‫פֿון רעדאַקציע

דעם 7טן מײַ ווערט אײַנגעשוווירן ווי דער רוסלענדישער פּרעזידענט דמיטרי מעדוועדיעוו. שוין אויפֿן אַנדערן טאָג וועט דער רוסלענדישער פּאַרלאַמענט, די "דומאַ", באַשטעטיקן דעם געוועזענעם פּרעזידענט, וולאַדימיר פּוטין, אויפֿן אַמט פֿון פּרעמיער־מיניסטער.

די פּאָפּולערע שפּיל אין רוסלאַנד — "איך דיר, דו מיר" — איז אין פֿולן גאַנג, אַזוי אַז קיין שום אומדערוואַרטע "סורפּריזן" קאָנען דאָ נישט זײַן. פּוטין האָט פֿאַרזיכערט זײַן מאַכט פֿון אַלע זײַטן. ווי אַן עכטער פּאָליטישער אַרכיטעקט, האָט ער אויפֿגעבויט זײַן רעגיר־ליניע פֿון אויבן אַראָפּ,

ליטעראַטור, קונסט
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
צוויי זעלבסט־פּאָרטרעטן פֿון אײַזיק ראָזענבערג. געשאַפֿן אין 1911 (רעכטס), און 1915 (לינקס)

יעדע תּקופֿה נייטיקט זיך אין קולטו­רעלע פֿאָרגייער פֿונעם עבֿר, וועלכע פֿאַר­קערפּערן זײַנע שטימונגען און ווערטן. אין ענגלאַנד איז לעצטנס פּאָפּולער געוואָרן אײַזיק ראָזענבערג (1890—1918), אַ דיכטער און קינסטלער, וועלכער איז געפֿאַלן אויפֿן מערבֿדיקן פֿראָנט דרײַ חדשים פֿאַרן סוף פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה. דער אינטערעס צו ראָזענבערגן און אַנדערע ענגלישע דיכטער פֿון מלחמה־גריבער איז גאַנץ נאַטירלעך אינעם יאָר, ווען מען מערקט אָפּ דעם 90סטן יאָרטאָג זינט דעם סוף פֿון דער "גרויסער מלחמה", וואָס האָט געקאָסט ענגלאַנד אַ סך מער לעבנס, איידער אין דער צווייטער וועלט־מלחמה.

קונסט, װיסנשאַפֿט
שלאַנגען, מאָריץ קאָרנעליס עשער, 1969

אַ סך מענטשן טראַכטן, אַז פֿון אַלע מענטשלעכע באַשעפֿטיקונגען זענען קונסט און מאַטעמאַטיק צוויי סאַמע היפּוכדיקסטע זאַכן. די "קאַלטע וועלט" פֿון ציפֿערן און חשבונות פּאָרט זיך אין זייער שׂכל נישט צונויף מיט דער שעפֿערישער פֿרײַהייט פֿונעם קינסטלער. אַ טייל ליבהאָבער פֿון קונסט באַטראַכטן די מאַטעמאַטיקער כּמעט ווי אַ "באַזונדער פֿאָלק" מיט דיאַמעטראַל-קעגנזײַטיקע אינטערעסן.

מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק האָט דער וויסנ­שאַפֿטלעכער זשורנאַל "Vision Research" איבערגעגעבן, אַז די פֿאָרשער פֿונעם תּל-אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט האָט זיך אײַנ­גע­געבן צו שאַפֿן אַ קאָמפּיוטער-פּראָ­גראַם, וואָס קאָן אָפּשאַצן צוציִעוודיקייט פֿון פֿרויען. די פּראָגראַם איז געשאַפֿן געוואָרן דורך עמית קגיאַן (קאַגיאַן), אַן אַספּיראַנט פֿון קאָמפּיוטער-וויסנשאַפֿט, אונטער דער אָנפֿירערשאַפֿט פֿון פּראָפֿ׳ איתן רופּין און פּראָפֿ׳ גדעון דרור.

