם וועט דער ציוניזם ממשיך זײַן צו עקזיסטירן אָדער ער וועט אומקומען".

אין פֿאַרלויף פֿון זײַן לעצטן באַזוך אין ירושלים, צום 60סטן יוביליי פֿון ישׂראל, האָט פּרעזידענט בוש דערקלערט: "איך זע נישט ווי דער מיטעלער מיזרח וועט זיך אַנטוויקלען אָן אַ פּאַלעסטינער מדינה".

נאָך אַ זאַך: פּערעס איז זיכער, אַז עס איז אין ישׂראלס אינטערעס, די פּאַלעסטינער מדינה זאָל נישט זײַן קיין אָרעמע מדינה מיט ביליקער אַרבעט, אין דער צײַט, ווען ישׂראל וועט אָנגיין ווײַטער ווי אַ רײַכע מדינה מיט טײַערער אַרבעט. אַזאַ אוטער­שייד וועט ריזיקירן צו פֿאַרברייטערן דעם אַק­טועלן נאַציאָנאַלן קאָנפֿליקט אין אַ סאָציאָ־עקאָנאָמישן. די צוויי מדינות דאַרפֿן באַ­טראַכטן איינע די אַנדערע ווי אַ גוטע שכנה און זיך באַזירן אויף אַ פֿולער קאָאָפּעראַציע צווישן זיי. ישׂראל איז גרייט צו העלפֿן די פּאַלעסטינער צו שאַפֿן אַ פּראָגראַם פֿאַר אַן עקאָנאָמישן אויפֿלעב אויף די שטחים פֿון דער פּאַלעסטינער מדינה, ווי אויך פֿאַרן אויפֿשטעלן אינדוס­טריעלע ראַיאָנען אין שותּפֿות מיט דער אינטערנאַציאָנאַלער גע­מיינדע, וואָס וועלן שאַפֿן אַרבעטס־פּלעצער, פּרנסה און אַ בכּבֿודיקן קיום.

ישׂראל איז פֿאַראינטערעסירט אין אַן אומאָפּהענגיקער דעמאָקראַטישער, בליִענ­דיקער און עקאָנאָמיש־פּראָספּערירנדיקער פּאַלעסטינער מדינה. ווענדנדיק זיך צו דער פּאַלעסטינער פֿירערשאַפֿט, האָט פּרע­מיער אהוד אָל­מערט דערקלערט: "אײַער שפֿע איז אונדזער שפֿע, אײַער קאָנסאָלידאַציע איז אונדזער קאָנסאָלידאַציע, אײַער דער­פֿאָלג איז אונדזער דערפֿאָלג".