פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

נאָכן חשבון פֿון די אַנדערע ייִדישע שבֿטים, האָט דער אייבערשטער געהייסן איבערציילן די לוויים. די מפֿרשים דערקלערן, אַז אַזוי ווי אין דער פֿריִערדיקע פּרשה, אין וועלכער דער באַשעפֿער האָט אָנגעזאָגט "שׂאו את ראש כּל עדת בני-ישׂראל", טראָגט אָן די פֿראַזע "נשׂא את ראש" אַ טאָפּלטן באַדײַט: "צייל איבער" אָדער "הייב אויף די קעפּ"; דער חשבון האָט אויפֿגעהויבן דעם קאָפּ פֿון די לוויים, צוגעגעבן יעדן פֿון זיי אַ פּערזענלעכע חשיבֿות.

בלויז די מענער פֿון 30 ביז 50 יאָר אַלט, וועלכע האָבן געקאָנט טראָגן די שווערע טיילן פֿונעם משכּן, זענען אַרײַן אינעם חשבון. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז דער באַגריף "עבֿודת-משׂא", די מי פֿון טראָגן, שטאַמט פֿונעם זעלבן שורש, ווי דער נאָמען פֿון דער פּרשה. דער משכּן, דער צענטער פֿון הייליקייט אינעם ייִדישן לעבן, קאָן אויך פֿאַרגעגליכן ווערן מיט אַ "קאָפּ". דאָס הייסט, אַז דער אייבערשטער האָט געהייסן משה רבינו "אויפֿצוהייבן דעם קאָפּ" פֿון די לוויים, וועלכע זאָלן "אויפֿהייבן דעם קאָפּ" פֿונעם גאַנצן פֿאָלק.

ווײַטער ווערט אין דער פּרשה דערציילט וועגן די קרבנות, וועלכע די נשׂיאים פֿון די צוועלף שבֿטים האָבן געבראַכט, במשך פֿון 12 טעג, צו הייליקן דעם מזבח, וועלכער איז געשטאַנען אינעם צענטער פֿונעם משכּן. דער טיטל "נשׂיא" שטאַמט אויך פֿונעם זעלבן שורש, ווי די ווערטער "משׂא" און "נשׂא", און באַצייכנט דעם "אויפֿגעהויבענעם" מצבֿ פֿון די נשׂיאים.

עטלעכע טעמעס, וואָס האָבן צו טאָן מיט "התנשׂאות", "אויפֿהייבונג", ווערן צונויפֿגעפֿלאָכטן אין דער סדרה איינע מיט דער צווייטער: די "אויפֿגעהויבענע" נשׂיאים האָבן גע­הייליקט, גײַסטיק "אויפֿגעהויבן" דעם מזבח, וועלכער האָט געזאָלט גײַסטיק אויפֿהייבן אַלע ייִדן, דורך דער עבֿודה פֿון די כּהנים און לוויים, וועלכע דער "סאַמע אויפֿגעהויבענער" מענטש, משה רבינו, האָט גײַסטיק אויפֿגעהייבן דורכן חשבון, אין וועלכן עס זענען אַרײַן די לוויים, וועלכע קאָנען אויפֿהייבן און אַריבערטראָגן דעם משכּן; מע קאָן זיך גרינג פֿאַרפּלאָנטערן, פּרוּוונדיק זיך פֿאָרצושטעלן אַזעלכע קאָמ­פּלי­צירטע באַציִונגען!

די הײַנטיקע פּרשה איז די לענגסטע אינעם חומש; די אומגעוויינטלעך גרויסע לענג איז פֿאַרבונדן מיט דעם, וואָס הגם יעדער נשׂיא האָט געבראַכט די זעלבע קרבנות, ווערן זיי באַשריבן באַזונדערס. מע וואָלט געקאָנט זאָגן, אַז אַזאַ לאַנגע באַשרײַבונג דינט דעם זעלבן צוועק, ווי דער חשבון פֿון די שבֿטים — צוצוגעבן יעדן נשׂיא אַ באַ­זונדער חשיבֿות. מיר ווייסן אָבער, אַז אין דער תּורה איז נישטאָ קיין איבעריקע ווערטער; אין פֿאַרגלײַך מיט פֿאַרשיידענע צאָלן, וועלכע טראָגן אין זיך אַ סך טיפֿע סודות, ווי עס ווערט דערקלערט אין די קבלה-ספֿרים, האָט די תּורה 12 מאָל איבערגעחזרט פּונקט די זעלבע פּסוקים, אות נאָך אות און וואָרט נאָך וואָרט.

די חסידישע ספֿרים דערקלערן, אַז ווען אין דער וועלט ווערט אַנטפּלעקט קדושה, ווערן בטל אַלע באַשטימטע חילוקים צווישן "העכערע" און "נידעריקערע" מדרגות. אין אַ גײַסטיק-דערהויבענער וועלט האָט יעדער מענטש זײַן אינדיווידועלע ראָלע און "התנשׂאות", וועלכע ברענגט זיי נישט קיין גאווה און שטערט נישט אָפּצושאַצן די אוניקאַלע ראָלעס פֿון די אַנדערע.

ווי עס האָבן געזאָגט די חז״ל, האָט דער משכּן "געטראָגן זײַנע טרעגער"; פּונקט אַזוי, ווי דער גרויסער חסידישער צדיק, רבי יעקבֿ-יוסף פֿון פּאָלאָנע, האָט דערקלערט אין זײַן ספֿר "תּולדות יעקבֿ יוסף" אויף דער פּרשה, הייבן די "פּשוטע" מענטשן אויף די, וואָס געפֿינען זיך אינעם "צענטער" פֿון דער געזעלשאַפֿט — און פֿאַרקערט. ווי עס האָט געשריבן הרבֿ קלונימוס שפּיראָ, דער פּיאַסעצנער רבי, איז "דאָרט, וווּ עס ווערט אַנטפּלעקט הייליקייט, איז נישטאָ קיין אָרט פֿאַר מאַכט און כּיבודים". אין אַ גײַסטיק-באַלויכטענער גע­זעלשאַפֿט "הייבט" יעדער מענטש אויף די אַנדערע, בגשמיות און ברוחניות, אָן קיין באַשטימטע היעראַרכיעס.

ווען אַ סך מענטשן פֿאַרנעמען זיך מיט דער זעלבער פֿיזישער אָדער גײַסטיקער עבֿודה, קאָן זיך זיי אַמאָל אויסדאַכטן, אַז יעדער פֿון זיי פֿירט נישט אויס קיין באַ­זונדערע ראָלע. די תּורה האָט צוועלף מאָל דערציילט וועגן יעדן נשׂיא, ווײַל זייערע קרבנות זענען נישט געווען די זעלבע: יעדער קרבן האָט פֿאַרנומען אַן אוניקאַלן אָרט בײַ חנוכּת-המזבח, און איז געווען אַ רעזולטאַט פֿון אַן אוניקאַלער פּערזענלעכער עבֿודה. הגם אונדז דאַכט זיך צומאָל אַזוי, ווערט גאָרנישט אין דער וועלט, אין דער אמתן, אינגאַנצן "איבערגעחזרט", הגם ס׳איז פֿאַר אונדז נישט תּמיד גרינג אָפּצושאַצן די באַזונדערע ראָלע פֿון יעדן "געוויינטלעכן" מענטש.