ייִדיש־וועלט
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מאַקס ווײַנרײַך

לעצטנס האָט מען אינעם "אַלגעמיינער זשורנאַל" אָנגעמאַכט אַ רעש וועגן דעם, אַז גבֿריאל ווײַנרײַך, דער ייִנגערער זון פֿונעם באַרימטן מאַקס ווײַנרײַך (1894—1969), האָט זיך פֿאַרגונען אַרויסצוגעבן אַ בוך וועגן דעם ווי ער איז, לפֿי־ערך לעצטנס, אַריבער צום עפּיסקאָפּאַלישן גלויבן און דאָרטן געוואָרן אַ גלח, רחמנא־יצילינו. מיר איז קלאָר, אַז דער גאַנצער טאַראַראַם בײַ אייניקע ייִדן אַרום גבֿריאל ווײַנרײַכן איז נישט מער ווי אַ תּירוץ אַרײַנצוזאָגן דעם ייִדישיזם בפֿרט און דער ייִדישער וועלטלעכקייט בכלל. ס׳פֿרעגט זיך: וויפֿל קינדער פֿון פֿרומע ייִדישע היימען זענען אין משך פֿון די לעצטע דורות נישט נאָר אַוועק פֿון פֿרומקייט נאָר פֿון ייִדישקייט בכלל,

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער צפֿונדיקער שטערן, דער שטערן פֿון מזל, וואָס הענגט אויפֿן הימל איבער מדינת־ישׂראל, פֿינקלט און ווינקט אַראָפּ צו איר, זינט איר אויפקום מיט זעכציק יאָר צוריק, מיט קעגנדײַטיקע אָנדײַטונגען. דער הערשער פֿון סיריע, דער יונגער באַשאַר על־אַסאַד, האָט געירשנט פֿון זײַן פֿאָטער כאַפֿעז על־אַסאַד, צוזאַמען מיט דעם דיקטאַ­טאָ­רישן רעזשים אין דעם לאַנד — אויך די טאָפּלדײַטיקע סטראַטעגיע, וואָס צילט צו פֿאַרשטאַרקן די פּאָליטישע פּאָזיציע פֿון סיריע און צו פֿאַרוואַנדלען זי אין אַ צענ­טראַלן און דאָמינירנדיקן פֿאַקטאָר אין מיטעלן מיזרח.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"איר זאָלט זײַן הייליק, ווײַל איך בין הייליק", האָט דער אייבערשטער אָנגעזאָגט די ייִדן. דער דאָזיקער אָנזאָג ווערט דרײַ מאָל איבערגעחזרט, אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים, אין דער הײַנטיקער פּרשה, וווּ עס זענען קאָנצענטרירט אַ סך מיצוות, וואָס האָבן צו טאָן מיט יושרדיקער אויפֿפֿירונג, בתוכם די מיצווה "ואָהבֿת לרעך כּמוך" — "האָב ליב דײַן חבֿר ווי זיך אַליין".

פּובליציסטיק, קהילה־לעבן
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די חב״ד־באַוועגונג, די איינציקע וואָס זוכט הײַנט־צו־טאָג צוצוציִען וואָס מער ייִדן, איז זייער אַקטיוו צווישן דעם רוסיש-רעדנדיקן עולם. דאָס קען מען זען אַפֿילו אין ניו-יאָרק. ערבֿ און בעת די יום-טובֿים ווערט די גאַנצע געגנט פֿון ברײַטאָן-ביטש פֿאַרפֿלייצט מיט יונגע חב״דני­קעס און חב״דניצעס, וואָס רעדן צו די פֿאַרבײַגייער אַן ערך אַזוי ווי עס טוען אויף די גאַסן אַזעלכע זאַכן די פּירסום-פֿאַרשפּרייטער פֿון כּלערליי מינים סחורה.

פּאָליטיק
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ס‘איז טאַקע אַ פֿאַקט, אַז נאָך דעם ווי די "קאַלטע מלחמה" האָט זיך פֿאַרענדיקט, איז אַמעריקע געבליבן דער איינציקער באַלע­באָס אין דער גלאָבאַלער וועלט־פּאָליטיק. דעם פֿאַקט אָבער האָט מען אין וואַשינגטאָן פֿאַרטײַטשט אויף אַן אייגענעם אופֿן: דאָס "ווײַסע הויז" קאָן איצט אַליין, אָן זיך אַן עצה טאָן מיט זײַנע פֿרײַנד, אָדער שׂונאים, אָנ­נעמען באַשלוסן און לייזן אַלע פּראָבלעמען.

