ייִדיש־וועלט
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מאַקס ווײַנרײַך
מאַקס ווײַנרײַך

לעצטנס האָט מען אינעם "אַלגעמיינער זשורנאַל" אָנגעמאַכט אַ רעש וועגן דעם, אַז גבֿריאל ווײַנרײַך, דער ייִנגערער זון פֿונעם באַרימטן מאַקס ווײַנרײַך (1894—1969), האָט זיך פֿאַרגונען אַרויסצוגעבן אַ בוך וועגן דעם ווי ער איז, לפֿי־ערך לעצטנס, אַריבער צום עפּיסקאָפּאַלישן גלויבן און דאָרטן געוואָרן אַ גלח, רחמנא־יצילינו. מיר איז קלאָר, אַז דער גאַנצער טאַראַראַם בײַ אייניקע ייִדן אַרום גבֿריאל ווײַנרײַכן איז נישט מער ווי אַ תּירוץ אַרײַנצוזאָגן דעם ייִדישיזם בפֿרט און דער ייִדישער וועלטלעכקייט בכלל. ס׳פֿרעגט זיך: וויפֿל קינדער פֿון פֿרומע ייִדישע היימען זענען אין משך פֿון די לעצטע דורות נישט נאָר אַוועק פֿון פֿרומקייט נאָר פֿון ייִדישקייט בכלל, פֿאַרשפּאָרן מיר דאָ אויסצורעכענען (וועלכער היימישער משומד האָט דען נישט געהאַט כאָטש איין פֿרומע באָבע־זיידע?). נאָר וועמען וועט עס אײַנפֿאַלן צו טראַכטן, אַז טאַקע צוליב זייערע פֿרומע וואָרצלען, זײַנען זיי לסוף געוואָרן פּאָלנע גויים? אָבער, ווי עס זאָגט אַ ייִדיש פֿאָלקסווערטל "אויף אַן אײַנגעפֿאַלענעם פּלויט שפּרינגען אַלע ציגן", און דעם ייִדישיזם איז געוואָרן אַ מאָדע אַרונטערצורײַסן, ווײַל ער איז נעבעך נישט אימשטאַנד זיך צו פֿאַרטיידיקן, שוין אָפּגערעדט וועגן נוקם זײַן זיך קעגן די אַלע, וואָס באַליידיקן אים.

טאָ לאָמיר דאָ לאָזן אין אַ זײַט די מעשׂים־תּעתּועים פֿון זײַנס אַ קינד, אַ קטן שנשבה בין העכו״ם (וועלכער איז אין דער אמתן, אויסער זײַן שמד, געווען און געבליבן אַ טאָטאַל אומבאַקאַנטער נאָמען אויף דער ייִדישער גאַס) און לאָמיר זיך בעסער פֿאַרנעמען מיט די מעשׂים־טובֿים פֿון זײַן פֿאָטער, מאַקס ווײַנרײַך, וועלכער האָט זיך כּשר פֿאַרדינט, אַז מען זאָל אים אָפֿטער, טיפֿער און בעסער געדענקען צווישן די מאָדערנע אַנשי־ייִדיש, און טאָן עס געוויינטלעך, און נישט דווקא בלויז בעת אַ יאָרצײַט.

די ערשטע באַגעגעניש

איך האָב זיך באַקענט מיט מאַקס ווײַנ­רײַך אין האַרבסט 1945, דאָס הייסט, קנאַפּע פֿינף יאָר נאָך זײַן אָנקומען קיין אַמעריקע. דער אויסברוך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט אים געהאַט גע­כאַפּט, צוזאַמען מיט זײַן בכור, אוריאלן, בײַ אַ לינגוויסטן־קאָנגרעס אין בריסל, בײַ וועלכן ער האָט געזאָלט האַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן דעם וואָס די אַלגעמיינע לינגוויסטיק קען זיך אָפּלער­נען פֿון דער נײַ־אויסגע­פֿאָרשטער געשיכטע פֿון ייִדיש. איך בין נאָך דעמאָלט קיין פֿולע 20 יאָר נישט אַלט געווען, און ער האָט באַלד געמאַכט אויף מיר אַ געוואַל­דיק־שטאַרקן אײַנדרוק מיט זײַן כּסדרדיקער באַטאָנונג פֿונעם דוחק פֿון וויסן, אי ייִדישן, אי אַלגעמיינעם, אין די ייִדישיסטישע רייען. דאָס איז כּל־ימיו געווען ווײַנ­רײַכס אַ הויפּט־שטריך און ער האָט ממש אָפּגעגעבן זײַן גאַנץ דערוואַקסן לעבן דאָס מתקן צו זײַן. דאָס איז בײַ אים אויך געווען די הויפּט־עובֿדה פֿונעם ייִוואָ, וועמענס וויסנשאַפֿטלעכער דירעקטאָר ער איז פֿרי געוואָרן און יאָרן־לאַנג געבליבן, נאָך איידער ער האָט אָפֿיציעל געטראָגן אָט דעם טיטל, און אויך נאָך דעם.

