‫רעפּאָרטאַזשן
מיטן שרײַבער יוסף בורג — דער מחבר (לינקס), מאָטל גאָרדאָן (רעכטס)
מיטן שרײַבער יוסף בורג — דער מחבר (לינקס), מאָטל גאָרדאָן (רעכטס)

דריטער טייל — טשערנעוויץ

בעתן יאָר 2008 וועט מען פּראַווען נישט איין, נאָר צוויי, שׂימחות אין דער שטאָט טשער­נעוויץ. קודם־כּל, מערקט מען אָפּ, סוף אויגוסט, 100 יאָר נאָך דער היסטאָרישער טשערנעוויצער שפּראַך־קאָנפֿערענץ פֿון 1908, מיט אַ יובֿלדיקער ייִדיש־קאָנפֿערענץ. פּראָפֿ׳ וואָלף מאָסקאָוויטש פֿון העברעיִשן אוניווער­סיטעט (אַליין אַ טשערנעוויצער) האָט אָרגאַניזירט די אַקאַדעמישע קאָנפֿערענץ צוזאַמען מיט דער ייִדישער קהילה אין אוק­ראַיִנע, מיט יוסף זיסעלס בראָש, (אויך אַ טשערנעוויצער), און מיט דער שטיץ פֿון דער אָרטיקער שטאָטישער רעגירונג און דער ייִדישער קהילה, וועלכע וועלן אויך עפֿענען אַ ייִדישן מוזיי דעם האַרבסט. די שטאָט וועט אויך פּראַווען אַ צווייטע שׂימחה לכּבֿוד דעם 600־יאָריקן יוביליי פֿון דער שטאָט טשערנאָוויץ מיט אַ ריי אונטערנעמונגען נישט פֿאַרבונדן מיט די ייִדן.

אפֿשר איז די שטאָט טאַקע אַלט 600 יאָר, אָבער קיין סך סימנים פֿון אַזאַ אַלטן ייִשובֿ זענען מער נישט פֿאַראַן. אין דער אַרכיטעקטור און אינעם אויסזען פֿון דער שטאָט זעט מען און מע פֿילט די ירושה פֿון דער עסטרײַך־אונגערישער אימפּעריע, פֿונעם 19טן יאָרהונדערט. אָבער דײַטש הערט מען אויף די גאַסן הײַנט נאָר פֿון די מײַלער פֿון די דײַטשישע טוריסטן, וואָס שטראָמען אַהין, צו זען "קליין ווין", ווי מע פֿלעג אַמאָל די שטאָט רופֿן.

רעשטעלעך פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿאַר דער מלחמה, וועלכע האָט גערעדט סײַ ייִדיש, סײַ דײַטש, זענען כּמעט ווי נישט געבליבן. עטלעכע טויזנט ייִדן וווינען אין דער שטאָט, מיט אַ שיל, סאָציאַלע אָרגאַניזאַציעס, און שולן פֿאַר קינדער — איינע מער פֿרום געשטימט, די אַנדערע אַ מלוכה־געשטיצטע. נאָר די דאָזיקע טשערנעוויצער ייִדן, וועלכע האָבן זיך דאָ באַזעצט נאָכן חורבן, זענען פֿון אַן אַנדער שניט, ווי אין די רומענישע און עסטרײַכישע צײַטן.

אונטער די סאָוועטן האָט מען אָפּגעהאַקט די מגן־דודס בײַ די טרעפּ פֿונעם "ייִדישן נאַציאָנאַל־הויז" צו באַהאַלטן זייער ייִדישן שורש
אונטער די סאָוועטן האָט מען אָפּגעהאַקט די מגן־דודס בײַ די טרעפּ פֿונעם "ייִדישן נאַציאָנאַל־הויז" צו באַהאַלטן זייער ייִדישן שורש

נאָכן חורבן האָט דאָס ייִדישע לעבן אין טשערנעוויץ ווידער אויפֿ­געלעבט, מיט נײַע ייִדישע תּושבֿים פֿון אַנדערע טיילן פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד, וועלכע זענען גע­קומען פֿון ערטער, וווּ ס‘איז שווערער געווען דורכצוקומען דעם טאָג. די נאָך־מלחמהדיקע אײַנ­וווינער זענען נישט געווען, לויט מײַן מאַמעס השׂגות, "אירע טשער­נעוויצער" — (מע קען גיך אויס­געפֿינען, פֿון וועלכן דור טשער­נעוויצער מע שטאַמט — אויב מע קען אליעזר שטיינבאַרגס משלים אָדער זײַן "אלף־בית" אויף אויסנווייניק, איז מען אַן "אמתער" טשער­נע­וויצער.) אין דער ייִדישער שפּראַך פֿון די הײַנ­טיקע ייִדן אין דער שטאָט הערט מען אַ מער רוסיש־ייִדישן אַרויסרעד, אויפֿן אָרט פֿונעם דײַטש־השפּעהדיקן טשערנעוויצער ייִדיש.

