דער צפֿונדיקער שטערן, דער שטערן פֿון מזל, וואָס הענגט אויפֿן הימל איבער מדינת־ישׂראל, פֿינקלט און ווינקט אַראָפּ צו איר, זינט איר אויפקום מיט זעכציק יאָר צוריק, מיט קעגנדײַטיקע אָנדײַטונגען. דער הערשער פֿון סיריע, דער יונגער באַשאַר על־אַסאַד, האָט געירשנט פֿון זײַן פֿאָטער כאַפֿעז על־אַסאַד, צוזאַמען מיט דעם דיקטאַטאָרישן רעזשים אין דעם לאַנד — אויך די טאָפּלדײַטיקע סטראַטעגיע, וואָס צילט צו פֿאַרשטאַרקן די פּאָליטישע פּאָזיציע פֿון סיריע און צו פֿאַרוואַנדלען זי אין אַ צענטראַלן און דאָמינירנדיקן פֿאַקטאָר אין מיטעלן מיזרח.
נישט געקוקט דערויף, וואָס סיריע ווערט באַטראַכט ווי איינע פֿון די עלטסטע ציוויליזאַציעס אין דעם ראַיאָן, און איר הײַנטיקע הויפּט־שטאָט דמשׂק איז געווען באַפֿעלקערט שוין מיט אַ וועלכע צען טויזנט יאָר צוריק — ווי עס ווערט באַקאַנט פֿון די אַרכעאָלאָגישע געפֿינסן אויף דעם אָרט — איז זי אָבער, ווי אַן אומאָפּהענגיקע מדינה, סך־הכּל מיט צוויי יאָר עלטער פֿון מדינת־ישׂראל: אין יאָר 1946 האָט סיריע זיך באַפֿרײַט פֿון דעם פֿראַנצויזישן מאַנדאַט (וועלכן פֿראַנקרײַך האָט, נאָך דער טערקישער הערשאַפֿט, באַקומען פֿון דער "פֿעלקער־ליגע" אין יאָר 1920); און ביז באַשאַר על־אַסאַדס פֿאָטער האָט איבערגענומען די מאַכט אין יאָר 1970, האָט אין דעם דאָזיקן לאַנד אין משך פֿון די ערשטע פֿיר און צוואַנציק יאָר זעלבשטענדיקייט "גערעגנט מיט רעוואָלוציעס", מיט פּוטשן און איבערקערענישן.
בײַ דער זײַט פֿון אָט דער "רעוואָלוציאָנערער אייראָפּעיִזירונג" האָט גלײַכצײַטיק געגליט דער פּאַטריאָטיש־שאָוויניסטישער יצר צו ווערן אַ גרויסמאַכט, אַ מין "סוריה השלמה" אונטערן נאָמען "גרויס־סיריע" און אַפֿילו אַ "גרויס־פּאַלעסטין", וואָס זאָל אײַנשלינגען אַלע שטחים פֿון מעסאָפּאָטאַמיע ביז דעם האַלב־אינדזל סיני. אין 1958 האָט די הערשנדיקע "באַאַט"־פּאַרטיי אָנגענומען די פּאַן־אַראַבישע קאָנצעפּציע פֿון דעם עגיפּטישן פּרעזידענט, אבדול נאַסער, און געשאַפֿן אַן עגיפּטיש־סירישע אוניע אונטערן נאָמען: "פֿאַראייניקטע אַראַבישע רעפּובליק", וואָס האָט זיך געהאַלטן נישט מער ווי דרײַ יאָר און איז זיך צעפֿאַלן אין יאָר 1961.
פֿאַר אַ גרויס־סיריע איז געווען גענוג די פּאַטראָנאַלע הערשאַפֿט איבער לבֿנון, איר שכנה פֿון מערבֿ, וועלכע האָט זיך געפֿונען אין געווירבל פֿון אַ כראָנישן בירגער־קריג און פֿון מלחמות צווישן די פֿאַרשיידענע עטנישע און רעליגיעזע עדות. אין אָט דעם כאַאָס האָט סיריע געפֿונען אַ פֿרוכטיקן באָדן פֿאַר אירע עקספּאַנסיאָניסטישע פּלענער. אין יאָר 1976 האָט אַסאַד אַרײַנגעשיקט אַהין 40,000 סירישע זעלנער "אײַנצושטעלן דאָרט אָרדענונג", און אַ מיליאָן אַרבעטסלאָזע סיריער האָבן געפֿונען אַרבעט אין לבֿנון. קרובֿ אַ פֿערטל פֿון זיי האָבן באַקומען די לבֿנונישע בירגערשאַפֿט, און אויף דעם אופֿן האָט סיריע קאָלאָזינירט און באַהערשט איר מערבֿדיקע שכנה.