די ראָל און דער ציל פֿון אַקאַדעמישן וויסן

אַ ייִדישיסט איז ווײַנרײַך געוואָרן אין זײַן פֿריִער יוגנט, נאָך ייִנגלווײַז אין קור­לאַנד. ער איז דאָרטן אויפֿגעוואַקסן אין אַ באַלעבאַטיש־סוחרישער משפּחה, אינעם שטעטל גאָלדינגען (פֿון וואַנען עס האָט, אַגבֿ, געשטאַמט זײַן מיטצײַטלער און ייִוואָ־מיטאַרבעטער, דער שפּעטערדיקער קדוש זעליק קלמנאָוויטש), איז יונג אַוועק קיין ווילנע, די נאָענטסטע גרעסטע "ייִדישע שטאָט", און דאָרטן גענומען שרײַבן, דער עיקר, וועגן געזעלשאַפֿטלעכע ענינים, אַרומ­גערעדט אין אַ בונדיסטישער באַלײַכטונג. בהדרגה האָט ער זיך דאָרטן גענומען אויך שרײַבן וועגן דער ייִדישער געשיכטע, ייִדישער ליטעראַטור, ייִדישן פֿאָלקלאָר און, לסוף, וועגן ייִדישער לינגוויסטיק, וואָס איז געוואָרן די ספּעציאַליטעט, אין וועלכער ער איז געוואָרן אַ וועלט־אָנערקענטער מומחה.

אַ דאַנק זײַן כּסדרדיקער מיטאַרבעט, פֿירערשאַפֿט און שם צווישן דער ייִדישער אינטעליגענץ, איז אין 1925 אויפֿגעקומען אין ווילנע דער ייִוואָ ("ייִדישער וויסנשאַפֿטלע­כער אינסטיטוט"), אין וועלכן עס זענען לסוף געווען אָנגעשלאָסן און זיך מיטבאַטייליקט אי די ייִדישע פֿאָלקס־מענטשן, אי אינטעלעק­טואַלן פֿון גאַנץ פּוילן, די באַלטישע לענדער, רומעניע, צענטראַל־אייראָפּע, פֿראַנקרײַך, אַמעריקע, קאַנאַדע, דרום־אַמעריקע און, לכתּחילה, אַפֿילו פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. מיטן אויפֿקום און וווּקס פֿון ייִוואָ, וואָס איז פֿאַרלייגט געוואָרן ווי אַן אומפּאַרטיייִשע און איבערפּאַרטיייִשע אינסטיטוציע — "דער אוני­ווערסיטעט פֿאַר ייִדיש" — פֿאַרלאָזט ווײַנרײַך אָפֿיציעל דעם "בונד" און איז, מיט דער צײַט געוואָרן אַן אָפֿטער צילברעט פֿון קאָמוניסטי­שע אַטאַקעס און באַליידיקונגען.

דער ווײַנרײַכישער און דעם ייִוואָס גאַנג דורך ידיעות און געדולדיקער פֿאָרשונג, אָנשטאָט דורך לאָזונגען און פּראָפּאַגאַנדע, איז בײַם קאָמוניזם באַטיטלט געוואָרן מיטן אויסדרוק: "פֿאַשיזירטער ייִדישיזם". עד־היום געפֿינען זיך "געבליבענע און געוועזענע" ייִדישע קאָמוניסטן וואָס קענען נישט פֿאַר­שטיין און נישט פֿאַרגעבן ווײַנרײַכס אומ­פּאַרטיייִשקייט און זײַן נישט לאָזן זיך און דעם ייִוואָ צעברעכן אָדער פֿאַרכאַפּן דורך מאָסקווער מוסרים און משרתים.