אונדזער שאָפֿער, לעאָניד, וועלכער האָט אונדז געפֿירט פֿון לעמבעריק קיין טשער­נעוויץ האָט נישט געקענט קיין ענגליש, קיין ייִדיש (נאָר איין באָבע איז געווען אַ ייִדישקע) און נאָר 15 ווערטער אויף דײַטש. איך, פֿון מײַן זײַט, האָב נישט געקענט קיין אוקראַיִניש, אַחוץ פֿאַר די האַלב־ייִדישע, האַלב גוייִשע ווערטלעך אין דער משפּחה ווי — "חשבון יע, הראָשע ניע מאַ" (דער חשבון איז דאָ, אָבער קיין געלט איז נישטאָ), אָדער "אַדרבא, סקאַזשע טע" (אַדרבא, זאָג דו), ווי מײַן זיידע חיים פֿלעג זאָגן. לעאָניד האָט געפֿירט דעם אויטאָ גיך, ממש ווי אַ ווילדער. דערצו האָבן מיר אויסגעפֿינען, אַז דער געדאַנק פֿון אַ גרעסערן וועג, אַ שאָסיי, אַ "הײַ־ווי", ווי מע זאָגט אויף ענגליש, איז פֿרעמד דעם אוקראַיִנער, האָבן מיר גע­בענטשט גומל ווען מיר זענען אָנגעקומען בשלום אין האָטעל.

דעם ערשטן אינדערפֿרי האָט דער פּעטער­בורגער יונגער סטודענט, עטנאָגראַף און ייִדיש־פֿאָרשער, מאָטל גאָרדאָן, געקומען אונדז זען. מיר האָבן געהאַט אָפּגערעדט מיט אַ יאָר פֿריִער זיך צו טרעפֿן די ערשטע וואָך מײַ, ער זאָל אונדז העלפֿן ווי אַן איבערזעצער. אָן אַ שאָפֿער און אָן אַן איבערזעצער, וואָלט אונדזער וואָך אין אוקראַיִנע אויסגעקומען אַ סך שווערער, האָבן מיר זיך פֿאַרגינען די הוצאָות.

כאָטש איך האָב זיך צוגעהערט צו אַ סך באַשרײַבונגען פֿון טשערנעוויץ אין דער היים, האָב איך נאָר אַצינדערט פֿאַרשטאַנען, אַז די שטאָט איז געבויט אויף אַ באַרג, וואָס הייבט זיך אָן פֿון אונטן, פֿון דער באַן־סטאַנציע ביז אַרויף, אין צענטער שטאָט. בשעתן ערשטן שפּאַציר האָט אַן אוקראַיִנער פֿאַרבײַגייער אונדז אָפּגעשטעלט און געכאַפּט אַ שמועס מיט אונדז אויף דער הערן־גאַס, וואָס מע בויט איבער לכּבֿוד די פֿײַערונגען אין האַרבסט, ווען מע דערוואַרט טויזנטער טוריסטן. אַ פֿרוי איז צוגעקומען און אויסגעשטרעקט איר האַנט און געבעטן אויף ייִדיש — "אַ שטיקל ברויט?". איך האָב איר געגעבן אַ נדבֿה און זיך געפֿרייט — נו, די בעטלערינס רעדן נאָך ייִדיש אין טשערנעוויץ — אַ גוטער סימן!

אליעזר שטיינבאַרג־גאַס און אַ טאָוול בײַ זײַן אַמאָליקן הויז
אליעזר שטיינבאַרג־גאַס און אַ טאָוול בײַ זײַן אַמאָליקן הויז

מיר דרײַ, מײַן פֿרוי נחמה, מאָטל און איך, האָבן געזוכט די אַדרעסן פֿון די אַמאָליקע געוועלבן און היימען פֿון מײַן מאַמען און זיידע־באָבע, בנימין און ליפֿשע שעכטער. אין דער האַנט האָב איך געהאַלטן אַ מאַפּע פֿון די עסטרײַך־אונגערישע צײַטן, מיט די דײַטשע נעמען פֿון די גאַסן, ווײַל אַזוי קען איך זיי, און אַזוי האָט די מאַמע זיי מיר איבערגעגעבן. אויף אינטערנעץ קען מען באַקומען אַ טאַבעלע פֿון די טשערנעוויצער גאַסן ווי זיי האָבן געהייסן אונטער פֿיר ממשלות — די עסטרײַך־אונגערישע, די רומענישע (צווישן די וועלט־מלחמות), די רוסישע און און די הײַנטיקע, אוקראַיִנישע.