די דאָזיקע הערשאַפֿט האָט אָנגעהאַלטן ביז מיט דרײַ יאָר צוריק, ווען עס איז דערמאָרדעט געוואָרן דורך דעם סירישן געהיים־דינסט דער קריסטלעכער פּרעמיער־מיניסטער כאַרירי און דער באַשלוס פֿון דעם זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען" האָט געצוווּנגען סיריע אויפֿצוגעבן די מיליטערישע אַקופּאַציע פֿון לבֿנון און צו עוואַקויִרן פֿון דאָרט אירע מיליטערישע כּוחות. סיריע האָט דאָרט אָבער איבערגעלאָזט די אַגענטן פֿון איר גגעהיים־דינסט, וואָס פֿירן זיך נאָך אַלץ דאָרט "ווי בײַ זיך אין דער היים".
די פֿײַנטלעכע שכנהשאַפֿט מיט ישׂראל האָט פֿון אָנהייב אָן אַוועקגעשטעלט סיריע פֿאַר אַ שאַרפֿער קאָנפֿראָנטאַציע מיט מדינת־ישׂראל, וועלכע האָט, בעת דער זעקס־טאָגיקער מלחמה אָפּגעריסן פֿון איר די גולן־הייכן. די אומאויפֿהערלעכע קאָנפֿליקטן מיט סיריע אין די פֿריִע יאָרן פֿון דער מדינה זענען אויך געווען פֿאַרבונדן מיט דער הערשאַפֿט איבער די רײַכע וואַסער־קוואַלן אויפֿן גולן און אַרום דער פֿאַרטיילונג פֿון זייערע וואַסערן צווישן די צוויי מדינות. אָבער זינט עס איז, אין 1974, נאָך דער סירישער מפּלה בײַם סוף פֿון דער יום־כּיפּור מלחמה, אײַנגעשטעלט געוואָרן די פֿאָרמעלע "כּוחות־צעשיידונג" צווישן ישׂראל און סיריע, איז די דאָזיקע דעמאַרקאַציע־ליניע געוואָרן די סאַמע רויִקסטע פֿון ישׂראלס אַלע גרענעצן מיט די אַרומיקע לענדער — נישט געקוקט דערויף, וואָס ישׂראל האָט — אין קעגנזאַץ צו אַלע אַנדערע דעראָבערטע טעריטאָריעס בעת דער זעקס־טאָגיקער מלחמה — דעם שטח פֿון גולן אַנעקסירט דורך אַ געזעץ, וועלכן די כּנסת האָט אָנגענומען מיט אַ מערהייט שטימען אין דעצעמבער 1981. דער קריגערישער קאָנפֿליקט צווישן ישׂראל און סיריע גייט אָבער אָן — דורך לבֿנון.
דער פֿאָטער כאַפֿעז על־אַסאַד האָט געהערשט גאַנצע 30 יאָר — פֿון 1970 ביז זײַן טויט אין יאָר 2000. ער איז באַטראַכט געוואָרן ווי דער "שטאַרקער מאַן", אַ ברוטאַלער דיקטאַטאָר, וועלכער האָט אומגעבראַכט קרובֿ צוואַנציק טויזנט נפֿשות, באַפֿעלנדיק דער אַרמיי צו דערשטיקן אין בלוט די מרידה פֿון די "מוסולמענישע ברידער" אין על־כאַמאַ — אָבער גראָד אין די לעצטע יאָרן פֿון זײַן לעבן איז ער געווען פֿיזיש שטאַרק אָפּגעשוואַכט און פֿאַרהעלטנישמעסיק מער פּראַגמאַטיש אין זײַנע מלוכישע גענג, וואָס האָט אים צום סוף באַווויגן צו דערקלערן, אַז אַ שלום מיט מדינת־ישׂראל איז אַ סטראַטעגישער ציל פֿון זײַן פּאָליטיק. זינט די צוויי צעשמעטערנדיקע מפּלות, וואָס די סירישע אַרמיי האָט געליטן פֿון צה"ל — אין יוני 1967 און אין אָקטאָבער 1973 — האָט ער אָבער אין דער זעלבער צײַט געשטרעבט צו פֿאַרשטאַרקן דעם מיליטערישן כּוח פֿון זײַן לאַנד, כּדי צו דערגרייכן אַ "באַלאַנס פֿון כּוח", אַ מיליטערישע גלײַכגעוויכט, ער זאָל קענען פֿאַרהאַנדלען מיט ישׂראל פֿון אַ פּאָזיציע פֿון כּוח, כּדי צו קענען דורך די פֿאַרהאַנדלונגען מיט ישׂראל צוריקקערן צו סיריע דעם גולן.