ליטעראַטור
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
טשוקאָווסקי און זשאַבאָ­טינסקי (אויף רוסיש), בוך פֿון יעווגעניאַ איוואַנאָוואַ

דאָס בוך "טשוקאָווסקי און זשאַבאָ­טינסקי" (אויף רוסיש), צונויפֿגעשטעלט און רעדאַגירט דורך יעווגעניאַ איוואַנאָוואַ, איז אַרויס אין 2005, אָבער איך האָב עס איבערגעלייענט נאָר מיט עטלעכע טעג צוריק. איך ווייס, אַז איך קען זיך ניט גרויסן מיט אָט דער פֿאַרשפּעטיקונג, ווײַל ס׳איז אַ וויכטיקע פּובליקאַציע פֿאַר יעדן איינעם ווער עס באַשעפֿטיקט זיך מיט ייִדישער אינטעלעקטועלער געשיכטע.

אָבער קודם-כּל מוז איך דערקלערן עפּעס וועגן קאָרניי טשוקאָווסקי (1882—1969). דער נאָמען איז בלי-ספֿק זייער גוט באַקאַנט די לייענער פֿון "פֿאָרווערטס", וואָס זײַנען פֿאַרבונדן מיט רוסישער קולטור. טשוקאָווסקיס קינדער-לידער האָט דאָך געלייענט יעדעס קינד אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, און מע לייענט נאָך איצט.

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך האָב די טעג באַקומען אַ קאַלענדאַר אין קאָלומביע, וווּ ס'איז געשטאַנען געשריבן אַז מיטוואָך, דעם זעכצנטן אַפּריל, פּונקט אַכט אַ זייגער אין אָוונט, וועלן אין "דויטשעס הויז" האַלטן רעפֿעראַטן צוויי אָנגעזעענע אַקאַ­דעמישע וויסנשאַפֿטלער און גרויסע מומחים אויפֿן געביט — טשערנאָוויץ. דער פֿאָרטראָג איז געגאַנגען אונטערן רובריק: "דער אויפֿלעב פֿון טשערנאָוויץ אין ייִדישן זכר און געשיכטע". ביידע לעקטאָרן, דאַכט זיך מאַן און ווײַב, וואָס לויט מײַן אָבסער­וואַציע האָבן ביידע געטראָגן די זעלבע שיך, ווייך־לעדערנע קאַמאַשן, מסתּמא געקויפֿט אין טשערנאָוויץ. זי האָט געהייסן מאַריאַן הירש און ער, לעאָ שפּיצער, ביידע פּראָפֿע­סאָרן.

פּובליציסטיק
פֿון מילאַ הויזמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
באָריס מאַפֿציִער (אין מיטן) בעת דער באַגעגעניש מיט די ייִדישע אַקטיוויסטן

די וואַרעמע פרילינג־טעג פון אַפּריל־מײַ, וואָס ברענגען פֿאַר יעדן איינעם אַזוי פיל פֿרישע ענערגיע און כּוח, רופֿן אויך אַרויס בײַ אַ סך מענטשן, ספּעציעל בײַ יענע, וואָס קומען פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, דערמאָנונגען וועגן דעם לאַנג־דערוואַרטן נצחון איבער דעם פֿאַַשיסטישן דײַטשלאַנד, און דעם סוף פֿונעם חורבן. זינט דעמאָלט זענען שוין פֿאַרבײַ 63 יאָר, אָבער דער מענטשלעכער זכּרון קען זיך נישט באַרויקן, כּל־זמן עס זענען דאָ אומגעקומענע אָן אַ נאָמען און אָן אַ קבֿר.

רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

כ׳בין געוואָרן ממש אַ חסידה פֿון די ראַזעווע (whole wheat) פּראָדוקטן. ערשטנס, זענען זיי גרינגער פֿאַרן מאָגן. צווייטנס, צוליב דעם וואָס זיי זעטיקן גיכער אָן, עסט מען ווייניקער — און דאָס מיינט, אַז דער שאַנס פֿון אָנלייגן וואָג איז ווייניקער. דער טעם איז נישט פּונקט דער זעלבער ווי די פּראָדוקטן פֿון ווײַסער מעל, אָבער ס׳האָט זײַן אייגענעם חן.

1 פֿונט (450 גראַם) ראַזעווע לאָקשן
1/2 טעפּל ווייניק־פֿעטיקער ריקאָטאַ־קעז