- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַגרעסיווקייט איז אַ סימן-מובֿהק פֿונעם איצטיקן רוסלאַנד. די פּאָליטיקער גרויסן זיך אַפֿילו מיטן איבערנעמען בירושה די מיליטאַנטישקייט פֿון דער רוסלענדישער אימפּעריע און פֿון דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. מע מאַכט אַ וועזן פֿון יעדן נצחון אין ספּאָרט און קולטור, כּדי אונטערוואַרעמען די נאַציאָנאַליסטישע געפֿילן פֿונעם פֿאָלק. מע האָט געוווּנען אין דעם וועלט-טשעמפּיאָנאַט אין האָקי (צום ערשטן מאָל אין משך פֿון די לעצטע 15 יאָר) — אַ יום-טובֿ! די פּעטערבורגער פֿוטבאָל-קאָמאַנדע "זעניט" האָט געוווּנען אַ וויכטיקן אייראָפּעיִשן פּריז — ווידער אַ מאָל יום-טובֿ, בפֿרט נאָך אַז דמיטרי מעדוועדעוו, וולאַדימיר פּוטין און אַ סך זייערע מקורבֿים שטאַמען פֿון לענינגראַד-פּעטערבורג. אַ גאַנצן טראַסק האָט מען געמאַכט פֿון דעם פֿאַקט, וואָס אַ רוסישער זינגער האָט פֿאַרנומען דאָס ערשטע אָרט אין דעם יערלעכן אייראָפּעיִשן טעלעוויזיע-קאָנקורס. אַזוי איז עס פֿאַרפֿירט געווען נאָך אין די סאָוועטישע צײַטן, דעמאָלט פֿלעגן אויך די רוסישע זשורנאַליסטן און פּאָליטיקער צעבלאָזן יעדע דערגרייכונג, אַפֿילו די סאַמע קליינע. ס׳איז אַן אַלטע, גוט אויסגעפּראָבירטע סגולה, וואָס ווירקט זייער גוט צווישן די מענטשן מיט מינאָריטעטן-קאָמפּלעקסן. כאַראַקטעריש, אַז אַזעלכע שטימונגען זײַנען פֿאַרשפּרייט אויך צווישן די עמיגראַנטן פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. אויך אין די נײַע באַדינגונגען קענען זיי ניט לעבן אָן דערגרייכונגען. מיט עטלעכע יאָר צוריק בין איך געקומען צו מײַנע באַקאַנטע, וואָס האָבן זיך באַזעצט אין אַמעריקע מיט אַ יאָרצענדליק צוריק. דער באַלעבאָס, אַ געוועזענער מאָסקווער תּושבֿ, האָט מיך באַגעגנט אַ צופֿרידענער, גלײַך ווי ער האָט געוווּנען ניט ווייניקער פֿון אַ טויזנטער אין לאָטעריע: "האָסט שוין געהערט? אונדזערע האָבן באַקומען הײַיאָר כּמעט אַלע נאָבעל-פּריזן?" "אונדזערע" זײַנען, פֿאַרשטייט זיך, געווען די אַמעריקאַנער. די געוועזענע סאָוועטישע בירגער, וואָס וווינען איצט אין ישׂראל, דערוואַרטן אָפֿט מאָל אויך פֿון ישׂראל ממשותדיקע אויפֿטוען אין ספּאָרט, קולטור וכ׳. די סאָציאָלאָגן האָבן שוין באַמערקט דעם דאָזיקן אינטערעסאַנטן פֿענאָמען. די עולים פֿאַרגעסן דערמיט, אַז די ייִדישע מדינה איז אַ סך קלענער פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. מע וויל סײַ-ווי-סײַ זען וואָס מער גאָלד (צי לכל-הפּחות זילבער און בראָנדז) אויף די ברוסטן פֿון ישׂראלדיקע ספּאָרטלײַט, און וואָס מער הויכע אינטערנאַציאָנאַלע אָפּשאַצונגען פֿאַר דערגרייכונגען אין קולטור און וויסנשאַפֿט. אין רוסלאַנד גופֿא איז די דאָזיקע קרענק ניט צו פֿאַרגלײַכן שטאַרקער און געפֿערלעכער. רוסלאַנד שפּילט ריזיקאַלישע שפּילן אין אַבכאַזיע און צפֿון-אָסעטיע, וווּ דער מאָסקווער קרעמל שטיצן די סעפּאַראַטיסטן. מע רעדט אויך וועגן איבערקוקן די גרענעצן מיט אוקראַיִנע. אייניקע פּאָליטיקער פֿאָדערן, מע זאָל בשום-אופֿן ניט אָפּגעבן דעם שוואַרץ-ימיקן פּאָרט סעוואַסטאָפּאָל, ווײַל די שטאָט איז היסטאָריש ענג פֿאַרבונדן מיט דער רוסישער געשיכטע. די רוסישע מיליטאַנטישקייט פֿילט זיך אויך אין אַרקטיק. אַרקטישע טעמעס זײַנען געווען זייער