- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דאָס בוך "טשוקאָווסקי און זשאַבאָטינסקי" (אויף רוסיש), צונויפֿגעשטעלט און רעדאַגירט דורך יעווגעניאַ איוואַנאָוואַ, איז אַרויס אין 2005, אָבער איך האָב עס איבערגעלייענט נאָר מיט עטלעכע טעג צוריק. איך ווייס, אַז איך קען זיך ניט גרויסן מיט אָט דער פֿאַרשפּעטיקונג, ווײַל ס׳איז אַ וויכטיקע פּובליקאַציע פֿאַר יעדן איינעם ווער עס באַשעפֿטיקט זיך מיט ייִדישער אינטעלעקטועלער געשיכטע. אָבער קודם-כּל מוז איך דערקלערן עפּעס וועגן קאָרניי טשוקאָווסקי (1882—1969). דער נאָמען איז בלי-ספֿק זייער גוט באַקאַנט די לייענער פֿון "פֿאָרווערטס", וואָס זײַנען פֿאַרבונדן מיט רוסישער קולטור. טשוקאָווסקיס קינדער-לידער האָט דאָך געלייענט יעדעס קינד אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, און מע לייענט נאָך איצט. וועגן זאבֿ זשאַבאָטינסקי מוז איך ניט, פֿאַרשטייט זיך, געבן צו פֿיל צוגאָב אינפֿאָרמאַציע. אמת, גאָר ניט אַלעמען זײַנען באַקאַנט די פּרטים פֿון זשאַבאָטינסקיס לעבן אין די יונגע יאָרן זײַנע, אין אָדעס, ווען מע האָט אים געקענט ווי אַ טאַלאַנטירטן רוסישן ליטעראַט. אין יענע אָדעסער יאָרן, אָנהייב צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, האָבן זיך געחבֿרט די צוויי יונגע אָדעסער יאַטן, וולאַדימיר זשאַבאָטינסקי און קאָרניי טשוקאָווסקי, וועמעס פֿאַמיליע-נאָמען איז געווען ניקאָלײַ קאָרנייטשוקאָוו. זײַן פֿאָטער, עמנואל לעווענסאָן, אַן אָדעסער דאָקטער, האָט ניט חתונה געהאַט מיט ניקאָלײַס (און זײַן שוועסטערס) מוטער יעקאַטערינאַ קאָרנייטשוקאָוואַ. טשוקאָווסקי האָט שפּעטער חתונה געהאַט מיט אַ ייִדיש מיידל, וועלכע האָט זיך שפּעטער געשמדט. זשאַבאָטינסקי איז געווען מיט זײַנע פֿרײַנד אין דער צערקווע בעת זייער מזווג זײַן. זיי אַלע האָבן געקוקט אויף דעם ציניש, ווײַל קיינער האָט דאָך אין גאָט סײַ-ווי ניט געגלייבט. אַ דאַנק זשאַבאָטינסקין איז טשוקאָווסקי געוואָרן אַ שרײַבער. זשאַבאָטינסקי האָט געפֿונען פֿאַר זײַן חבֿר די ערשטע ליטעראַרישע פּרנסות אין דער אָדעסער רוסישער פּרעסע. אויף דער אַלגעמיינער רוסישער אינטעלעקטועלער לאַנדשאַפֿט האָט זיך טשוקאָווסקיס נאָמען באַוויזן מיט הונדערט יאָר צוריק, סוף יאַנואַר 1908, נאָך דער פּובליקאַציע פֿון זײַן אַרטיקל "ייִדן און די רוסישע ליטעראַטור". אין אַ היפּשער מאָס איז עס געווען אַ לויב-געזאַנג צו שלום אַשן, דער עיקר, זײַן דערציילונג "דאָס שטעטל", וואָס האָט שוין צו יענער צײַט געהאַט אַ רוסישע איבערזעצונג. דער הויפּט-געדאַנק פֿון טשוקאָווסקיס אַרטיקל איז געווען אַזאַ: גיט אַ קוק, ווי שטאַרק קען זײַן אַ ייִדישער שרײַבער ווען ער שאַפֿט ליטעראַטור טאַקע אויף זײַן שפּראַך. גאָר אַנדערש — אַזוי האָט געטענהט טשוקאָווסקי — איז דער גורל פֿון די פֿילצאָליקע ייִדן-ליטעראַטן, וועלכע שטופּן זיך אין דער רוסישער ליטעראַטור, ווײַל פֿון זיי באַקומען זיך ניט קיין פֿירנדיקע שרײַבער, נײַערט נאָר צווייטראַנגיקע פּען-מענטשן. אַרום דעם אַרטיקל האָט זיך פֿאַרקאָכט אַ הייסע דיסקוסיע. אייניקע האָבן אַפֿילו באַשולדיקט טשוקאָווסקין אין אַנטיסעמיטיזם. אָבער ער האָט אויך געפֿונען אַן ענטוזיאַסטישע שטיצע צווישן די נאַציאָנאַליסטישע ייִדישע אינטעלעקטואַלן, זשאַבאָטינסקי בתוכם, וועלכע האָבן מסכּים געווען מיט דעם געדאַנק, אַז מע דאַרף זיך באַשעפֿטיקן מיט