מאַקס ווײַנרײַך מיטן קלאַס אין לאָס אַנדזשעלעסער אוניווערסיטעט, 1948
מאַקס ווײַנרײַך מיטן קלאַס אין לאָס אַנדזשעלעסער אוניווערסיטעט, 1948

ווײַנרײַך האָט אָפּגעגעבן זײַן לערערישע אַרבעט (ער איז געווען יאָרנלאַנג איינער פֿון די פּראָמינענטסטע לערער פֿון דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור אינעם באַרימטן "ווילנער ייִדישער לערער־סעמינאַר"), זײַן שרײַבן (זײַן ביבליאָגראַפֿיע ציילט זיכער מער ווי 1,000 פּאָזיציעס, צווישן די מאָנומענטאַלע ביכער, וואָס האָבן צו אים צוגעצויגן תּלמידים און חסידים פֿון איבער דער גאַנצער וועלט) און זײַן קאָלאָסאַל־שעפֿערישער און חידושים־פֿולע פֿאָרשונג פֿון אַ שלל מיזרח־אייראָפּעיִש־ייִדישע שטחים: דער עיקר, סאָ­ציאָלאָגישע, היסטאָרישע, פּסיכאָלאָגישע, פֿאָלקלאָריסטישע און קודם־כּל, לינגוויסטישע, זענען געוואָרן אַ שם־דבר. זעלטן ווען אין דער מאָדערנער ייִדישער געשיכטע האָט אַ ייִדיש־פֿאָרשער אויך בײַגעטראָגן אַזוי פֿיל צו אַזוי פֿיל פֿאַרשידנאַרטיקע שטחים, און האָט דאָס פֿעלד פֿון ייִדיש גלײַכצײַטיק באַ­רײַכערט פֿון אַזוי פֿיל פֿאַרשיידנאַרטיקע קוקווינקלען.

אַרויסענדיקנדיק דעם דאָקטאָראַט (אויפֿן שטח פֿון גערמאַנישער לינגוויסטיק) אין אַן אָנגעזענעם דײַטשן אוניווערסיטעט (מאַרבורג), אין די פֿריִע 1920ער יאָרן, איז ער דעמאָלט יונגערהייט געוואָרן כּמעט דער איינציקער אַקאַדעמיש־אויסגעשולטער ייִדיש לינגוויסט אין דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדיש־סבֿיבֿה. אַ דאַנק זײַנע טיפֿע ידיעות אויף דעם שטח, האָט ער גורם געווען אַ רעוואָלוציע אין דער אַרבעט אויף און וועגן ייִדישער לינגוויסטיק און ליטעראַטור־פֿאָרשונג, געבויט אויף דער נײַעסטער פֿאָרש־מעטאָדיק און אויף די זעלטנסטע מקורים אין די סאַמע רײַכסטע און סאַמע עלטסטע אייראָפּעיִשע אוניווערסיטעט־ביבליאָטעקן און אַרכיוון. ער האָט קלאָר באַוויזן, אַז אָן אַ טיפֿער באַקאַנטקייט מיט דײַטשישע דיאַלעקטן אין משך פֿון יאָרהונדערטער, קען מען נישט ריכטיק פֿאַרשטיין די אויספֿורעמונג פֿון ייִדיש. דרײַ גרונטאָוונע רעוואָלוציעס (פֿון קורלענדער דײַטש אויף ייִדיש, פֿון בונדיזם אויף כּלל־ישׂראלדיקן ייִדישיזם און פֿון פּאָליטישע אויף אַקאַדעמיש־לינגוויסטישע צוגאַנגען צום באַנעמען און פֿאַרענטפֿערן די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע פּראָבלעמאַטיק) האָט ווײַנרײַך בײַ זיך און אין זײַן סבֿיבֿה דורכגעפֿירט נאָך פֿאַר די 1920ער יאָרן, דאָס הייסט, נאָך העט פֿאַר זײַן אָנקומען קיין אַמעריקע און געקומען איז ער ווען ער איז געווען גענוג יונג און ענערגיש אויסצוּווירקן אַ טיפֿע אַקאַדעמיש־אויסגעשולטע און מקורים־באַזירטע השפּעה אויפֿן ייִדישן לעבן דאָ אינעם נײַעם לאַנד.