* * *
נאָך פֿאַרן אונטערשרײַבן דעם שלום־אָפּמאַך מיט עגיפּטן אין 1979 זענען די ישׂראלדיקע פּאָליטיקער געווען איבערצײַגט, אַז לבֿנון וועט אין יעדן פֿאַל זײַן די צווייטע אַראַבישע מדינה, וואָס וועט מאַכן שלום מיט ישׂראל. אין די ערשטע יאָרן פֿון דער מדינה האָבן געהערשט פֿרײַנדלעכע גוט־שכנישע באַציִונגען צווישן די קיבֿוצים און ייִשובֿים אין אויבערשטן גליל, לענג־אויס דער גרענעץ מיט לבֿנון, און די פּויערים פֿון די לבֿנונישע דערפֿער אויף דער אַנדערער זײַט גרענעץ.
די באַציִונגען צווישן ישׂראל און לבֿנון האָבן זיך אָבער געענדערט מיטן אויסברוך פֿון די עטנישע בירגער־מלחמות נאָכן פֿאַרטרײַבן קיין לבֿנון אַראַפֿאַטן און די גאַנצע אָנפֿירונג פֿון "פֿאַטאַך" און פֿון פּל"אָ, וועלכע האָבן באַהערשט און באַוואָפֿנט די פּאַלעסטינער אין די פּליטים־לאַגערן אויפֿן שטח פֿון לבֿנון.
מיר וועלן זיך דאָ איצט נישט אַרײַנלאָזן אין דער געשיכטע פֿון דעם "ראָמאַן" צווישן ישׂראל און לבֿנון — די "גוטע גרענעץ" בעת דעם בירגער־קריג אין 1976, דאָס שטעלן זיך פֿון ישׂראל אויף דער זײַט פֿון די קריסטלעך־מאַראָניטישע פֿאַלאַנגעס, דאָס אויפֿשטעלן דורך ישׂראל די דרום־לבֿנונישע אַרמיי און די אינוואַזיע פֿון גענעראַל אַריאל שרון אונטערן נאָמען "מבֿצע שלום הגליל" — צו ליקווידירן דאָס "פֿאַטאַך־לאַנד" און דעם פּל"אָ. אויף זייער אָרט איז אויפֿגעקומען דער מיליטערישער כּוח פֿון "כעזבאָלאַ", וואָס ווערט געשטיצט, געשולט און באַוואָפֿנט דורך דעם אויפֿגעקומענעם דראָענדיקן כּוח פֿון איראַן און, דער עיקר, דורך סיריע, וואָס איז אין צווישן געוואָרן דער צענטראַלער זײַל אין דער "אַקס פֿון שלעכטס" — ווי פּרעזידענט בוש האָט באַצייכנט די אַטאָמישע אַליאַנץ פֿון צפֿון־קאָרעע, איראַן און סיריע, און די טעראָריסטישע אַקס פֿון איראַן, סיריע און "כעזבאָלאַ". צו זיי איז צוגעקומען אויפֿן דרום, ווי דער פֿערטער שותּף צו דער דאָזיקער אַקס — דער אויסגעוואַקסענער כּוח פֿון "כאַמאַס".
אין דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה פֿון זומער 2006 און אין דעם איצטיקן פֿאַרמעסט מיטן "כאַמאַס" אין דעם עזה־שטרײַף עסן די אײַנוווינער פֿון מדינת־ישׂראל די ביטערע פּירות פֿון יענער "אָפּעראַציע צו פֿאַרזיכערן די רו אין גליל" פֿון די 18 יאָר 1982—2000, ווי אויך פֿון דער הערשנדיקער "קאָנצעפּציע" אין אַלע אירע פֿאָרמען.
