דעם 7טן מײַ ווערט אײַנגעשוווירן ווי דער רוסלענדישער פּרעזידענט דמיטרי מעדוועדיעוו. שוין אויפֿן אַנדערן טאָג וועט דער רוסלענדישער פּאַרלאַמענט, די "דומאַ", באַשטעטיקן דעם געוועזענעם פּרעזידענט, וולאַדימיר פּוטין, אויפֿן אַמט פֿון פּרעמיער־מיניסטער.
די פּאָפּולערע שפּיל אין רוסלאַנד — "איך דיר, דו מיר" — איז אין פֿולן גאַנג, אַזוי אַז קיין שום אומדערוואַרטע "סורפּריזן" קאָנען דאָ נישט זײַן. פּוטין האָט פֿאַרזיכערט זײַן מאַכט פֿון אַלע זײַטן. ווי אַן עכטער פּאָליטישער אַרכיטעקט, האָט ער אויפֿגעבויט זײַן רעגיר־ליניע פֿון אויבן אַראָפּ, וואָס האָט געקראָגן דעם נאָמען "ווערטיקאַל", און זי אויסגעשטעלט אויף זײַן אייגענעם אופֿן און פֿון זײַנע אייגענע מענטשן.
פּוטין, ווי שטאַרק מע זאָל אים נישט געווען בעטן, האָט נישט עובֿר געווען אויף דער קאָנסטיטוציע, און אויף קיין דריטן טערמין נישט געבליבן; דער וועג האָט אים, אַפּנים, אויסגעזען צו אַ גרינגער. ווי אַ פּראָפֿעסיאָנעלער אויסשפּיר־אַגענט אין פּאָליטיק, האָט ער אַלץ אַזוי פֿאַרדרייט, אַז ביז הײַנט ווייסט מען נישט, ווי אַזוי ס‘וועט דאָס לאַנד אָנגעפֿירט ווערן, הגם יעדער שמענדריק אין רוסלאַנד איז זיכער, אַז די מאַכט האָט פּוטין פֿון זײַנע הענט נישט אַרויסגעלאָזט.
אין רוסלאַנד איז שוין נישט איין מאָל געווען אַזוי, אַז ווי נאָר דער פֿירער פֿאַרלאָזט דעם טראָן, שלעפּט מען פֿונעם קרעמל אַרויס דאָס גאַנצע מיסט אין דרויסן. זײַן פֿאָרגייער, פּרעזידענט יעלצין, האָט גענוג אָנגעמיסטיקט, אָבער פּוטין האָט קיין שמוציק ברעקל אין דרויסן נישט אַרויסגעטראָגן. ס‘איז נישט קיין סוד, אַז אויך פּוטין האָט זײַנע אייגענע "סקעלעטן אין שאַפֿעס", דעריבער איז אים אַזוי וויכטיק געווען צו האָבן אין קרעמל אַזאַ מענטש, וואָס זאָל נישט שטופּן זײַן נאָז אין פּוטינס שאַפֿעס און זיי האַלטן פֿאַרשלאָסן, ביז ער, פּוטין, וועט ווידער זיך נישט אומקערן אין קרעמל.
דמיטרי מעדוועדיעוו איז אַ "ווערבירטער" מענטש, וואָס פּוטין, ווי מ‘האָט אים אַמאָל געלערנט אין דער "קאַגעבע"־שול, וועט אים קורירן און אינסטרוקטירן פֿון זײַן נײַעם פּרעמיערישן קאַבינעט. צי וועט דער נײַער פּרעזידענט, שוין אַן אײַנגעשוווירענער, וועלן ווײַטער האַלטן די דיסטאַנץ, אָפּשטייענדיק אויף אַ האַלבן שפּאַן? זעט אויס, אַז פּוטין האָט וועגן דעם אויך געטראַכט, ווײַל אויך מעדוועדיעוו האָט במשך פֿון דער צײַט וואָס ער דרייט זיך אין די "הויכע פֿענצטער" אָפּגעשפּאָרט זײַנע אייגענע "סקעלעטן". פּוטין ווייסט אַוודאי וועגן זיי.
פֿונדעסטוועגן, וועט אפֿשר נישט אַזוי מעדוועדיעוו אַליין, נאָר די מענטשן אַרום אים, אָנהייבן אים אונטערצושטופּן ער זאָל לאָזן זײַן פֿולע מאַכט אין גאַנג. אויסצומײַדן אַ קאָנפֿליקט צווישן די צוויי גדולים וועט זײַן כּמעט אוממעגלעך. פּוטינס מענטשן שטעלן שוין איצט אויף ווענטלעך, צו באַגרענעצן די וואַקסנדיקע ווירקונג פֿונעם נײַעם באַלעבאָס אין קרעמל. דאָס שטעלן זיך בראָש דער מעכטיקער פּאַרטיי "געאייניקטע רוסלאַנד", וואָס האָט די מערהייט אינעם פּאַרלאַמענט, איז אויך אַ מיטל צו פֿאַרפֿעסטיקן זײַן מאַכט.
ווי עס זאָל נישט זײַן, אָבער סקוטשנע וועט אין קרעמל געוויס נישט זײַן. די ערשטע, נאָך דערווײַל שוואַכע, שפּראָצלינגען פֿון די ווײַטערדיקע אינטריגעס גיבן שוין וועגן זיך צו וויסן. צי קאָן אין רוסלאַנד אויסברעכן אַ נײַער בונט, אַ נײַע איבערקערעניש? עס גלייבט זיך אין דעם נישט. ערשטנס, זײַנען די איצטיקע פֿירער אין רוסלאַנד גאָר נישט קיין קבצנים און די גאָלדענע קייטן וויל קיינער נישט פֿאַרלירן. צווייטנס, האָבן זיי אײַנגעחזרט, נאָך פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה, אַז יעדער בונט אין רוסלאַנד פֿאַרענדיקט זיך מיט בלוט, פֿאַרגאָסן סײַ פֿון די וואָס האָבן אים אויפֿגעהויבן און סײַ פֿון די, וואָס האָבן אים דערשטיקט.