- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
יעדע תּקופֿה נייטיקט זיך אין קולטורעלע פֿאָרגייער פֿונעם עבֿר, וועלכע פֿאַרקערפּערן זײַנע שטימונגען און ווערטן. אין ענגלאַנד איז לעצטנס פּאָפּולער געוואָרן אײַזיק ראָזענבערג (1890—1918), אַ דיכטער און קינסטלער, וועלכער איז געפֿאַלן אויפֿן מערבֿדיקן פֿראָנט דרײַ חדשים פֿאַרן סוף פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה. דער אינטערעס צו ראָזענבערגן און אַנדערע ענגלישע דיכטער פֿון מלחמה־גריבער איז גאַנץ נאַטירלעך אינעם יאָר, ווען מען מערקט אָפּ דעם 90סטן יאָרטאָג זינט דעם סוף פֿון דער "גרויסער מלחמה", וואָס האָט געקאָסט ענגלאַנד אַ סך מער לעבנס, איידער אין דער צווייטער וועלט־מלחמה. אין איינעם מיטן אַנדערן באַרימטן ענגלישן מלחמה־דיכטער פֿון ייִדישן אָפּשטאַם, זיגפֿריד שׂשׂון, געהערט ראָזענבערג צו די קלאַסישע פֿיגורן פֿון דער ענגלישער דיכטונג. אָבער להיפּוך צו אַנדערע דיכטער, וועלכע האָבן געדינט אויפֿן פֿראָנט, איז ראָזענבערג ניט געווען קיין אָפֿיציר. ווי אַ פּשוטער ייִדישער בחור פֿון דער אָרעמער לאָנדאָנער געגנט, איז ער געווען סתּם אַ זעלנער און האָט זיך דווקא ניט גוט צוגעפּאַסט צום מיליטירישן לעבן. ער איז אַוועק צו דינען פֿרײַוויליק, האָפֿנדיק, אַז דאָס וועט אים ברענגען אַ ביסל געלט. דער פּשט פֿון זײַן דיכטונג איז די שׂינאה צו דער טאָג־טעגלעכער רוטין פֿון דער מלחמה און די אומזיניקייט פֿונעם מיליטערישן לעבן. אָבער די אימאַזשן און מעטאַפֿאָרן זײַנע געהערן צו די סאַמע אָריגינעלע און דרייסטע חידושים אין דער ענגלישער ליטעראַטור, אין דער טראַדיציע פֿון דער מעטאַפֿיזישער דיכטונג. אַ דאַנק דעם, איז ראָזענבערג אַרײַן אינעם קאַנאָן פֿונעם ענגלישן מאָדערניזם באַגלײַך מיט אַזעלכע גדולים ווי ט. ס. עליאָט און עזראַ פּאַונד. ראָזענבערג איז געווען ניט נאָר אַ דיכטער, אָבער אויך אַן אָריגינעלער און טיפֿזיניקער קינסטלער. אַרום פֿופֿציק ווערק פֿון זײַן מאָלערישער ירושה ווערן אויסגעשטעלט אין דעם בן־אורי ייִדישן קונסט־מוזיי, וואָס פֿאַרנעמט אַ פּאָר קליינע צימערן אין דער באַלעבאַטישער לאָנדאָנער געגנט סענט־דזשאָנס־וווּד. דאָס איז די זעקסטע אויסשטעלונג פֿון דער סעריע "ווײַטשעפּל בויס", וואָט איז געווידמעט דעם לעבן און דער שאַפֿונג פֿון וויכטיקע קולטורעלע פֿיגורן פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדישן אָפּשטאַם. די דאָזיקע אויסשטעלונגען קומען פֿאָר יעדע צוויי־דרײַ יאָר און ווערן כּסדר באַגלייט מיט וואָגיקע מאָנאָגראַפֿישע פֿאָרשונגען וועגן זייערע העלדן. אַזוי אַרום ווערט בהדרגה געבויט אַן ענגליש־ייִדישער קולטורעלער קאַנאָן. צו דער בראַנזשע געהערן די ייִדיש־ענגלישע ליטעראַטן און קינסטלער, וועלכע שטאַמען פֿון אָרעמע ייִדיש־רעדנדיקע משפּחות: מאַרק גערטלער, דוד באָמבערג, יוסף לעפֿטוויטש. דאָס סאַמע אינטערעסאַנטע אויף ראָזענבערגס אויסשטעלונג זײַנען זײַנע זעלבסט־פּאָרטרעטן. ראָזענבערג האָט שטודירט מאָלערײַ אין דער לאָנדאָנער קונסט־שול "סלייד", אָבער ער איז געווען צו אָרעם, כּדי צו דינגען אַ לעבעדיקע מאָדעל, און האָט דערפֿאַר אָפֿטמאָל געמאָלט זיך אַליין. דאָס איז אַוודאי