* * *
ווי שוין אויבן געזאָגט, האָט דער איצטיקער הערשער פֿון סיריע געירשנט פֿון זײַן טאַטן די צוויי דעקלאַרירטע פּרינציפּן: אַ שלום מיט ישׂראל ווי אַ סטראַטעגישע ריכט־ליניע און דאָס דערגרייכן אַ "באַלאַנס פֿון כּוח" מיט ישׂראל, ווי אַ סטראַטעגישע נויטווענדיקייט. די אַמעריקאַנער מלחמה קעגן איראַק, מיט וועלכער סיריע האָט אַ לאַנגע גרענעץ, האָט פֿאַרפּלאָנטערט איר פּאָזיציע אין דער אַראַבישער וועלט פֿון קעגנזײַטיקע און קעגנזעצלעכע אינטערעסן, האָט פֿאַרשטאַרקט איר פֿאַרבינדונג מיט איראַן און האָט דערפֿאַר פֿאַרערגערט אירע פּאָליטישע און עקאָנאָמישע באַציִונגען מיט אַמעריקע און אייראָפּע. פֿון איין זײַט, האָט זי זיך גענייטיקט אין דער שטיצע פֿון איראַן, און פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט זי נישט געוואָלט בלײַבן איזאָלירט פֿון דער מערבֿדיקער וועלט.
מיט זעקס יאָר צוריק, אין יאָר 2000, איז סיריע צוגעשטאַנען צו דער איניציאַטיוו פֿון סאַודיע, וואָס איז אַדאָפּטירט געוואָרן דורך דער אַראַבישער ליגע — און איז איגנאָרירט געוואָרן דורך דער רעגירונג פֿון אַריאל שרון — אַן איניציאַטיוו, וואָס האָט בטל געמאַכט דעם אַראַבישן חרם אויף ישׂראל און די "דרײַ לאַוון פֿון כאַרטום": נישט אַנערקענען מדינת־ישׂראל, נישט אונטעהאַנדלען מיט איר און נישט שליסן מיט איר קיין שלום. די דאָזיקע דעקלאַראַציע איז אָנגענומען געוואָרן אין יאָר 1968, נאָך דער זעקס־טאָגיקער מלחמה, אויף דער קאָנפֿערענץ פֿון דער "אַראַבישער ליגע" אין דער הויפּט־שטאָט פֿון סודאָן. די איצטיקע רעזאָלוציע פֿון דער ליגע, וואָס איז באַזירט אויף דעם שלום־פּלאַן פֿון סאַודיע, רופֿט צו פֿאַרהאַנדלונגען מיט ישׂראל וועגן אַ שלום און אַ נאָרמאַליזאַציע מיט אַלע אַראַבישע לענדער — אויף דער באַזע פֿון דעם באַשלוס נומער 242 פֿון דער "יו־ען", וואָס אויך ישׂראל האָט דעמאָלט אַקצעפּטירט: אַ פֿולן שלום פֿאַר אַ פֿולן צוריקקער פֿון די באַזעצטע שטחים.
די רעגירונג פֿון מדינת־ישׂראל האָט דעמאָלט, אין יאָר 2002, פֿאַרווערט אַראַפֿאַטן צו פֿאָרן קיין ביירוט צו דער זיצונג פֿון דער אַראַבישער ליגע, כּדי צוצולייגן אויך די חתימה פֿון דער פּאַלעסטינער אָנפֿירונג צו אָט דעם היסטאָריש־וויכטיקן דאָקומענט.
מיט אייניקע חדשים צוריק איז די עקזעקוטיווע פֿון דער אַראַבישער ליגע זיך צוזאַמענגעקומען, אויף דער אײַנלאַדונג פֿון סיריע, אין דמשׂק, און האָט ווידער באַשטעטיקט דעם סאַודישן שלום־פּלאַן — אָבער דאָס מאָל שוין מיט כּלערליי באַוואָרענישן און מיט קריטיק קעגן דער פּאָליטיק פֿון ישׂראל. צוליב דער סירישער אַליאַנץ מיט איראַן, זענען בערך אַ העלפֿט פֿון די אַראַבישע מלוכה־מנהיגים צו דער קאָנפֿערענץ אין דמשׂק נישט געקומען.