פּאָפּולער צווישן די סאָציאַליסטישע רעאַליסטן. דאָרטן, אין די תּמיד-קאַלטע מקומות, האָבן די העלדן פֿון סאָוועטישע ראָמאַנען געוויזן מוסטערן פֿון העלדישקייט און פּאַטריאָטיזם. איצט, אָבער, זײַנען די צילן ווייניקער ראָמאַנטיש. אונטער דעם אַרקטישן אײַז ליגט נאַפֿט, גאַז און אַנדערע מינים מינעראַלן, וואָס קאָסטן ביליאָנען דאָלאַרן. בינו-לבינו, ווערן ריזיקע שטחים באַפֿרײַט פֿון אײַז, מחמת דער קלימאַט אויף אונדזער פּלאַנעט ווערט וואַרעמער. דערווײַל הייסט עס נאָך ניט, אַז מע קען פֿאַרדינען די דאָזיקע ביליאָנען. די עקסזיסטירנדיקע טעכנאָלאָגיע דערלויבט ניט אַנטוויקלען דאָרטן, אין די עקסטרעם-צפֿונדיקע געגנטן, אַן עקאָנאָמיש-באַרעכטיקטע טעטיקייט. אָבער אין אַ צײַט אַרום קען עס ווערן מעגלעך. אינטערנאַציאָנאַלע אָפּמאַכן רעגולירן זייער ווייניק לעגאַלע פּראָבלעמען פֿון אַרקטיק, בפֿרט די פֿראַגן ווי אַזוי צו פֿירן עקאָנאָמישע טעטיקייט און מיליטערישער אַקטיווקייט, ווי אויך ווי אַזוי צו באַפֿעלקערן די צפֿון-געגנטן. אין רוסלאַנד האָט מען זיך צוגעכאַפּט צו די אינטערנאַציאָנאַלע אָפּמאַכן, וועלכע רעגולירן די עקאָנאָמישע טעטיקייט בײַ די ים-ברעגן. מע טײַטש עס אַזוי: טאָמער אַ באַרגרוקן ציט זיך אין ים פֿון דער רוסישער טעריטאָריע, האָט רוסלאַנד די רעכט אויסצוגראָבן פֿון דאָרטן די מינעראַלן. פֿאַראַיאָרן האָט מען אין רוסלאַנד געמאַכט אַ יום-טובֿ, גלײַך ווי מע האָט געוווּנען אין ספּאָרט צי אין זינגען. דעמאָלט, אָבער, איז די דערגרייכונג געווען אַן אַנדערע: אַ רוסישע סובמאַרין האָט זיך בײַם צפֿון-פּאָלוס אַראָפּגעלאָזט אויפֿן דנאָ און דאָרטן איבערגעלאָזט אַ רוסישן פֿאָן. צו דעם האָט מען זיך צוגעקוקט אין דער גאָרער וועלט, אָבער באַזונדערס האָט עס אויפֿגערעגט די לענדער, וואָס גרענעצן מיטן אַרקטישן אָקעאָן — די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קאַנאַדע, נאָרוועגיע און דענמאַרק. אין גרינלאַנד, וואָס איז אַ טייל פֿון דענמאַרק, האָט מען זיך די טעג צונויפֿגעקליבן, כּדי אַרומרעדן די אָנגעווייטיקטע פֿראַגן פֿון אַרקטיק. די אַגרעסיווקייט העלפֿט דער רוסישער פּאָליטישער עליט צו קאָנסאָלידירן דאָס פֿאָלק, וואָס איז נאָך אַלץ טראַוומירט דורך די נאָך-סאָוועטישע שינויים. דער רוסישער עולם גלייבט, אַ פּנים, אַז מע דאַרף זײַן שטאַרק און חוצפּהדיק, אַנדערש וועט מען ניט האָבן דרך-ארץ מצד די נאָענטע און ווײַטע שכנים. אין דער אמתן, איז עס גאָר אַנדערש. מיט אַ בוהײַ איז שווער צו זײַן אַ פֿרײַנד. Anti-idishe hetze in RuslandSubmitted by leonlab on Sat, 2008-06-07 22:30.
Mit demzelben tzvek tzu farshtarken dem rusishen natzionalizm di rusishe beherden derloiben di natzionalisten tzu farefentlichn anti-idishe materialen. Oif dem YouTube es zainen faran tutzende fun rusishe "klipen" vos bashuldiken idn in farurzachen di bolshevistishe revoliucie un unterdruken dos rusishe folk, tzershteren dem Raten Farband un zo vaiter. Der Utube of rusish zet ois vi der daitcher Stuermer verend der nazi tzait. Dize rusen hobn afile oifgeshtelt dortn dem nazi film "Der Ewiger Jude". Di idn in dem Vest muzn farlangen az di rusishe beherden gefinen un farfolgen dize "shvartzhundertnikes" vos badroen di idn. |