קודם, זענען מיר געגאַנגען צום "מעל־פּלאַץ" פֿאַרן פֿילהאַרמאָניע־בנין, וווּ מײַנע זיידע־באָבע האָבן געהאַט צוויי קלייטן, איינע פֿון שניט־סחורה — "מאָדע מאַנופֿאַקטוראַ" — וווּ ליפֿשע איז געווען די באַלעבאָסטע, און אַ צווייטע קלייט פֿון פֿאַרטיקע קליידער, וואָס בנימין האָט געפֿירט. ליפֿשע איז געווען די אמתע סוחרטע און אַלע האָבן פֿאַר איר געהאַט גרויס דרך־ארץ פֿאַר איר ערלעכקייט און ברייטהאַרציקייט. דער זיידע בנימין איז געווען דער איידעלער אינטעליגענט און אידעאַ­ליסט; אַ ישיבֿה־בחור פֿון דעלעטין (אָדער זשאָלין?), וואָס איז געוואָרן אַ נאַציאָ­נאַלער ייִדישיסט, אַ חסיד פֿון חיים זשיט­לאָווסקי. צו פֿוס איז ער געגאַנגען מײַלן, כּדי בײַצוזײַן אויף דער טשערנעוויצער שפּראַך־קאָנפֿערענץ; "עולה־רגל" געווען, ווי מײַן מאַמע האָט עס אַ מאָל באַשריבן אין אַן אַרטיקל. אויפֿן "מעל־פּלאַץ" האָט מען אים געמאַכט דעם באַלעבאָס פֿון דער צווייטער קראָם, ער זאָל זיך פֿילן מער אומאָפּהענגיק. אַגבֿ, אויף דער פֿילהאַרמאָניע הענגט הײַנט אַ טאָוול לכּבֿוד דער ייִדישער אַקטריסע סידי טאַל, וועלכע איז אַזוי פֿיל יאָרן אויפֿגעטראָטן אינעם שטאָטישן ייִדישן טעאַטער.

פֿונעם "מעל־פּלאַץ" זענען מיר געגאַנגען צו מײַן מאַמעס שטוב אויף דער שטיין־גאַס (הײַנט "פּערעיאַסלאַווקאַ־גאַס"), אָבער די נומערן האָבן נישט גע­שטימט, ווײַל דער מאַמעס הויז, אויף שטיין גאַס נומער 12 האָט געהאַט אַ גרויסן אַרײַנפֿאָר־טויער, גענוג ברייט פֿאַר אַ פֿערד און וואָגן, און דאָס האָט פֿאַרמאָגט פּשוט אַ קליין טירל. צו זײַן זיכער, אַז איך האָב געזען דאָס הויז, בין איך אַרײַן און אַרויס פֿון יעדן הויז אויף דער גאַס און פֿאָטאָגראַפֿירט. טשערנעוויץ איז פֿאָרט נישט ניו־יאָרק — קיין סך נײַע בנינים אין צענטער שטאָט האָט מען נישט געבויט און מע קען רויִק שלאָפֿן, וויסנדיק, אַז די שטיין־גאַס איז געבליבן די זעלבע (אַחוץ די נומערן).

שטיין־גאַס וווּ מײַן משפּחה האָט געוווינט
שטיין־גאַס וווּ מײַן משפּחה האָט געוווינט

אין פֿאַרגלײַך מיט בודאַפּעשט, איז אוק­ראַיִנע גאַנץ וואָלוול. אַ פּאָרציע קעז־בלינ­צעס, אָדער וואַרעניקעס מיט קרויט און שוועמ­לעך, האָבן געקאָסט נאָר 2 דאָלאַר. אויף אַלץ גיט מען אַרויף אַזוי פֿיל סמעטענע, אַז איך האָב געדאַרפֿט זיך אויסלערנען עטלעכע שײַכות­דיקע זאַצן אויף אוקראַיִניש, ווי "בעז סמע­טאַנע" (אָן סמעטענע) "טשוט־טשוט" (קוים־קוים) און "פּראָסטאָ" (פּראָסט, אָן גאָרנישט). אויף אַזוי ווײַט איז דערגאַנגען מײַן מבֿינות אויף גויִיש (אוקראַיִניש).

