באָריס מאַפֿציִער (אין מיטן) בעת דער באַגעגעניש מיט די ייִדישע אַקטיוויסטן |
די וואַרעמע פרילינג־טעג פון אַפּריל־מײַ, וואָס ברענגען פֿאַר יעדן איינעם אַזוי פיל פֿרישע ענערגיע און כּוח, רופֿן אויך אַרויס בײַ אַ סך מענטשן, ספּעציעל בײַ יענע, וואָס קומען פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, דערמאָנונגען וועגן דעם לאַנג־דערוואַרטן נצחון איבער דעם פֿאַַשיסטישן דײַטשלאַנד, און דעם סוף פֿונעם חורבן. זינט דעמאָלט זענען שוין פֿאַרבײַ 63 יאָר, אָבער דער מענטשלעכער זכּרון קען זיך נישט באַרויקן, כּל־זמן עס זענען דאָ אומגעקומענע אָן אַ נאָמען און אָן אַ קבֿר.
מיט צוויי יאָר צוריק, דווקא אין מײַ 2006, האָט בײַם מוזיי "יד ושם" אין ירושלים אָנגעהויבן זײַן אַרבעט דער פּראָיעקט פון דאָקומענטירן און פֿאַראייביקן די נעמען פון די ייִדן, וואָס זענען אומגעקומען אין די יאָרן פֿונעם חורבן אויף די טעריטאָריעס פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. בשעת דער מלחמה זענען דאָרטן דערהרגעט געוואָרן צוויי מיליאָן ייִדן, אָבער היינט ווייסט מען גענוי נאָר וועגן 400 טויזנט ייִדן, וואָס זייערע נעמען זענען געווען פֿאַרשריבן אין פֿאַרשיידענע דאָקומענטן.
וועגן די דערגרייכונגען און שוועריקייטן, פּראָבלעמען און פּערספּעקטיוון פֿונעם פּראָיעקט "נעמען" האָט דערציילט פֿאַר די אַקטיוויסטן פֿון דער רוסיש־רעדנדיקער קהילה אין ניו־יאָרק דער הויפּט־אָנפֿירער פֿונעם פּראָיעקט באָריס מאַפֿציִער אויפֿן סעמינאַר "דריי דורות נאָכן חורבן", וואָס איז פֿאָרגעקומען דעם 24סטן מערץ אינעם מוזיי פון "ייִדישער ירושה" אין ניו־יאָרק. דער סעמינאַר איז געווען אָרגאַניזירט פון דער גרופּע "אַמעריקאַנער פֿאַרבאַנד פֿון חורבן און ייִדישן ווידערשטאַנד", וועלכער איז נאָר מיט עטלעכע חדשים צוריק געשאַפֿן געוואָרן בײַם מוזיי (דער אָנפֿירער פֿון דער גרופּע איז דער וויסנשאַפטלעכער מיטאַרבעטער פֿונעם מוזיי איגאָר קאָטלער). בלויז אין די לעצטע 1.5 יאָר האָט מען באַוויזן אָפּצוזוכן 100 טויזנט נײַע נעמען פון ייִדישע קרבנות. כאָטש דאָס איז שוין אַ היפּשער ציפֿער, מיינט באָריס מאַפֿציִער, אַז מע האַלט נאָר בײַם אָנהייב. מיט דער צײַט ווערט דער פּראָיעקט וואָס מער באַקאַנט אין די ייִדישע קהילות, אין שטעט און שטעטלעך פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און אויך אין די אַמעריקאַנער, דײַטשישער און ישראלדיקער רוסיש־רעדנדיקער סבֿיבֿות. גרויסע פאָרש־צענטערס, ווי דער אוקראַינער צענטער "תּקומה" אין קיִעוו און דער רוסישער צענטער "חורבן" אין מאָסקווע, העלפן איינצואָרדענען די אַרבעט. אין מוזיי "יד ושם" האַלט מען אין איין שיקן נײַע אַרכיוו־מאַטעריאַלן, פּערזענלעכע דאָקומענטן, בילדער א.א.וו.