יוגנט־צענטרישקייט

באַלד בײַ אונדזער ערשטער באַגעגעניש, ווי שוין געזאָגט, בין איך מסכּים געווען צוריק צו קומען קיין ניו־יאָרק אין אַ וואָך־צוויי אַרום אויף דער ייִוואָ־קאָנפֿערענץ. ווײַנרײַך איז געווען אַן אומר־ועושׂה און ער האָט מיך תּיכּף פֿאַרבעטן אויף דער קומענדיקער ייִוואָ־קאָנפֿערענץ אין ניו־יאָרק. טאַקע אויף מאָרגן האָט ער מיר צוגעשיקט אַ טשעק פֿאַר די הין־און־צוריקיקע באַן־בילעטן, איך זאָל נישט האָבן קיין תּירוץ אויף נישט צו קומען "אַזש פֿון פֿילאַדעלפֿיע". די גאַנצע נסיעה האָט געקאָסט $5.00. איך האָב דעם טשעק נישט גענוצט נאָר אים אײַנגערעמט און ער הענגט בײַ מיר עד־היום אויף דער וואַנט פֿונעם צימער, וווּ אָט דאָס איצטיקע אַרטיקל ווערט געשריבן. אין משך פֿון די קומענדיקע 30 יאָר, וואָס איך האָב אים געקאָנט פֿון דער נאָענט, האָט ווײַנרײַך נישט פֿאַרפֿעלט קיין איין געלעגנהייט צוצוציִען צום ייִוואָ אַ יונגן מענטש, וואָס האָט פֿאַרמאָגט דרײַ וויכטיקע מעלות: האָט גוט געקענט ייִדיש, האָט פֿאַרמאָגט אַ מער־ווייניקער סאָלידע ייִדישע דערציִונג, און האָט געהאַט עפּעס אַן אינטערעס אין ווײַטער פֿאַרטיפֿן זײַן ייִדיש וויסן דורך מער אַוואַנסירטע ייִדישע לימודים.

צווישן ווײַנרײַכס גליק­לעכסטע שעהען אין יענע יאָרן זײַנען געווען די, וואָס ער האָט איבערגעלעבט בעתן אָנפֿירן פֿאַר אַזעלכע חבֿרה אַ קורס איבער די וויכטיקסטע ווערק פֿון דער נאָך־תּלמודי­שער ליטעראַטור בײַ ייִדן. דער ייִוואָ האָט זיך דעמאָלט גענייטיקט "ווי דאָס לעבן" אין יונגע כּוחות און מוחות; אַפֿילו מער ווי אין געלט אויף דורכצופֿירן די פּלענער און פּראָיעקטן וואָס ווײַנרײַך, צוזאַמען מיט אַזעלכע יונגע אַקאַדעמישע כּוחות, זענען געווען פֿעיִק אויסצוטראַכטן און דורכצופֿירן, אַפֿילו "אָן געלט אָדער כּמעט אָן געלט". אַ כאַראַקטעריסטישער "פּלאַן" פֿון די פֿריִע 1960ער יאָרן איז געווען אַ "קאָנפֿערענצעלע". למשל, בלויז עטלעכע חדשים נאָך אוריאלס טראַגישער פּטירה נאָך אַ שרעקלעכער קראַנקייט, איז מיר געלונגען צו פּלאַנירן און דורכצופֿירן אַן אַקאַדעמישע פּראָגראַם, האַלב אויף ענגליש און האַלב אויף ייִדיש, וועגן דער "סאָציאָלינגוויסטיק פֿון ייִדיש און אַנדערע מיעוטים־לשונות אין אַמעריקע". פֿאַר אָט דער פּראָגראַם האָב איך אויסגעפּועלט (ווי אַ מיטגליד פֿון זײַן קאָמי­טעט צו דערמוטיקן דעם אויפֿקום פֿון סאָציאָלינגוויסטיק אין אַמעריקאַנער אוני­ווער­סיטעטן) בײַם ניו־יאָרקער Social Science Research Council, אַ באַוויליקונג פֿון עטלעכע הונדערט דאָלאַר.

ווײַנרײַך האָט געהאַלטן, אַז דאָס דורכ­פֿירן אַ פֿאַרזאַמלונג פֿון צוויי טעג און אַ צענדלינג רעפֿעראַטן בשותּפֿות מיטן SSRC, איז פֿאַרן ייִוואָ געווען ווערט "מיט גאָלד גלײַך". עס איז געווען פּונקט לויט זײַן דרך פֿון כּסדר פֿאַרבינדן די ייִדיש־פֿאָרשונג מיט די נײַעסטע מעטאָדן און טעמעס פֿון דער אַלגעמיינער לשון־און־קולטור פֿאָרשונג.

