קהילה־לעבן
"אַ זאָמבי־פּורים" בײַם "אַרבעטער־רינג"
"אַ זאָמבי־פּורים" בײַם "אַרבעטער־רינג"

אין ניו־יאָרק פֿעלן נישט קיין ברירות, ווי אַזוי צו פֿאַרברענגען פּורים. די קהילה לעכצט נאָך אַ געלעגנהייט משׂמח צו זײַן זיך נאָך אַ לאַנגן ווינטער, און ווי אַ דערמאָנונג אין דער פֿאַרבינדונג צווישן די סעזאָנען פֿונעם יאָר מיטן ייִדישן לוח, איז דער יום־טובֿ הײַנטיקס יאָר אויסגעפֿאַלן צוזאַמען מיטן ערשטן טאָג פֿרילינג. דערצו איז דער יום־טובֿ פֿאָרגעקומען אין אַ פֿרײַטיק, האָט מען געקענט פּראַווען די פֿאַרשיידענע פּורימדיקע שׂימחות, סײַ אין טאָג פֿון פּורים, סײַ שבת־צו־נאַכטס און זונטיק. (לייענט הרבֿ שורינס אַרטיקל וועגן דעם דרײַ־טאָגיקן פּורים אין ירושלים; "פֿאָרווערטס", מערץ 14).

מײַן פֿרוי נחמה און איך האָבן באַשלאָסן דאָס מאָל נישט צו הערן די מגילה אין אונדזער געוויינטלעכער שיל אין ברוקלין, ווײַל שוין עטלעכע יאָר ווי מיר קומען אָן צום מגילה־לייענען אַ פֿערטל שעה שפּעטער, און די שיל איז שוין פּוסט, ליידיק. וואָס איז געשען מיטן מגילה־לייענען? פֿרעג איך בײַם גוייִשן סטרוזש וואָס קערט די פּאָדלאָגע. "אַלע זענען שוין אַהיימגעגאַנגען" ענטפֿערט ער "איר דאַרפֿט קומען צו דער צײַט". איצט פֿאַרשטייט איר שוין, אַז דער מנין מײַנער באַשטייט נישט פֿון די ווילדסטע הולטײַעס.

זענען מיר געפֿאָרן דאָס יאָר צו דער אַלטער שיל אויף אַלט־בראָדוויי אין האַרלעם (די גאַס הייסט "אַלט־בראָדוויי"); אַ שיל וואָס עטלעכע יונגע־לײַט האָבן באַשלאָסן צו ראַטעווען און באַנײַען, זי זאָל נישט האָבן דעם זעלביקן גורל, וואָס די טוצן פּרעכטיק שיינע שילן אין דער בראָנקס און ברוקלין, וועלכע זענען געוואָרן קלויסטערס, אָדער חורבֿות, ווײַל פֿון יענע געגנטן האָבן די ייִדן זיך אַרויסגעצויגן. די "אַלטע בראָדוויי־שיל" פֿאַרמאָגט נאָך אַלע חנען פֿון די אַמאָליקע שילן: די שויבן באַפֿאַרבט, אַן ארון־קודש מיט צוויי ווילדע לייבן, אויסגעשניצט פֿון האָלץ, און אַלטע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון די אָמאָליקע מתפּללים פֿון די 1930ער און 1940ער יאָרן, ווען מע האָט גערעדט ייִדיש אין האַרלעם. איך האָב צווישן דעם מנין דערקענט מײַן חבֿר פּראָפֿ׳ אדם ניוטאָן פֿון ישיבֿה־אוניווערסיטעט, עליאָט כּהן, דער מוזיק־אַרכיוויסט פֿונעם "ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר", און דעם פּרעזידענט פֿון דער שיל, ד״ר שאול רודענסקי, וואָס קען ייִדיש און האָט אַמאָל געאַרבעט ווי דער אַדמיניסטראַטאָר אינעם "שלום־עליכם־קולטור־צענטער" אין בראָנקס. דער מנין פֿירט זיך אָרטאָדאָקסיש און די ווײַבער־שיל געפֿינט זיך אויבן אויף אַ באַלקאָן, וואָס קוקט אַראָפּ צו די מענער.

