רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

כ׳בין געוואָרן ממש אַ חסידה פֿון די ראַזעווע (whole wheat) פּראָדוקטן. ערשטנס, זענען זיי גרינגער פֿאַרן מאָגן. צווייטנס, צוליב דעם וואָס זיי זעטיקן גיכער אָן, עסט מען ווייניקער — און דאָס מיינט, אַז דער שאַנס פֿון אָנלייגן וואָג איז ווייניקער. דער טעם איז נישט פּונקט דער זעלבער ווי די פּראָדוקטן פֿון ווײַסער מעל, אָבער ס׳האָט זײַן אייגענעם חן.

1 פֿונט (450 גראַם) ראַזעווע לאָקשן
1/2 טעפּל ווייניק־פֿעטיקער ריקאָטאַ־קעז
3 לעפֿל איילבערט־בוימל
1/2 פֿונט (225 גראַם) סטרוטשקעס
1 ציינדל קנאָבל, צעהאַקט
1 לעפֿעלע זאַלץ
1/2 לעפֿעלע שוואַרצער פֿעפֿער
1 טעפּל קירש־טאָמאַטן (קליינטשיקע פּאָמידאָרן)
צעריבן שאָלעכץ פֿון אַ לימענע

זידט אַ טאָפּ געזאַלצן וואַסער איבער אַ גרויסן פֿײַער. גיט אַרײַן די לאָקשן און קאָכט זיי, ביז זיי ווערן ווייך. שטעלט אין אַ זײַט 1 טעפּל פֿונעם קאָכוואַסער, און גיסט אָפּ דאָס איבעריקע וואַסער. שיט די הייסע לאָקשן אַרײַן אין אַ גרויסער שיסל און מישט זיי אויס מיטן ריקאָטאַ־קעז.

הייצט אָן דעם איילבערט־בוימל אין אַ גרויסער פּאַטעלניע איבער אַ מיטעלן פֿײַער. גיט אַרײַן די סטרוטשקעס, קנאָבל, זאַלץ און פֿעפֿער און מישט כּסדר 4 מינוט לאַנג. גיסט אַרײַן דאָס טעפּל קאָכ­וואַסער און קאָכט ווײַטער, צווישן 2 און 4 מינוט. מישט אַרײַן די לאָקשן. צעטיילט די קירש־טאָמאַטן אויף דער העלפֿט און גיט זיי אויך אַרײַן.

צעטיילט דאָס לאָקשן־געמיש אין די באַזונדערע טעלער און גאַרנירט זיי מיטן צעריבענעם לימענע־שאָלעכץ.