פּאָליטיק

ס‘איז טאַקע אַ פֿאַקט, אַז נאָך דעם ווי די "קאַלטע מלחמה" האָט זיך פֿאַרענדיקט, איז אַמעריקע געבליבן דער איינציקער באַלע­באָס אין דער גלאָבאַלער וועלט־פּאָליטיק. דעם פֿאַקט אָבער האָט מען אין וואַשינגטאָן פֿאַרטײַטשט אויף אַן אייגענעם אופֿן: דאָס "ווײַסע הויז" קאָן איצט אַליין, אָן זיך אַן עצה טאָן מיט זײַנע פֿרײַנד, אָדער שׂונאים, אָנ­נעמען באַשלוסן און לייזן אַלע פּראָבלעמען.

דזשאָרדזש בושס קומען אינעם "ווײַסן הויז" האָט נאָך מער פֿאַרשאַרפֿט דעם מצבֿ, ווײַל דער נײַער פּרעזידענט האָט אַרויס­געוויזן אַ קנאַפּן וויסן און צו מאָל עם־הארצות אין די פֿראַגן פֿון וועלט־פּאָליטיק. נאָך מער, ער האָט אַרויסגעשטעלט אַמעריקע — און זיך גופֿא — ווי די איינציקע "דעמאָ­קראַטן־טרעגערס" פֿאַר דער גאָרער וועלט. דאָס "דעמאָקראַטישע כּישוף־שטעקעלע" אין זײַן האַנט האָט געזאָלט מיט איין פֿיר פֿאַרוואַנדלען אַפֿגאַניסטאַן אין אַ מין בעלגיע; פּאַקינסטאַן — אין ענגלאַנד; איראַק — אין שווייץ; און די אַראַבישע וועלט — אין אַ מין אייראָפּעיִשן פֿעלקער־פֿאַרבאַנד. אַזאַ פּרימיטיווער, גראָדליניקער צוגאַנג צו די קאָמפּליצירטע פּראָבלעמען פֿון דער וועלט־פּאָליטיק, פֿאַרבונדן מיט עקאָנאָמישע, רעלי­גיעזע, היסטאָרישע, סאָ­ציאַלע, קולטורעלע אַנדערשקייטן פֿון לאַנד און פֿאָלק, האָבן גלײַך געבראַכט צו היפּוכדיקע רעזולטאַטן.

דער טראַגישסטער פֿאַל איז — איראַק. די טראַגעדיע פֿון דעם לאַנד באַשטייט נישט אין דעם, וואָס אַמעריקע איז אַהין אַרײַנגעדרונגען. די מלחמה וואָלט, פֿריִער אָדער שפּעטער, סײַ־ווי אויסגעבראָכן; די צרות האָבן זיך אָנגעהויבן שוין נאָך דער אַמעריקאַנער אינטערווענץ, ווײַל פּרעזידענט בוש האָט געמיינט, אַז ס‘איז גענונג נאָר אַראָפּצונידערן דעם דיקטאַטאָר כוסיין און אײַנצופֿירן אַ דעמאָקראַטישע קאָנסטיטוציע, און די איראַקער וועלן ווערן גליקלעך.

וואָס שייך רוסלאַנד, האָט בוש, צוליב זײַן נישט־קאָמפּעטענטקייט, געהאַלטן, אַז מאָסקווע, נאָכן פֿאַרשפּילן די "קאַלטע מלחמה" איז נישט דער קעגנער, וואָס מע דאַרף אויף אים לייגן אַכט. בוש האָט, אַ פּנים, נישט געוווּסט, אַז רוסלאַנד, צוליב דעם געאָגראַפֿישן אָרט, רײַכע נאַטור־אוצרות, ווי אויך די טיפֿע היסטאָרישע פֿאַר­בינדונגען מיט די לענדער פֿון אייראָפּע און אַזיע, שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן ערנסטן כּוח אין דער גלאָבאַלער שפּיל. עס וואָלט געדאַרפֿט אויסזען, אַז דער מערבֿ, שטייענדיק אַליין פּנים־אל־פּנים קעגן דער נײַער סכּנה — דעם וועלט־טעראָריזם און איסלאַמישן עקס­פּאַנסיאָניזם — דאַרף אַרויסהעלפֿן רוסלאַנד זיך שטעלן וואָס גיכער אויף די פֿיס, אַרײַנ­ציִען דאָס לאַנד אין דער שיטה פֿון גלאָבאַלער זיכערהייט, מאַכן רוסלאַנד פֿאַר אַ וויכטיקן שותּף אינעם קאַמף קעגן דעם אַלגעמיינעם שׂונא פֿון 21סטן יאָרהונדערט. אַנדערש געזאָגט, טאָן דאָס, וואָס דער מערבֿ האָט געטאָן מיט דײַטשלאַנד נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה.