נאָכן מגילה־לייענען האָבן געשפּילט דרײַ באַקאַנטע קלעזמאָרים : פּיט רושעפֿסקי אויפֿן צימבל, אַדריאַן גרינבוים אויף דער פֿלייט, און דזשייק שולמאַן־מענט אויפֿן פֿידל. דער עולם האָט גענאַשט פֿאַרשיידענע מאַכלים און המן־טאַשן, געטרונקען אַ ביסל בראָנפֿן און אַפֿילו אַרײַנ­געכאַפּט אַ טענצל — אַ היי­מישע שׂימחה, נישט צו גרויס, נישט צו קליין אין אַן אַלט־מאָדישער סבֿיבֿה פֿון אַמאָל.

אָבער נאָך אַ שׂימחה האָט געוואַרט אויף אונדז אין טיפֿן ברוקלין, אַ הוליאַנקע פֿון אַ גאָר אַנדער שניט. אין פֿלעטבוש, אינעם זאַל פֿון אַ שיל, זענען מיר געפֿאָרן צו פֿאַרברענגען אויף דעם יערלעכן "טשאָלנט"־פּורים. די שׂימחה ציט צו יעדעס יאָר אַן אינטערעסאַנטן געמיש פֿון מענטשן — חסידישע יונגע־לײַט, וואָס ווילן זיך באַקענען מיט דער דרויסנדיקער וועלט, וועלטלעכע יונגען, וואָס ווילן אפֿשר צוריק קומען צו דער חסידישער וועלט, ווי אויך סתּם ייִנגלעך און מיידלעך, פֿון דאַנען און ישׂראל, וואָס ווילן גלאַט אַזוי פֿאַרברענגען. ווען מיר זענען אָנגעקומען האַלבע נאַכט, האָט די שׂימחה געהאַלטן אין פֿולן ברען, אָבער נישט לויט אונדזער געשמאַק, די "עלטערע לײַט". די מוזיק האָט גערוישט פֿון די הילכערס, און מע האָט געטאַנצט אויף אַזאַ אופֿן, אַז מע האָט נישט געקענט וויסן, צי מע טאַנצט טאַקע, צי מע שלאָגט זיך. ביז אין אַ געוויסן מאָמענט, האָט מען שוין קלאָר געזען — יאָ ס‘איז אַ געשלעג. פֿרעגט מיך בחרם פֿאַר וואָס? נאָך דעם ווי מע האָט זיך באַרויִקט, האָבן צוויי מיידלעך ווידער אָנגעהויבן זיך שטופּן און פּאַטשן. דערצו זענען אָנגע­קומען אַמבולאַנצן און אַוועק­געפֿערט די חבֿרה וואָס האָט זיך אָנגעשיכּורט, און ס‘איז זיי געוואָרן שלעכט. מיר זע­נען גיך אַהיימ­געפֿאָרן און גע­דאַנקט דעם אייבערשטן וואָס מיר זע­נען מער נישט יונג.

פֿרײַטיק, אינעם טאָג פֿון פּורים, האָב איך שוין קיין כּוח נישט געהאַט צו פֿאָרן זען די קינדער וואָס גייען פֿאַרשטעלט, מיט שלח־מנות אין די ייִדישע געגנטן פֿון ברוקלין. אָבער שבת־צו־נאַכטס האָט מען ווײַטער געפּראַוועט פּורים. קודם, זענען מיר געקומען זען די פּורים־שׂימחה אויף ענגליש פֿון "אַרבעטער־רינג" מיטן נאָמען "28 קאָנ­דאָמיניום־דירות שפּעטער: אַ זאָמבי־פּורים" אָנגעשריבן און רעזשיסירט פֿון שיינדל (דזשעני) ראָמיין. ראָ­מיין איז באַקאַנט פֿאַר איר ליאַלקע־טעאַטער, גאַסן־פֿאָר­שטע­לונגען און פּראָגרעסיווער פּאָליטיק. אויך בײַ דער פֿאָר­שטעלונג האָט מען געזען די יוגנט, אָבער להיפּוך צו דער פּורימדיקער שלעגערײַ, האָט מען דאָ זיך אָפֿן געקושט און געליבט.

