- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
כ׳בין געוואָרן ממש אַ חסידה פֿון די ראַזעווע (whole wheat) פּראָדוקטן. ערשטנס, זענען זיי גרינגער פֿאַרן מאָגן. צווייטנס, צוליב דעם וואָס זיי זעטיקן גיכער אָן, עסט מען ווייניקער — און דאָס מיינט, אַז דער שאַנס פֿון אָנלייגן וואָג איז ווייניקער. דער טעם איז נישט פּונקט דער זעלבער ווי די פּראָדוקטן פֿון ווײַסער מעל, אָבער ס׳האָט זײַן אייגענעם חן.
1 פֿונט (450 גראַם) ראַזעווע לאָקשן
זידט אַ טאָפּ געזאַלצן וואַסער איבער אַ גרויסן פֿײַער. גיט אַרײַן די לאָקשן און קאָכט זיי, ביז זיי ווערן ווייך. שטעלט אין אַ זײַט 1 טעפּל פֿונעם קאָכוואַסער, און גיסט אָפּ דאָס איבעריקע וואַסער. שיט די הייסע לאָקשן אַרײַן אין אַ גרויסער שיסל און מישט זיי אויס מיטן ריקאָטאַ־קעז. הייצט אָן דעם איילבערט־בוימל אין אַ גרויסער פּאַטעלניע איבער אַ מיטעלן פֿײַער. גיט אַרײַן די סטרוטשקעס, קנאָבל, זאַלץ און פֿעפֿער און מישט כּסדר 4 מינוט לאַנג. גיסט אַרײַן דאָס טעפּל קאָכוואַסער און קאָכט ווײַטער, צווישן 2 און 4 מינוט. מישט אַרײַן די לאָקשן. צעטיילט די קירש־טאָמאַטן אויף דער העלפֿט און גיט זיי אויך אַרײַן. צעטיילט דאָס לאָקשן־געמיש אין די באַזונדערע טעלער און גאַרנירט זיי מיטן צעריבענעם לימענע־שאָלעכץ. Razeve produktenSubmitted by leonlab on Sun, 2008-05-04 21:07.
Ich shtim tzu az di razeve produkten zainen besser fir di gezundheit. Ich tzum baishpil ess nor a razev broit un ven ich bazuch a Subway restoran ich farlang nor a razeve bulke mit grinsen un kolbase shniten. |