צום באַדויערן, זײַנען די מערבֿ־לענ­דער געבליבן שטיין אין אַ זײַט און זיך צוגעקוקט ווי רוסלאַנד אין יעלצינס רעגירן ווערט צעשלעפּט און צעגנבֿעט. אַזוי האָבן זיך אויפֿגעפֿירט די לענדער פֿון "אַנטאַנטע", ווען דײַטשלאַנד האָט פֿאַרשפּילט די ערשטע וועלט־מלחמה. ווי אַ פּועל־יוצא פֿון אַזאַ גלײַכגילט, איז שפּעטער געקומען צו דער מאַכט היטלער מיט זײַן קליקע.

וואָס זשע קומט הײַנט פֿאָר אין רוסלאַנד גופֿא?

די רעאַקציע פֿון רוסלאַנד אויף די באַ­ציִונגען צו איר מצד דעם מערבֿ האָט גע­בראַכט צום שאַפֿן די אַזוי גערופֿענע "נײַע קאָנצעפּציע פֿון זיכערהייט", אָדער "פּוטין־דאָקטרינע". אין תּוך גערעדט, איז עס אַן ענטפֿער אויף די אַלע טריט, וואָס מאָסקווע דעפֿינירט זיי ווי אַ סכּנה פֿאַר איר זיכערהייט, אָדער אַ שטעלונג פֿאַר איר סוּווערעניטעט.

אין וואַשינגטאָן און אין די הויפּטשטעט פֿון אייראָפּע קוקט מען הײַנט מיט האָפֿענונג אויף פּוטינס יורש — דמיטרי מעדוועדיעוו. מע האַלט, אַז מעדוועדיעוו איז נישט פֿאַרבונדן מיט די זיכערהייט־סטרוקטורן. מיט אים וועט, כּלומרשט, זײַן גרינגער זיך צונויפֿצורעדן. אומזיסטיקע האָפֿענונגען! די סיבה דערפֿון שטעקט אַפֿילו נישט אין אים גופֿא און נישט אין דעם ווי ממשותדיק איז די מאַכט די. "פּוטין־דאָקטרינע" — איז נישט קיין פּאַטענט, וואָס געהערט צו פּוטינען; דאָס איז אַ רעאַקציע אויף אומצוברענגען רוסלאַנד מצד וואַשינג­טאָן און דער מערבֿ בכלל, אַ רעאַקציע אויף דעם צעראַבעווען רוסלאַנדס נאַטור־אוצרות, אויף דער אָרעמשאַפֿט און הפֿקרות פֿון יעלצינס צײַטן. אין דער זעלביקער צײַט איז עס אַ רעאַקציע פֿון אַ יונגן וואָלף, וואָס האָט אויסגעהיילט זײַנע וווּנדן און וואָס פֿאָדערט מע זאָל אים לאָזן צו פֿאַרנעמען אַ בכּבודיק אָרט צווישן אַנדערע וועלף.

ס‘איז וויכטיק צו באַטאָנען: וואָס שייך די באַציִונגען צום מערבֿ, זײַנען זיי איינ­שטימיק סײַ צווישן די פֿאַרשיידענע פּאָלי­טישע עליטעס אין רוסלאַנד און סײַ צווישן דער ברייטער געזעלשאַפֿטלעכקייט. אַזאַ רעאַקציע איז נישט שווער צו דערקלערן. ס‘איז גענונג צו דערמאָנען דעם בײַשפּיל, ווען וואַשינגטאָן האָט איבערצײַגט מיכאַיִל גאָרבאַטשאָוון, אַז אויב דער ראַטן־פֿאַרבאַנד וועט נישט שטערן אײַנצושליסן דאָס פֿאַראייניקטע דײַטשלאַנד אין "נאַטאָ", וועט "נאַטאָ" נישט פֿאַרשפּרייטן זיך ווײַטער אויף מיזרח. גאָרבאַטשאָוו האָט זיך געלאָזט אײַנרעדן און זיך צום סוף באַנאַרישט.