מע פֿאַרברענגט אין דער "אַלט־בראָדויי"־שיל נאָכן מגילה־לייענען
מע פֿאַרברענגט אין דער "אַלט־בראָדויי"־שיל נאָכן מגילה־לייענען

אַדריאַן קופּער, די אָנפֿירערין פֿונעם דער­ציִונג־אָפּטייל בײַם "אַרבעטער־ריגנ" האָט אָנטיילגענומען אין דער שפּיל און, אַ דאַנק איר, האָט מען געהערט אַ ייִדיש וואָרט און ליד. די אָרגאַניזאַציע "ייִדן פֿאַר ראַסן־ און עקאָנאָמישן יושר" האָט אויך געשטיצט די פֿאָרשטעלונג וואָס האָט אַטאַקירט די קאַפּי­טאַליסטישע כּוחות אין דער שטאָט, וווּ מע בויט הײַזער נאָר פֿאַר די רײַכע. אין גע­ווי­סע מאָמענטן פֿון דער שפּיל האָט מען פֿאַר­בעטן פֿאָרשטייער פֿון פֿאַר­שיי­דענע גרו­פּעס וואָס קעמפֿן קעגן היימ­לאָזי­קייט, וואָס קעמפֿן פֿאַר מער יושר מצד אימי­גראַנטן, און פֿאַר מער דירות־הײַ­זער פֿאַרן מיטעלן און אַר­בע­טער־קלאַס. דער קלאַר­נעטיסט מײַק ווי­נאָ­גראַד און זײַן פֿײַנע קאַפּעליע האָט באַ­גלייט די שפּיל וואָס האָט זיך גע­ענדיקט מיט אַ טאַנץ.

פֿון אַ לינקער הו­ליאַנקע בין איך געפֿאָרן קיין באָראָ־פּאַרק, וווּ די חסידים האָבן ווײַ­טער געפּראַוועט פּורים. דאָרטן האָב איך זיך געטראָפֿן מיט מײַן געוועזענעם קאָלעגע לייזער בורקאָ און אַ גאַסט פֿון דײַטשלאַנד, יאַנינאַ וווּרבס. בײַ געוויסע חסידישע שטיב­לעך האָט מען געקענט הערן אַ פּורים־רבֿ, אָדער זען אַ פּורים־שפּיל אָדער פּשוט פֿאַר­ברענגען מיט ניגונים. אַזוי ווי די באָבעווער חסידים האָבן איצט צוויי רביים, קען מען פֿאָרן זען בײַ זיי צוויי שפּילן. איינע האָט מען פֿאָרגעשטעלט שבֿת־צו־נאַכטס, די אַנדערע, זונטיק. די מונקאַטשער שפּיל האָט מען אויך געקענט זען זונטיק אין אָוונט.

איך בין, אָבער, במשך פֿון די יאָרן גע­וואָרן אַ שטיקל סקולענער חסיד, און איך פֿאַרברענג בײַ זיי יעדעס יאָר פּורים־צו־נאַכטס. קודם־כּל, איז דער הויף כּמעט דער לעצטער פֿון די רומענישע רביישיע הויפֿן, און איך האַלט זיך פֿאַר אַ רומענישן. די אַנדערע, אַמאָליקע וויכטיקע רומענישע הויפֿן, ווי וויזשניץ, פֿירן זיך הײַנט לויטן אונגערישן שטייגער. והשנית, קען מען בײַ די סקולענער געפֿינען אַ קליין, היימיש, פֿרײַנדלעך חסידיש שטיבל.