פֿונדעסטוועגן, איז דאָ אַ סך סיבות, סײַ סאָציאַלע און היסטאָרישע, סײַ עקאָנאָמישע, וואָס שטערן צו פֿאַרווירקלעכן דעם פּראָיעקט מיט אַ מאַקסימאַלן רעזולטאַט. קודם־כּל, זענען די מענטשן, וואָס וואָלטן געקענט ווערן די פּאָטענציעלע עדות פֿאַרן פּראָיעקט, שוין אין די הויכע יאָרן, איבער די אַכציק. אַ סך פון זיי האָבן פֿאַרלוירן זייער סאָציאַלן סטאַטוס בשעת די קאָמפּליצירטע היסטאָרישע און עקאָנאָמישע איבערקערענישן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, אָדער בײַם עמיגרירן אין די אַנדערע לענדער, נישט קוקנדיק אַפילו אויף די סאָציאַלע מעלות פון זייער נײַעם לעבן. מיט אַ גרויסן ווייטיק שטעלן זיי אַמאָל די זעלבע פֿראַגע: "וווּ זענט איר געווען פריִער?" אַ סך פון די עלטערע מענטשן האָבן שוין אַ שוואַכן זכּרון און ס׳איז זיי שווער זיך צו קאָנצענטרירן אַ לענגערע צייט אויף דער טעמע, וואָס פֿאַרשאַפֿט זיי א סך ווייטיק. דערפֿאַר דאַרפֿן די וואָלונטירן, וואָס נעמען אויף זיך דאָס אַחריות צו אינטערוויויִרן די עדות, זיין גוטע פּסיכאָלאָגן און גוט קענען די טעמע. זיי דאַרפֿן פֿאַרמאָגן אַן איידל האַרץ און א סך געדולד. בדרך־כּלל, בײַם שמועסן מיטן עדות, קען אַ גוטער פּראָפֿעסיאָנעלער וואָלונטיר קריגן 10—15 נעמען — און דאָס איז שוין אַ וויכטיקער צושטייער אינעם פּראָיעקט.
אַן אַנדערע וויכטיקע ריכטונג אינעם פּראָיעקט איז צו באַאַרבעטן די מעמואַרן־ליטעראַטור און שאַפֿן אין קאָמפּיוטער אַ "דאַטע־באַזע" (database) פֿון די נעמען, וואָס ווערן דערמאָנט אין די ביכער. אין דער ריכטונג קומט אַ סך הילף פון די יונגע וואָלונטירן. צום באַדויערן, איז דאָס באַאַרבעטן די זכרונות כּמעט דאָס איינציקע פֿעלד, וווּ ס׳ווערט עפעקטיוו אויסגענוצט דער יונגער דור; אָבער די וויכטיקע פּראָבלעם באַשטייט אין דעם, ווי אַזוי אַרײַנציִען מער די יונגע־לייט אין דער סאָציאַלער אַרבעט מיטן עלטערן דור.
אַ וויכטיקע ראָלע שפּילט אין דעם פּראָיעקט די פּערזענלעכע פֿאַרינטערעסירטקייט פון די יחידים, וואָס פירן אויס די אַרבעט. באָריס מאַפֿציִער האָט געבראַכט נאָר עטלעכע בײַשפּילן פון די אויסגעצייכנטע דערגרייכונגען: דער רבֿ פון דער אוקראַיִנישער שטאָט איוואַנאָ־פֿראַנקאָווסק, משה קאָלעסניק, איז מצליח געווען איבערצוגעבן אין "יד ושם" 800 נײַע נעמען; משה גאָלדענבערג, דער אָנפֿירער פון דער ייִדישער קהילה אין ניקאָלאַיעוו, האָט אויסגעזוכט מיט זיינע קאָלעגן און וואָלונטירן אינפֿאָרמאַציע וועגן 120 פריִער אומבאַקאַנטע דערהרגעטע ייִדן; איליאַ לעוויטאַס, דער אָנפֿירער פֿונעם ייִדישן ראָט פון אוקראַיִנע, האָט איניציִיִרט אַ ריזיקע קאַמפּאַניע אויף צו זאַמלען די נעמען אין פיר אַדמיניסטראַטיווע געגנטן פון אוקראַיִנע (קיִעוו, סומי, טשערקאַסי און טשערניגאָוו) א.א.וו. באָריס מאַפֿציִער האָט אויך אָנגעוויזן, אַז צווישן די געגנטן, וואָס זענען בײַם הײַנטיקן טאָג צום וויינקסטן אויסגעפֿאָרשט, געהערן די באַלטישע לענדער און מערבֿ־אוקראַיִנע, וואָס זענען נישט אַרײַנגעגאַנגען אינעם באַשטאַנד פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד ביזן יאָר 1939.
אַ גרויסע האָפֿענונג לייגט מען אָבער אויף צו אָרגאַניזירן אַ סיסטעמאַטישע זאַמל־אַרבעט אין אַזעלכע געגנטן ווי ברוקלין, ניו־יאָרק, און אויך אין אַנדערע שטעט פון אַמעריקע און קאַנאַדע, וווּ עס וווינט איצט אַ ריזיקער טייל פון די רוסיש־רעדנדיקע ייִדישע אימיגראַנטן. דערפֿאַר האָט באָריס מאַפֿציִער זיך געווענדט צו די אַקטיוויסטן פון די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס פון ניו־יאָרק און ניו־דזשערזי מע זאָל העלפן דעם מוזיי "יד ושם" מיטן אויספֿירן דעם פּראָיעקט. מע דאַרף, מע מוז און מע קען נאָך א סך אויפֿטאָן, כּדי צו פֿאַראייביקן די נעמען פון הונדערטער טויזנטער אומשולדיק־אומגעבראַכטע מענטשן.