ווײַטער: אין יאָר 1999, בלויז עטלעכע וואָכן נאָכן אײַנשליסן אין "נאַטאָ" פּוילן, אונגאַרן און טשעכיע, האָט דער אַליאַנץ זיך אָפּגעזאָגט, אַז מאָסקווע זאָל זײַן אַ פֿאַרמיטלער אויף די באַלקאַנען צווישן די מערבֿ־לענדער און בעלגראַד. אַזאַ באַציִונג האָט מען אין רוסלאַנד אויפֿגענומען ווי אַ שפּײַ אין פּנים, ווי אַ דערנידערונג נישט בלויז פֿון פּרעזידענט יעלצינען, נאָר דעם גאַנצן רוסישן פֿאָלק. גראָד דער "שפּײַ" האָט געמאַכט אַ סוף צו דער תּקופֿה פֿון מיטאַרבעט און געבראַכט צו דער "נײַער קאָנצעפּציע פֿון זיכערהייט".

שאַרפֿע סתּירות צווישן וואַשינגטאָן און מאָסקווע רופֿט אַרויס דער פּלאַן פֿון פֿונאַנ­דערצוּוויקלען די אַנטיראַקעטן־סיסטעם אין אייראָפּע. אמת, רוסלאַנדס אַרגומענטן קעגן דער ראַקעטן־אינסטאָלירונג, זײַנען נישטיקע, ווײַל קיין שום סכּנה פֿאַר רוסלאַנד שטעלן מיט זיך די ראַקעטן נישט פֿאָר. אָבער אָט וואָס עס שרײַבט וועגן דעם פּלאַן די באָס­טאָנער צײַטונג Boston Globe: "די קעגנראַ­קעטן־סיסטעם איז אַ נאַרישע מעשׂה. ביז די אויספּרוּוון וועלן נישט באַשטעטיקן, אַז די דאָזיקע שיטה, ווי זי זעט איצט אויס, איז פֿעיִק אונטערצושיידן די אמתע ראַקעטן מיט שלאַכט־שפּיצן, פֿון די פֿאַלשע, וועלן די טעכנישע אַרגומענטן קעגן איר אינסטאָלירונג שפּילן אַ וויכטיקע ראָלע... אויב די סיסטעם איז געצילט אויסשליסלעך קעגן איראַן, מיינט עס אפֿשר אויך, אַז אַמעריקע האָט שוין שלום געמאַכט מיטן פֿאַקט, אַז טעהעראַן וועט סײַ־ווי ווערן אַ נוקלעאַרע מדינה?"

ס‘איז שווער נישט מסכּים צו זײַן מיט די אויספֿירן פֿון דער צײַטונג. פּונקט ווי מיט די ווערטער פֿונעם געוועזענעם דײַטשישן אויסערן־מיניסטער האַנס־דיטריך גענשער: "שוין זשע מיינט טאַקע עמעצער ערנסט, אַז אָן רוסלאַנדס שותּפֿות וועלן מיר קאָנען לייזן די פּראָבלעמען, וואָס די צוקונפֿט גרייט אונדז צו? שוין זשע מיינט עמעצער, אַז אָן דער מיטאַרבעט מיט רוסלאַנד וועלן מיר קאָנען אַרויפֿגיין אויפֿן וועג פֿון אַ נײַער פּאָליטיק מכּוח באַשיצן דעם קלימאַט אָדער אין געביט פֿון אַנטוויקלען אַלטערנאַטיווע ענערגיע?"

זיך דערשלאָגן אַזאַ מיטאַרבעט וועט אויספֿאַלן, לאָמיר האָפֿן, אויפֿן גורל פֿון דעם מענטש, וואָס וועט זיך אין 2009 אַרײַנציִען אינעם "ווײַסן הויז".