מע האָט איבערגעבויט די קלויז, אָבער פֿון אינעווייניק זעט זי אויס נאָך אַלץ גאַנץ אַלט. מאָדערן איז זי זיכער נישט. איינס אַ זייגער בײַ נאַכט איז דער רבי אַרויסגעקומען און געגעסן זײַן שושן־פּורים־סעודה. אין אַ געפּאַקטן זאַל, בשעת מע האָט זיך צוגעקוקט, האָבן דרײַ מוזיקער געזונגען ניגונים אין אַ ווינקל. ווען איך בין שפּעטער צוגעגאַנגען צו די מוזיקער האָב איך באַמערקט, ווי זיי רעדן דורך אַ מאָביל־טעלעפֿאָן מיט עמעצן וועגן די ניגונים וואָס מע זאָל זינגען — אַמעריקע גנבֿ! בײַם טיש האָב איך צום ערשטן מאָל געהערט, ווי חסידים זינגען "וואָס וועט זײַן אַז משיח וועט קומען", אַוודאי אַן אַלט חסידיש ליד, אָבער ווי ווײַט איך ווייס, איז עס אַ ליד וואָס חסידים האָבן נאָך נישט רעקאָרדירט.

די געקומענע צום יום־טובֿ בײַם סקולענער רבין זענען אַ געמיש פֿון פֿאַרשיידענע חסידישע הויפֿן, ליטווישע און סתּם ייִדן (ווי איך). דער גײַסט איז אַ געהויבענער און אַלע ווייסן, אַז כאָטש דער רבי, שוין אין טיפֿן עלטער, איז געווען מסוכּן קראַנק פֿאַר אַ יאָרן, גאַרטלט ער אײַן אַלע זײַנע כּוחות צו פֿאַרברענגען מיט זײַנע חסידים אין אַ פֿריילעכער שטימונג. ווען דאָס געזאַנג ווערט גאָר לעבעדיק, שטעלט זיך פּלוצעם אויף דער רבי, און אַלע שטייען אויף צוזאַמען מיט אים און האַלטן זיך בײַם זינגען בײַ די הענט.

יעדן פּורים בײַם סקולענער קומען בדחנים, און דאָס יאָר איז נישט געווען קיין אויסנאַם. כאָטש מײַן באַליבטער היימישער בדחן, בנימין, איז נישט געקומען דאָס מאָל, איז יאָ געווען אַן אַנדערער און דערציילט "דזשאָקס", חכמות. צום ערשטן מאָל האָט מען געניצט אַ מיקראָפֿאָן בײַם טיש, און דאָס האָט, פֿאַרשטייט זיך, זייער געהאָלפֿן צו פֿאַרשטיין, וואָס מע רעדט. צווישן אַנדערע וויצן האָט דער בדחן דערציילט וועגן וואָרט "פּורים" און די פֿיר מאָל וואָס "פּור", (אַרויסגערעדט בײַ אים "פּיר") קומט פֿאָר. דער לעצטער משל איז געווען אינעם וואָרט "אַשר־יצר פּאַ־פּיר". דרײַ אַ זייגער בײַ נאַכט בין איך צוגעפֿאָרן צו באָבעוו צו געבן אַ קוק וואָס עס טוט זיך דאָרטן, און כאָטש ס׳איז שוין געווען נאָך דער פּורים־שפּיל, האָט מען געטאַנצט מיטן רבין אַרום דעם זאַל.

ווען איך האָב זיך געלייגט שלאָפֿן פֿאַר טאָג, האָב איך געטראַכט: וווּ נעמט מען נאָך כּוח אויף די זונטיקדיקע אַקטיוויטעטן. צום סוף, בין איך אויפֿגעשטאַנען אַזוי שפּעט, אַז כ׳האָב קוים געקענט באַווײַזן צו קומען אויף דער נײַער פֿאָלקסבינע־שפּיל — "די כּתובה"; פֿאַרפֿעלט די אַלע פּורים־שפּילן אין באָראָ־פּאַרק, אָבער פֿאָרט געזען אַ ייִדישע טעאַטער־שפּיל פּורים!