אין מיטן דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה האָט דער סירישער הערשער באַסאַר על־אַסאַד אויסגעדריקט זײַן גרייטקייט צו פֿאַרהאַנדלען מיט ישׂראל. דער פּרעמיער אָלמערט האָט דאַן אין זײַן פֿריצײַטיקער נצחון־רעדע אָפֿנהאַרציק, אָבער פּאָליטיש נישט זייער קלוגהאַרציק, געזאָגט, אַז דאָס איז נישט אין די אינטערעסן פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
פֿון דעמאָלט אָן האָט אָלמערט אַפּגעגעבן מערערע סתּירותדיקע דערקלערונגען בנוגע דעם ענין. עס זעט אָבער אויס, אַז דאָ און דאָרט זענען שוין פֿון פֿריִער געוואָרן אײַנגעשטעלט זײַטיקע און נישט פֿאַרפֿליכטנדיקע קאָנטאַקטן, לאַנסירונגען צווישן כּלערליי פֿאַקטאָרן, און דאָס איז, קענטיק, געווען און געבליבן די סיבה, הלמאי ישׂראל האָט זיך ביז איצט "נישט מודה געווען" — כאָטש די גאַנצע וועלט ווייסט עס שוין, און דער אַמעריקאַנער קאָנגרעס האָט זיך שוין דערמיט באַשעפֿטיקט — אין דער באָמבאַרדירונג פֿון דעם אַטאָמישן רעאַקטאָר, וועלכן סיריע האָט באַקומען פֿון צפֿון־קאָרעע.
די ידיעה, אַז דער טערקישער פּרעמיער ערדאָגאַן זאָל האָבן איבערגעגעבן דעם סירישן פּרעזידענט בעתן וויזיט אין דמשׂק אַ מינדלעכן איבערווײַז, אַז ישׂראל איז גרייט צוריקצוקערן צו סיריע דעם גאַנצן שטח פֿון גולן, האָט אַרויסגערופֿן אַ שטאַרקן אָפּקלאַנג אין לאַנד און אַ שאַרפֿע רעאַקציע אין רעכטן לאַגער. די איניציאַטיוו איז געקומען, ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, מיט אַ קורצער צײַט צוריק מצד דעם פּאָליטישן ראַטגעבער פֿון סירישן פּרעזידענט, ד"ר סאַמיר אַ-טאַקי, וועלכער האָט זיך פֿאַר דעם געטראָפֿן מיטן טערקישן פּרעמיער ערדאָגאַן, און יענער האָט אויסגעדריקט דעם ווילן צו פֿאַרמיטלען צווישן סיריע און ישׂראל.
לויט דער טענה פֿון די סיריער, זענען שוין סיריע און ישׂראל אַדורכגעקומען בֿנוגע 80 פּראָצענט פֿון די שטרײַט־פּראָבלעמען צווישן ביידע לענדער — אין די געהיימע קאָנטאַקטן און אונטערהאַנדלונגען, וואָס כאַפֿעז על־אַסאַד האָט געפֿירט מיט ראַבינען, נתניהון און ברקן. דער אָפֿיציעלער סירישער ראַטגעבער ד"ר אַ־טאַקי האָט די וואָך געזאָגט, אַז עס לאָזט זיך מאַכן אַ פֿאָרשריט אין די פֿאַרהאַנדלונגען נאָך פֿאַר דעם אויסטויש פֿון די פּרעזידענטן אין אַמעריקע, כּדי צו אַנגאַזשירן זי אין דעם שלום־פּראָצעס.
אַזאַ אַנטוויקלונג וואָלט געווען שטאַרק לטובֿת דעם ישׂראלדיקן אינטערעס אַרויסצורײַסן סיריע פֿון דער טעראָריסטישער אַקס צווישן איראַן און "כעזבאָלאַ" ביז דעם "כאַמאַס". עס איז נישט אַנצונעמען, אַז אָלמערט זאָל זיך האָבן פֿאַרפֿליכטעט אַפּצוטרעטן דעם גאַנצן גולן, גענוי ווי עס איז נישט אָנצונעמען, אַז אַסאַד פֿאַרלאַנגט אולטימאַטיוו, אַז די געשפּרעכן זאָלן זײַן אָפֿענע, ווי עס שרײַבט די פּרעסע. אָבער ביידע נייטיקן זיך אין דער לעגיטימאַציע בײַ זייערע פֿעלקער.
עס איז אַ גרויסער ספֿק, צי סאַדאַט וואָלט געקומען אין נאָוועמבער 1977 קיין ירושלים, אויב משה דיין וואָלט נישט געהאַט פֿאַר דעם געמאַכט זײַן באַזוך בײַם קעניג פֿון מאַראָקאָ און צוגעזאָגט דורך אים דעם מצרישן פּרעזידענט, אַז ישׂראל איז גרייט צוריקצוקערן סיני. דער שלום — יעדער שלום — פֿאַרלאַנגט אַ טײַערן פּרײַז, ווײַל דער שלום איז אַ טײַערע זאַך.
תּל־אָבֿיבֿ, דער 29סטער אַפּריל 2008