ווײַנרײַכס יוגנט־צענטרישקייט בשײַכות מיט דער ייִוואָ־בויונג אין אַמעריקע, איז געווען אַ המשך פֿון זײַן יוגנט־צענטרישקייט נאָך פֿון דער ווילנער־תּקופֿה, ווען זײַן גרונטיק און נאָוואַטאָריש בוך "דער וועג צו אונזער יוגנט" (1935) האָט אָנגעמאַכט אַ רושם צוליב זײַנע טיפֿע סאָציאַל־פּסיכאָלאָגישע ידיעות און טאָטאַלער באַפֿרײַטקייט פֿון די אַלע אייביק־צעקריגטע פּאָליטישע ריכטונגען און פֿאָראורטיילן אויף דער ייִדישער גאַס. די יוגנט־פּסיכאָלאָגיע ("ווי אַזוי צו ברענגען די ייִדישע יוגנט צו ייִדיש", אַ טעמע אויפֿן סדר־היום בײַ דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ פֿון 1908) איז געווען אַ טעמע, וואָס ווײַנרײַך האָט טיף באַאַרבעט בעתן פֿאַרברענגען אַ יאָר אין יעיל־אוניווערסיטעט, אַ דאַנק אַ סטיפּענדיע פֿון דער ראַקעפֿעלער־פֿונדאַציע, כּדי זיך נעענטער צו באַקענען מיט די לעצטע אַמעריקאַנער פֿאָרש־מעטאָדן אין די סאָציאַלע וויסנשאַפֿטן. ער האָט אויך אַן ערך דעמאָלט פֿאַרבראַכט אַ שטיק צײַט מיט זיגמונד פֿרוידן אין ווין, און אים, דרך־אַגבֿ, צוגעצויגן צום ייִוואָ, כּדי בעסער צו קענען איבערזעצן אויף ייִדיש אַ טייל פֿון יענעמס "אַרײַנפֿיר אין פּסיכאָאַנאַליז" (1937) — נאָך אַ מאָל אַ צונויפֿפּאָרונג פֿון נײַע פֿאָרש־מעטאָדן מיט דער ייִדיש־פּראָבלעמאַטיק.

ווײַנרײַך האָט מיר מיט יאָרן שפּעטער דערציילט, אַז ס׳האָבן אין ווילנע דעמאָלט נישט אויסגעפֿעלט קיין סקעפּטיקער, וואָס האָבן פֿאָרויסגעזאָגט, אַז ווײַנרײַך וועט אויסנוצן זײַן סטיפּענדיע, כּדי בכלל זיך אַריבערצופּעקלען קיין אַמעריקע, זיך אָנשליסן אינעם אַמעריקאַנער אַקאַדעמישן לעבן און איבעררײַסן זײַן פֿאַרבינדונג מיט ייִדיש (פֿון וועלכער ער האָט קיין צופֿיל האָניק נישט געלעקט). זיי האָבן לגמרי נישט פֿאַרשטאַנען, אַז די אויספֿאָרשונג פֿונעם מאָדערנעם ייִדיש־ייִדישן לעבן, די אָנווענדונג פֿון טיפֿע ידיעות כּדי צו שטאַרקן דאָס ייִדישע לעבן בכלל און די ייִדיש־סבֿיבֿה בפֿרט, און די פֿונאַנדערבויונג פֿונעם ייִוואָ ווי דער אינסטרומענט פֿון דעם אַלעמען, זענען געווען בײַ ווײַנרײַכן דער חוט־המשולש פֿון זײַן לעבן און פֿון זײַן עיקר־אידענטיטעט.