מיר האָבן געהאַט די זכיה צו גיין זען דעם טשערנעוויצער ייִדישן שרײַבער יוסף בורג, וועל­כע איז אָקערשט אין מײַ 96 יאָר אַלט געוואָרן — עד מאה ועשׂרים. זײַן טאָכ­טער און איידעם זענען אויך געווען אים צו העלפֿן. כאָטש אין אַ שוואַכן געזונט־מצבֿ, האָט ער אַן אײַזערנעם זכּרון און האָט נישט פֿאַרלוירן קיין פּיצל שאַרפֿקייט. מאָטל גאָרדאָן איז שוין געווען בײַ אים פֿאַר אַ יאָרן, און האָט געפֿרעגט, צי בורג וויל נאָך אַ מאָל הערן ווי ער זינגט. בשעת מאָטל האָט געזונגען עטלעכע פֿון איציק מאַנגערס לידער, האָט בורג מיטגעברומט און זײַן פּנים האָט געשטראַלט פֿאַר נחת. פֿאַר מיר איז געווען אַ פֿרייד, צו הערן בורגס ייִדישע שפּראַך — ער רעדט דאָך "אונדזער" בוקעווינער לשון, דעם דיאַלעקט פֿון מײַן משפּחה, קרובֿים און משפּחה־פֿרײַנד.

מאָטל האָט אונדז שפּעטער געוויזן דאָס "ייִדישע נאַציאָנאַל־הויז", וואָס מע האָט פֿאַר­ענדיקט בויען אין 1908 באַלד נאָך דעם ווי די טשערנעוויצער שפּראַך־קאָנפֿערענץ איז פֿאָר­געקומען. דעריבער איז דער ערשטער טאָג פֿון דער דעמאָלטיקער קאָנפֿערענץ אָפּגעהאַלטן געוואָרן אינעם "אוקראַיִנישן נאַציאָנאַל־הויז", און די אַנדערע טעג פֿון דער קאָנפֿערענץ אין דער פֿילהאַרמאָניע בײַם "מעל־פּלאַץ". הײַנט איז דאָס "ייִדישע נאַציאָנאַל־הויז" באַדעקט מיט אַ ריזיקן לײַוונט בשעת מע מאַכט דעם רעמאָנט.

אין "ייִדישן נאַציאָנאַל־הויז" געפֿינען זיך הײַנט עטלעכע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, פּונקט ווי אַמאָל. אין מײַן מאַמעס צײַט האָט מען דאָרטן געקענט געפֿינען דעם "ייִדישן שול־פֿאַראיין", וווּ מ‘האָט געהאַט אַ ייִדישע ביבליאָטעק און קינדער האָבן זיך געלערנט ייִדיש און ייִדישע ליטעראַטור מיט אַזוינע לערערס ווי דער לינגוויסט חיים גינינגער, און דער שרײַבער און פֿאָרשער איציק שוואַרץ (י. קאַראַ). נישט ווײַט האָט זיך געפֿונען דער בונדישער "מאָרגנרויט", וווּ מע האָט געלערנט ייִדיש מיט קינדער ווי אויך מיט אַרבעטער אויף ייִדיש אין קלאַסן פֿון שוסטערײַ, שנײַדערײַ, אאַ״וו.

דעם לעצטן אינדערפֿרי האָט אַ יונגער היסטאָריקער, אַן אַספּיראַנט אינעם טשער­נעוויצער אוניווערסיטעט, אָלעקסאַנדער בע­זאַ­ראָוו, מיר געוויזן די "ייִדישע גאַס", די אַלטע ייִדישע געגנט, וווּ ס‘האָבן זיך גע­פֿינען די שילן, דאָס אַמאָליקע אָרט פֿונעם ייִדישן מאַרק, און קלענערע און אָרעמערע ייִדישע הײַזער. אויך אין דעם טייל האָט מען געהאַלטן אין מיטן פֿון איבערבויען די גאַסן לכּבֿוד 600 יאָר טשערנעוויץ. בעזאַראָוו וועט זיך אָפּגעבן דעם זומער מיט אָרגאַניזירן די ייִדיש־קאָנפֿערענץ, און ער איז מיט מיר אַרײַן אינעם "אוקראַיִנישן נאַציאָנאַל־הויז" צו ווײַזן דעם היסטאָרישן זאַל.

וועגן דעם צעפֿאַלענעם ייִדישן בית־עולם פֿון טשערנעוויץ וועל איך שרײַבן די קומעדיקע וואָך.

אויפֿן "מעל־פּלאַץ" פֿאַר דער פֿילהאַרמאָניע
אויפֿן "מעל־פּלאַץ" פֿאַר דער פֿילהאַרמאָניע