פּובליציסטיק

איך האָב די טעג באַקומען אַ קאַלענדאַר אין קאָלומביע, וווּ ס'איז געשטאַנען געשריבן אַז מיטוואָך, דעם זעכצנטן אַפּריל, פּונקט אַכט אַ זייגער אין אָוונט, וועלן אין "דויטשעס הויז" האַלטן רעפֿעראַטן צוויי אָנגעזעענע אַקאַ­דעמישע וויסנשאַפֿטלער און גרויסע מומחים אויפֿן געביט — טשערנאָוויץ. דער פֿאָרטראָג איז געגאַנגען אונטערן רובריק: "דער אויפֿלעב פֿון טשערנאָוויץ אין ייִדישן זכר און געשיכטע". ביידע לעקטאָרן, דאַכט זיך מאַן און ווײַב, וואָס לויט מײַן אָבסער­וואַציע האָבן ביידע געטראָגן די זעלבע שיך, ווייך־לעדערנע קאַמאַשן, מסתּמא געקויפֿט אין טשערנאָוויץ. זי האָט געהייסן מאַריאַן הירש און ער, לעאָ שפּיצער, ביידע פּראָפֿע­סאָרן. ער — עמעריטוס־פּראָפֿעסאָר און היסטאָ­ריקער פֿון "דאַרטמוט־קאַלעדזש" און איצט אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט, און זי — אַ פֿאָרשערין, אויך אָנגעשטעלט אין קאָלומביע. ביידע שרײַבן זיי אַ בוך אונטערן קעפּל: "די גײַסטער פֿון דער היים". איך בין געווען אונטערן אײַנדרוק, אַז ביידע זײַנען טשערנאָ­וויצער געבוירענע, און דאָס לויט זייער ענג­לישער אויסשפּראַך. זייער בוך וועט באַהאַנד­לען דאָס פֿאַרצײַטיקע טשערנאָוויץ, דאָס אַמאָליקע לעבן סײַ פֿאַרן חורבן, בעת דעם חורבן און נאָכן חורבן, מיטן טראָפּ אויף דער שטאָטס קולטורעלן אויפֿלעב צווישן די דײַטש־ריידנדיקע שרײַבער ווי פּאָל סעילאַן און ראָוז אַוסלענדער. דער קליינער זאַל פֿון "דויטשעס הויז" האָט זיך געבראָכן מיט פּראָפֿעסאָרן און זייערע סטודענטן, אויך מיט עלטערע לײַט און מיט יונגע פּנימער. ס'רובֿ פֿונעם אָנגעזאַמלטן עולם האָט מיר אויסגעזען פֿרעמד און ווײַט פֿון אונדזער ייִדישער וועלט. זיי זײַנען געווען גרייט מיט נאָטיץ־ביכלעך און בלײַערס, געשלונגען יעדעס וואָרט, און פֿאַרנאָטירט די הויכפּונקטן.

מיר האָט זיך געדאַכט, אַז איך וועל הערן עפּעס וועגן דעם אַמאָליק־וויברירנדיקן לעבן פֿון ייִדיש־ריידנדיקן טשערנאָוויץ, מיט אירע ייִדיש־ייִדישע שרײַבער, קינסטלער, פּאָעטן, און דער עיקר, באַנײַען עפּעס אין פּרט פֿון דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ אין 1908. ווײַזט זיך אַרויס, אַז דאָס אַקאַדעמיש־געראָטענע פּאָרפֿאָלק איז שוין דורכן יאָר געווען אַ פֿיר מאָל אין טשערנאָוויץ, וואָס איז הײַנט אוקראַיִנע, און זיי גרייטן זיך צוריקצופֿאָרן אַהין מיט אַ פּראָיעקט. דער פּראָיעקט באַ­שטייט אין דעם, וואָס זיי שטרעבן צוריק­צוברענגען פֿאַר דעם געמישטן פֿאָלק וואָס באַזעצט הײַנט טשערנאָוויץ, נעמלעך — אוקראַיִנער, רומענער, רוטענער, רוסן און אַנדע­רע פֿעלקער, זיי זאָלן ווערן באַהאַוונט אין דער תּורה פֿון די דײַטשמערישע ייִדן וואָס האָבן באַוווינט טשערנאָוויץ און געווען אויסגעקאָכט אין דער עסטרײַך־האַבסבורגער קולטור.