ווײַנרײַכס "יורשים" אין און אַרום דעם ייִוואָ

אויף ווײַנרײַכן איז כּל־ימיו געלעגן דער חותם פֿון מיזרח־אייראָפּע פֿונעם ערשטן דריטל פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, ווען די ייִדישע וועלטלעכקייט, פּרעציזע און אַוואַנסירטע ייִדישע ידיעות, און מאָדערנע ייִדישע ליטעראַטור זענען באַטראַכט גע­וואָרן ווי אַ מין נײַע השׂכּלה אויף צו רע­פֿאָרמירן און "אויפֿבויען פֿון דאָס נײַ" דאָס ייִדישע פֿאָלק אין מיזרח־אייראָפּע. דער חורבן פֿון דער וועלט, וואָס ער האָט געהאַט אַזוי טיף פֿאַראייגנט, האָט בײַ אים נישט אַרויסגערופֿן קיין אַרומנעמיקע "בעלי־תּשובֿה" סענטימענטן (ווי די בײַ נישט־ווייניק פֿון זײַנע מיטצײַטלער ווי אַבֿרהם מענעס, זעליק קלמנאָוויטש, אַבֿרהם גאָלאָמב און אַנדערע) נאָר אַ טיפֿע אמונה אין "נצח־ישׂראל לא ישקר" האָט זיך פֿאָרט באַוויזן אין זײַנע כּתבֿים און רעדעס. ער האָט געגלייבט, אַז די "געשיכטע" וועט נישט לאָזן, אַז אַזאַ שעפֿערישע און עשירותדיקע תּקופֿה ווי דאָס לעבן וואָס איז אויסגעוואַקסן אין מיזרח־אייראָפּע זאָל אין גאַנצן אונטערגיין און אינעם זכות פֿון די געטרײַע היטער פֿון יענער גאָלדענער צײַט וועט דער ייִוואָ נאָך זוכה זײַן אַרײַנצושרײַבן אַ נײַ גרויס קאַפּיטל, געבויט אויף ייִדיש, ערלעכער פֿאָרשונג און טיפֿע ידיעות.

בײַ די אומות־העולם האָבן דער נאַציזם און קאָמוניזם פֿאַרראַטן אָט די אידעאַלן, נאָר בײַ יחידי־סגולה, פּונקט ווי בײַ די אַמאָליקע תּלמידים פֿון יוחנן בן זכּאַי, נאָכן צווייטן חורבן ירושלים, זענען אָט די צילן און אידעאַלן געבליבן פּונקט אַזוי גילטיק און אמתדיק ווי פֿריִער.

בײַ ווײַנרײַכן האָט ניט געקאָנט געמאָלט זײַן אַ ייִוואָ־פּראָגראַם לחלוטין אָן ייִדיש אָדער אַפֿילו מיט ייִדיש בלויז ווי אַ חנדל. דער ייִוואָ האָט געמוזט זיך פֿירן, דער עיקר, אויף ייִדיש, פּונקט ווי אויף זײַנע טירן האָט געמוזט זײַן אויפֿגעשריבן "שטופּן" און "ציִען". דאָס איז בײַ אים געווען אַ חוק־ולא־יעבֿור. הײַנט צו טאָג איז אַן עפֿנטלעכע ייִוואָ־אונטערנעמונג מיט אַ רעפֿעראַט אויף ייִדיש אַ יוצא־מן־הכּלל. די נײַע אָנגעשטעלטע קענען דאָרטן זעלטן־שבזעלטן רעדן אויף ייִדיש און ס׳רובֿ קענען דעריבער אַפֿילו נישט באַדינען די, וואָס ווענדן זיך אויף ייִדיש נאָך ידיעות, אָנווײַזונגען אָדער מקורים.