ניט די איינציקע סיבה, פֿאַרוואָס ער האָט געמאָלט זײַנע זעלבסט־פּאָרטרעטן. לויט זײַן טבֿע איז ראָזענבערג געווען אַ מרה־שחורהניק. זײַן איידעלן כאַראַקטער זעט מען בולט אָן אין די דאָזיקע געשטאַלטן, וואָס רופֿן אַרויס מיטגעפֿיל צום קינסטלער, בפֿרט אַז מ׳באַקענט זיך מיט זײַן לעבן. ראָזענבערג האָט געקוקט אויף זיך מיט אַ שטיקל ביטערער איראָניע, ער האָט זיך געהאַלטן פֿאַר אַ "באַשעפֿעניש פֿון דער פֿײַנסטער ציוויליזאַציע, וואָס מען האָט אײַנגעפֿלאַנצט אין אָט דעם באַרבאַרישן לאַנד". הײַנט, ווען מען דערמאָנט ראָזענבערגס נאָמען, גיט מען כּסדר צו, אַז ער וואָלט געקאָנט ווערן אַ צענטראַלע פֿיגור אין דער מאָדערנער ענגלישער ליטעראַטור. ס׳קאָן זײַן, אַז דאָס איז אמת, אָבער ווען מען קוקט אויף ראָזענבערגס זעלבסט־פּאָרטרעטן און מע פֿאַרגלײַכט זיי מיט די פּנימער פֿון די אַנדערע ענגלישע ליטעראַטן פֿון יענער תּקופֿה, וועלכע האָבן געשטאַמט פֿון רײַכערע און מער אײַנגעפֿונדעוועטע פֿאַמיליעס, הייבט מען אין דעם אָן צווייפֿלען. ווי אַזוי וואָלט זיך ראָזענבערג געקאָנט אַרײַנפּאַסן אין דער סנאָביש־אַנטיסעמיטישער סבֿיבֿה פֿון "בלומסבערי"? און כאָטש אייניקע דעה־זאָגער פֿון ענגלישן מאָדערניזם, ווי למשל עליאָט, האָבן יאָ געהאַלטן פֿון זײַן טאַלאַנט, איז ער אָנערקענט געוואָרן ערשט אַ סך יאָרן שפּעטער נאָך זײַן טויט. אָבער ווען מען פֿאַרגלײַכט זײַנע בילדער מיט די ווערק פֿון זײַנע מיטצײַטלער אין מיזרח־אייראָפּע, אַזעלכע ווי מאַרק שאַגאַל אָדער נתן אַלטמאַן, מאַכט ראָזענבערגס שאַפֿונג זייער אַ באַשיידענעם אײַנדרוק. אינעם ענגלישן קולטורעלן קאָנטעקסט, וואָס איז געווען פֿאַרשלאָסן לגבי מאָדערניסטישע שטראָמונגען, איז ראָזענבערגס שאַפֿונג געווען אַ וויכטיקער אויפֿטו. אײַזיק ראָזענבערג איז ווי צוגעמאָסטן פֿאַרן הײַנטיקן היסטאָרישן מאָמענט. דאָס אייראָפּעיִשע ייִדנטום נייטיקט זיך אין אַ נײַעם קולטורעלן ייִחוס. די טראַגיש־העלדישע געשיכטע פֿון חורבן און אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל גייט בהדרגה אַוועק אינעם עבֿר, און מען זוכט נאָך אַזעלכע מאָמענטן, ווען דער גורל פֿון ייִדן האָט זיך איבערגעפֿלאָכטן מיטן גורל פֿון אייראָפּע. דער ליטווישער ייִד אײַזיק ראָזענבערג, וועלכער איז אויפֿגעוואַקסן אויף דעם סאַמע דנאָ פֿונעם ייִדישן געטאָ פֿון ווײַטשעפּל און האָט גערעדט בלויז ייִדיש ביז ער האָט אָנגעהויבן באַזוכן די ענגלישע שול, ווערט הײַנט געלויבט ווי דער סאַמע עצם פֿון דער ענגלישער דיכטונג. ראָזענבערג ווערט פֿאַרגליכן מיט וויליאַם בלייק, דעם באַרימטן דיכטער און קינסטלער פֿון סוף 18טן, אָנהייב 19טן יאָרהונדערט. עס ווילט זיך האָפֿן, אַז דער נײַער אינטערעס צו דעם ייִדישן ווײַטשעפּל וועט אויך אויפֿוועקן אַ ביסל אינטערעס צו דער ייִדישער קולטור פֿון ענגלאַנד בכלל. khosheber frayntSubmitted by moises kijak on Sun, 2008-05-04 20:43.
khosheber fraynt Krutikov, Moses, from whose loins I sprung, The blonde, the bronze, the ruddy, Isaac Rosenberg khosheber frayntSubmitted by moises kijak on Sun, 2008-05-04 20:37.
khosheber fraynt Krutikov, Moses, from whose loins I sprung, |