‫פֿון רעדאַקציע

די וואָך האָט זיך אין רוים אָנהגעהויבן די אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ, וווּ עס ווערט באַהאַנדלט אַ נײַע גלאָבאַלע פּראָ­בלעם — הונגער. די דאָזיקע קאָנפֿערענץ האָט אָרגאַניזירט די "יו־ען", ריכטיקער, איר סעקטאָר וואָס גיט זיך אָפּ מיט פֿראַגן פֿון שפּײַז און אַגראָקולטור. לויט די פּעסי­מיסטישע פּראָגנאָזן וועלן אין די קומענדיקע צענדליקער יאָרן צוקומען צו די איצטיקע 800 מיליאָן הונגעריקע נאָך 600 מיליאָן.

די "יו־ען"־אָרגאַניזאַציע, אַליין ווי אַ שפּיגעלע פֿון דער גלאָבאַליזירטער תּקופֿה, מיט איר מגושעמדיקן און אומגעלומפּערטן אַפּאַראַט טשינאָווניקעס פֿון דער גאָרער וועלט, האָט זיך שוין פֿריִער געהאַט גע­שטעלט בראָש דעם קאַמף קעגן "איידס", דערנאָך קעגן דער "גלאָבאַלער דערוואַרע­מונג" און איצט קעגן הונגער. די וועלט־פּרעסע שאַצט אָפּ די איצטיקע באַמיִונגען פֿון דער "יו־ען"־פֿירערשאַפֿט מיט דעם זעלבן ביסל סקעפּטיציזם, ווי די ערשטע צוויי "קאַמפֿן", מחמת איר אייגענע אומבאַ­האָלפֿנ­קייט ווײַזט די "יו־ען" אַרויס שוין נישט איין צענדליק יאָרן.

איז לאָמיר קודם־כּל פֿרעגן, צי די פּראָ­בלעם פֿון הונגער האָט זיך ערשט לעצטנס אָנגעהויבן? צי האָט די "יו־ען" בכלל, און איר שפּײַז־ און אַגראָקולטור־סעקטאָר בפֿרט נישט געוווּסט, אַז עס עקזיסטירן גאַנצע לענדער, וואָס זייערע רעגירער מאָרען באַוווּסטזײַן אויס זייערע פֿעלקער? אַגבֿ, איינער פֿון אַזעלכע רעגירער, דער דיקטאַטאָר פֿון זימבאַבווע, ראָבערט מוגאַבע, איז אויך געקומען קיין רוים, נישט געקוקט דערויף, וואָס אים איז פֿאַרווערט זיך צו באַווײַזן אין אייראָפּע. לויט דער סטאַטיסטיק, לעבן 80 פּראָצענט פֿון דער זימבאַבווער באַפֿעלקערונג אויף 1 דאָלאַר אַ טאָג. מוגאַבע נוצט אויס דעם סטאַטוס פֿון דער "יו־ען", וואָס דערמעגלעכט אים און אַזעלכע פּאָליטישע פֿאַרברעכער ווי ער, זיך פֿרײַ צו באַווײַזן אין רוים און זיך באַטייליקן אינעם באַהאַנדלען די פֿראַגן פֿון הונגער, פֿרײַהייט און אַנדערע הומאַניטאַרע אַספּעקטן.

די וואָך וועלן געוויס אָנגענומען ווערן גלאָבאַלע באַשלוסן, און משוגענע געלטער וועלן צוגעזאָגט ווערן די אָפּגעשטאַנענע, נעבעך שטענדיק הונגעריקע לענדער; פּונקט ווי עס זײַנען צוגעזאָגט און צעטרענצלט געוואָרן משוגענע געלטער אויף די פֿריִערדיקע פּראָיעקטן פֿון דער "יו־ען". זאַטער, געזינטער, עקאָלאָגיש און מאָראַליש ריינער איז די וועלט־געזעלשאַפֿט נישט געוואָרן.

ווי אַ סיבה פֿון אַזאַ וואַקסנדיקן הונגער ווערט אָנגערופֿן די אַנטוויקלונג פֿון דעם אַלטערנאַטיוון ביאָלאָגישן הייצוואַרג, וואָס וועט דאַרפֿן באַגרענעצן די אַטמאָספֿער-פֿאַרמיסטונג. איז ווידער: אַזאַ אַנטוויקלונג פֿאָדערט מער לאַנד אויפֿן חשבון פֿון אַנדערע אַגראָ־קולטורן, קודם־כּל קערנער־געוויקסן — רײַז, פּאַפּשויעס, ווייץ וכּדומה. דערפֿאַר שאַפֿט זיך אַ דעפֿיציט פֿון אָט די פּראָדוקטן און ווי אַ רעזולטאַט, שטײַגן באַלד די פּרײַזן אויף זיי. אַזוי טענהן די קעגנער פֿון עקאָלאָגיש ריינעם הייצוואַרג.

צוריק גערעדט, זײַנען די לענדער, וווּ דאָס ביאָ־הייצוואַרג באַקומט דאָרט אַ ממשותדיקע אַנטוויקלונג, ווי למשל, בראַזיל, נישט מסכּים, אַז די פּרײַזן אויף פּראָדוקטן וואַקסן צוליב דער נײַער טעכנאָלאָגיע. "ס‘איז אַ בלאָף!" — שרײַען זיי.

לאָמיר אויך פֿרעגן, פֿאַר וואָס זשע דווקא איצט האָבן זיך צונויפֿגעפֿלאָכטן אין איין קנויל די פּראָבלעמען פֿון ווילד־שטײַגנדיקע פּרײַזן אויף נאַפֿט און שפּײַז? אויף די צוויי אַלטערנאַטיווע ענערגיע־מיטלען, וואָס אָן זיי קאָן גאָרנישט עקזיסטירן?

אין דער געשיכטע פֿון דער וועלט זײַנען שוין געווען אַזעלכע קריטישע מאָמענטן, ווען מ‘איז אַריבערגעגאַנגען פֿון איין מין ענערגיע צו אַן אַנדערער, און יעדעס מאָל האָט עס אָפּגעקאָסט מיליאָנען מענטשלעכע לעבנס, ווײַל אין שפּיץ פֿון אַזאַ פּראָצעס שטעלן זיך באַלד שמאָלקעפּיקע פּאָליטיקער, וואָס זוכן אָפּצולעקן אַ פֿריש ביינדל; די כּמו־קעמפֿער פֿאַר אַ "בעסערן און שענערן מאָרגן". די "יו־ען" מיט אַלע אירע צווײַגן און טשינאָווניקעס זײַנען נישט קיין אויסנאַם.

אויך הומאַניזם "גלאָבאַליזירט זיך" און ווי אַ רעזולטאַט דערפֿון, וואַקסן די קרבנות פֿון אַזאַ הומאַניזאַציע.