ס׳רובֿ וויכטיקע פּובליקאַציעס דערשײַנען אויף ענגליש (און נאָר אויף ענגליש) און וויכטיקע געסט פֿון דער אַקאַדעמישער וועלט, אַפֿילו די מיט ייִדיש־קענטענישן און פֿעיִקייטן, רעדן רק אויף ענגליש און שעמען זיך אַפֿילו נישט אָפּצולאַכן און אָפּצוחוזקן פֿון ייִדיש, ווי ס׳האָט מיט חוצפּה, מיט שטאָלץ און מיט זעלבסטצופֿרידנקייט געטאָן ליבע דאַווידאָוויטש, אַפֿילו בײַ דער שמיעה לכּבֿוד דער דערשײַנונג פֿון דער ענגלישער איבערזעצונג פֿון מאַקס ווײַנרײַכס קרוין־ווערק "די געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך" (1973) מצד שלמה נאָבלען און מײַן ווייניקייט. זי און איך זענען דעמאָלט געווען צוויי פֿון די דרײַ רעדנערס אויף אָט דער אונטערנעמונג און מיר זענען אַ גאַנצן אָוונט געזעסן זײַט בײַ זײַט, בײַם אויבנאָן פֿונעם זאַל. אין אירע באַמערקונגען צום עולם האָט זי נישט נאָר אויסגעלאַכט ווײַנרײַכס ייִדיש־אידעאַלן בפֿרהסיא, נאָר זי האָט זיך פֿאַר מיר פּריוואַט באַרימט, אַז דערמיט האָט זי אַרויסגעוויזן איר העלדישקייט און גבֿורה "ממש אינעם לייבנהייל פֿון ייִדיש". איך האָב איר דעמאָלט געזאָגט, אַז לגבי די עלטערע ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן אין זאַל ("לייבן?"), מכל־שכן לגבי די יונגע ענגליש־רעדנדיקע, וואָס גרייטן זיך ערשט צו פֿאָרשערישע קאַריערעס, וואָלט זי זיך באַקומען אַפֿילו נאָך "העלדישער" ווען זי וואָלט אַרויסגעזאָגט עטלעכע דערמוטיקנדיקע ווערטער לגבי דער וויכטיקייט פֿון ייִדיש, בפֿרט פֿאַר דער פֿאָרש־אַרבעט וועגן ייִדן אין דער חורבן־צײַט און אין דער צווישן־מלחמהדיקער מיזרח־אייראָפּע בכלל. זי האָט אָבער פֿעסט זיך געהאַלטן בײַם צוגאַנג, אַז "דאָס איז שוין מער נישט נייטיק, ווײַל ס׳איז שוין אַלץ פֿאַראַן אויף ענגליש".

נאָך און נאָך נעמען וואָלט איך געקאָנט דאָ אויסרעכענען פֿון די דעמאָלט יונגע "גדולים" פֿון ייִדיש (למשל: דן מירון, רות ווײַס, בנימין הרושאָווסקי [לויטן ישׂראלדיקן נוסח פֿון באַהאַלטן די מיזרח־אייראָפּעיִשע נעמען: הרשבֿ], א״א), וואָס אַ סך פֿון זיי זײַנען געווען, אויף איין אופֿן אָדער אויף אַן אַנדערן, אַמאָליקע תּלמידים פֿון ווײַנרײַכן. נאָך זײַן פּטירה, האָבן זיי זיך דערלויבט אויסצודריקן, בעל־פּה און בכּתבֿ, לגבי ייִדיש אויף אופֿנים וואָס זיי וואָלטן דאָס נישט געווען געוואַגט צו טאָן בימי־מאַקס ווײַנרײַך.

וואָלט הרושאָווסקי־הרשבֿ דעמאָלט גע­שריבן וועגן ייִדיש אין לשון־עבֿר, אַפֿילו וועגן ייִדיש הײַנט צו טאָג, בעת ווײַנרײַך האָט אַפֿילו וועגן ייִדיש "בימים ההם" געשריבן לשון הווה?

וואָלט רות ווײַס פֿון איר טראָן־שטול אין האַרוואַרד־אוניווערסיטעט געדאַנקט גאָט, וואָס ייִדן אין קאַנאַדע און אין אַמעריקע רעדן מער נישט קיין ייִדיש, מחמת דאָס וואָלט געווען אַ גוואַלדיקער שטער צו זייער אײַנגלידערונג און סאָציאַלער שטײַגונג אין די נײַע היימלענדער זייערע?

וואָלט דאַן דן מירון געווען געטאַדלט אַ תּלמיד בײַ אַ ייִוואָ־קורס פֿאַרן אויסדריקן די מיינונג, אַז ייִדיש פֿאַרמאָגט שטריכן וואָס זענען ספּעציעל צוגעפּאַסט, צאַרט און ייִדישלעך, מחמת דעם וואָס דאָס זענען דאָך אויסדרוקן פֿון אַ "געוויסן נאַציאָנאַליסטישן שפּראַך־אורטייל" לטובֿת ייִדיש, ווען מאַקס ווײַנרײַך וואָלט נאָך דעמאָלט געזעסן און זיך צוגעהערט אין די הינטערשטע רייען פֿון יענעם קלאַס, ווי ס׳איז אַמאָל געווען זײַן טבֿע? וואָלט דער ייִוואָ דעמאָלט געקאָנט אַרײַנפֿאַלן אין די הענט פֿון פּראָסטע געלטזעק, וואָס זענען ייִדיש־"אַמעראַצים" און קענען אַפֿילו נישט די געשיכטע און דעם היסטאָרישן דרך פֿונעם ייִוואָ; צי פֿון אַדמיניסטראַטאָרן, וואָס קענען אַפֿילו נישט קיין צורת־אלף, ווען ווײַנרײַך, וואָס האָט לאַנגע יאָרן געפֿירט אַ ביטערן קאַמף קעגן דער "אַדמיניסטראַציע" פֿון ייִוואָ און קעגן איר נישט־באַהאַלטענער נײַגעריקייט זיך צו פֿאַראייניקן מיט אַנדערע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס; אָדער ווען כאָטש זײַן גײַסט וואָלט נאָך געהאַט עפּעס אַ שליטה אינעם ייִוואָ?