אייגענע קולטור-פּראָבלעמען. דער גרעסטער טייל פֿון דעם דערמאָנטן בוך, "טשוקאָווסקי און זשאַבאָטינסקי", שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ קאָמענטירטע אַנטאָלאָגיע פֿון דער דיסקוסיע, וועלכע האָט אויפֿגערודערט אַ סך מענטשן אין פֿאַרשיידענע פּאָליטישע לאַגערן. אין די קומענדיקע יאָרן (און וועגן דעם גייט ניט די רייד אינעם בוך) האָט טשוקאָווסקי געהאַט ניט ווייניק קאָנטאַקטן מיט דער ייִדישער סבֿיבֿה. איך וועל דערמאָנען נאָר צוויי פֿון זיי. פֿאַראַיאָרן האָט מען אין ווילנע געעפֿנט אַ דענקמאָל פֿאַר צמח שאַבאַדן, דעם לעגענדאַרן ייִדישן דאָקטער. אין דער ייִדישער געשיכטע איז ער באַקאַנט ווי די פֿירנדיקע געזעלשאַפֿטלעכע פֿיגור אין דער ווילנער קהילה און דער שווער פֿון מאַקס ווײַנרײַך. אַ סבֿרא, אַז אָן שאַבאַדס שטיצע וואָלט מען ניט געקענט שאַפֿן דעם ייִוואָ, ווי אויך אייניקע אַנדערע ייִדישע אינסטיטוציעס און אָרגאַניזאַציעס. אין דער רוסישער קולטור איז שאַבאַד באַקאַנט ווי דער פּראָטאָטיפּ פֿון דעם "דאָקטאָר אײַ-באָליט" ("דאָקטאָר עס טוט וויי"), וואָס איז איינער פֿון די פּאָפּולערסטע פֿיגורן אין טשוקאָווסקיס קינדער-פּאָעזיע. אין די יאָרן פֿאַר דער ערשטער וועלט-מלחמה האָט טשוקאָווסקי אַ פּאָר מאָל זיך אָפּגעשטעלט בײַ די שאַבאַדס. אין זײַנע זכרונות האָט ער געשריבן: "געווען איז עס דער סאַמע גוטהאַרציקער מענטש וואָס איך האָב געקענט אין מײַן לעבן. ס׳איז געקומען צו אים, למשל, אַ מאָגערינק מיידל, און ער זאָגט איר: ׳דו ווילסט איך זאָל דיר אויסשרײַבן אַ רעצעפּט? ניין, דיר וועט העלפֿן מילך. קום צו מיר יעדן טאָג אין דער פֿרי, וועסטו באַקומען צוויי גלעזער מילך.׳ אין דער פֿרי, האָב איך באַמערקט, פֿלעגט זיך צו אים אויסשטעלן אַ גאַנצע ריי. קינדער פֿלעגט קומען צו אים ניט אַליין, זיי פֿלעגן ברענגען צו אים זייערע קראַנקע גלעטלינגען." דער דענקמאָל איז געמאַכט לויט אָט די שורות: אַ מיידל קומט צו שאַבאַדן ניט אַליין, זי האַלט איר גלעטלינג — אַ קאַץ. אין 1929 האָט דער ייִדישער דיכטער לייב קוויטקאָ פֿאַרלוירן זײַן אַרבעט אין דעם כאַרקאָווער זשורנאַל "די רויטע וועלט". בכלל, דער ליטעראַרישער הימל האָט זיך פֿאַר קוויטקאָן אַראָפּגעלאָזט כּמעט ביז דער ערד, ווײַל ער האָט אין אַ ליד אויסגעלאַכט דעם רעדאַקטאָר פֿון דער צענטראַלער ייִדישער צײַטונג "דער אמת" משה ליטוואַקאָוו. כּדי צו ציִען די חיונה, איז דער דיכטער אַוועק אַרבעטן אין אַ פֿאַבריק. טשוקאָווסקי האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער געשיכטע — ער האָט געהאָלפֿן אומצוקערן קוויטקאָ צו דער ליטעראַרישער טעטיקייט. דער סוף איז גוט באַקאַנט: קוויטקאָ איז געוואָרן איינער פֿון די פּאָפּולערסטע סאָוועטישע קינדער-שרײַבער. הקיצור, ס׳איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז אַ מאָל וועט זיך באַווײַזן אַ פֿאָרשונג, וועלכע וועט אַרומנעמען די גאַנצע "ייִדישע געשיכטע" פֿון דעם רוסישן שרײַבער קאָרניי טשוקאָווסקי. Kornei ChukovskySubmitted by leonlab on Sun, 2008-05-04 20:27.
Ich hob nisht gevust az er iz geven a halb id. Er hot oich geshribn an ander barimt gedicht vegen a "tarakan" mit lange vontzes vos yeder hot gehat a greise moire far im. Am ende a foigel iz gekumn un hot im gegesen - file menshen gloiben az dizes gedicht iz geven an angrif oif Stalin. |