ווײַנרײַך איז נישט נאָר געווען אַ פּוסק־הפֿאָרשונג נאָר אַ געוואַלדיקער מאָראַלישער כּוח. נאָך זײַן אַוועקגיין האָבן אַלע "ציגן" זיך גענומען שפּרינגען אויפֿן אײַנגעפֿאַלענעם און אָפּגעשוואַכטן ייִדיש־"פּלויט". ס׳איז מיר נישט געווען קיין חידוש, ווען מען האָט לעצטנס איבערגעגעבן אין דער ענגלישער פּרעסע, אַז די געלטזעק רעדן גאָר וועגן בכלל "פֿאַרקויפֿן" דעם ייִוואָ צו NYU, כּדי צו שפּאָרן געלט און אָפּצוצאָלן דעם ייִוואָס חובֿות. פּונקט דאָס איז דאָך געווען ווײַנרײַכס פֿינצטערסטער קאָשמאַר.

ווי יעדער בשׂר־ודם איז ווײַנרײַך געווען אַ פּראָדוקט פֿון אַ באַשטימער סבֿיבֿה, צײַט און אָרט. ער איז אפֿשר, לויט אונדזער איצטיקן געשמאַק, געווען צו אײַנגעגלויבט אין דער ווירקעוודיקייט פֿון וויסן, ווי אַ סגולה פֿאַר אַלע ייִדישע פּראָבלעמען; צו איבערצײַגט, אַז איין אינסטיטוציע קען דעצידירנדיק באַווירקן די צוקונפֿט פֿונעם גאַנצן ייִדישן ייִשובֿ אין אַמעריקע, און אַפֿילו צו ווייניק נואַנסירט וואָס שייך פֿאַרשיידענע מינים ייִדישע וועלטלעכקייטן און וועלטלעכע ייִדישקייטן, וואָס מעגן דעם ייִוואָ פֿאַראינטערעסירן ווי פֿאָרש־טעמעס. ער פֿאַרדינט זיך אָבער כּשר אַרײַנגענומען צו ווערן אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדיש־אַרבעט איבער דער וועלט ווי אַן אומפֿאַרגעסלעכער לערער, פֿאָרשער און מדריך פֿון יונגע דורות, אי אין פּוילן, אי אין אַמעריקע. ער פֿעלט מיר נאָך אַלץ אויס (און איך וויל האָפֿן, אַז נישט נאָר מיר) אויף שריט און טריט, אַפֿילו קנאַפּע 40 יאָר נאָך זײַן פֿעלן זיך אין 1969. לאָמיר זען צי מען וועט אים צו זײַן 40סטן יאָרצײַט אין 2009 ווי געהעריק אָפּשאַצן און פּרטימדיק איבערגעבן.

צו די לייענער — דאָס איז מײַן צווייט אַר­טיקל וועגן דעם ייִדישיזם אין צפֿון־אַמעריקע. אין שײַכות מיטן ערשטן אַרטיקל פֿון אָט דער סעריע, וואָס האָט זיך געדרוקט אינעם "פֿאָרווערטס" פֿונעם 14־20 מערץ, 2008, איז נייטיק צוצוגעבן אַ שטיקל תּיקון־טעות. דאָס קעפּל פֿון יענעם אַרטיקל האָט זיך געדאַרפֿט לייענען: "דער ייִדישיזם אין אַמעריקע נאָך די יאָרן פֿון מאַסן־אימיגראַציע, ווי איך געדענק אים און ווי איך שאַץ אים איצט אָפּ". וטעות לעולם חוזר. אַ ווײַטערדיק אַרטיקל אין אָט דער סעריע, אויף דער טעמע: "ייִדישיסטן טראַ­דיציאָנאַליסטן", ווערט איצט צוגעגרייט.