דאָס עלטערע פּאָרל, פֿול מיט ענטוזיאַזם און שוווּנג, ווילן דווקא באַווײַזן, אַז טשער­נאָוויץ האָט אַמאָל געווירבלט און גע­שווירבלט מיט ייִדיש־דײַטשישער קולטור. דער עיקר ווען טשערנאָוויץ איז געווען אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון עסטרײַך־האַבס­בורג, און ווין איז געווען בײַ די דײַטש־ריידנדיקע ייִדן די קרוינשטאָט פֿון קולטור, עמאַנציפּאַציע און וווילזײַן. וואָס אַן אמת, האָבן די אַסימילירטע, פֿאַרדײַטשטע ייִדן אויפֿגעשטעלט אונטערן מלכות פֿון פֿראַנץ־יאָזעף, וועמען ייִדן האָבן שטאַרק ליב געהאַט און פֿאַרערט, אַ שטאָט וואָס מען האָט זיך געקענט נישט נאָר שפּיגלען אין איר, נאָר זי באמת באַוווּנדערן. טשערנאָוויץ איז געווען אַ רעפּליקע פֿון ווין, מיט אירע שטאָטישע גערטנער און ברייטע בולוואַרן. דאָרט זײַנען געווען רײַכע ייִדן, צווישן זיי אויך פֿילאַנ­טראָפּן, האָבן זיי אויפֿגעשטעלט שפּיטעלער און אַקאַדעמיעס, אַ יודן־הויז און לוקסוס־געבײַדעס, אַרײַנגערעכנט אַ פּרעכטיקע סינאַ­גאָגע. די עקאָנאָמיע האָט געבליט אונטער דער רומענישער פֿאָן, און ייִדן האָבן מיטגע­בליט מיט איר.

אויפֿן עקראַן האָט מען געוויזן בילדער פֿון עלעגאַנט געקליידטע ייִדישע פֿרויען און מענער, אויסגעשטאַט לויט דער לעצטער פּאַ­רי­זער מאָדע. מ'האָט קיין סימן פֿון קיין ייִדן אין זייער קליידונג און ראָסקאָש נישט דער­קענט. די שטאָט איז באַרײַכערט געוואָרן מיט סטאַטועטן פֿון שילערן און געטען. מיט איין וואָרט — די דײַטשע קולטור איז דעמאָלט גע­קרוינט געוואָרן פֿאַרן שײַנדל פֿון דער מענטש­לעכער ציוויליזאַציע.

אין זייער באַשעפֿטיקונג האָט זיך דאָס פּאָרל פֿאַרבונדן מיטן מייאָר פֿון טשערנאָוויץ, אַן אוקראַיִנער, און זיך אײַנגעשטעלט פֿאַר זייער פּראָיעקט, נעמלעך, מען זאָל אויפֿלעבן דאָס יודן־הויז, מאַכן דאָרט אויסשטעלונגען פֿון קונסט און אויפֿלעב פֿון אַמאָליקן ייִדישן לעבן אין טשערנאָוויץ.

און איך הער זיך אַזוי אײַן צו דער לעקציע מיט שטוינונג, ווײַל זיי האָבן בכלל נישט דערמאָנט דעם ייִדיש־ריידנדיקן טשערנאָוויץ מיט דער פּלעיאַדע פֿון ייִדישע שרײַבער און פּאָעטן, קינסטלער און אינטעליגענץ, שוין אָפּגערעדט — פֿונעם פֿרומען טייל פֿון דער שטאָט. אַזוי אַדורכשוועבנדיק איבער זייער רעפֿעראַט־עקסקורסיע, האָט די פֿרוי הירש דערמאָנט, אַז אין 1908 איז אָפּגעהאַלטן געוואָרן אַ ייִדישע שפּראַכן־קאָנפֿערענץ אין טשערנאָווצי, און דאָס איז געווען, און איך ציטיר: "אַ טאָטאַלער דורכפֿאַל". האָב איך דאָס נישט געקענט פֿאַרנעמען. האָב איך געוואָלט וויסן וואָס איז מכּוח איציק מאַנגערן און אליעזר שטיינבאַרגן, דעם מאָלער ראובֿן רובין. כ'האָב זיך באַלד געכאַפּט אָבער, אַז ראובֿן רובין, דער גלענצנדיקער מאָלער, איז דווקא געבוירן געוואָרן אין גאַלאַץ, רומעניע, שלמה ביקל, מאיר חרץ, יעקבֿ פֿרידמאַן און אַ וועלט מיט אַנדערע. אָבער דאָס איז נישט געווען אויף זייער סדר־היום. זיי זײַנען געווען אָנגעגורט צו דערמאָנען נאָר די דײַטש־ריידנדיקע טשערנאָוויצער ייִדן.

איך פֿאַרשטיי פֿון זייער פּיזמון, אַז זיי וואָלטן שלעכט אָפּגעשניטן ווען זיי וואָלטן זיך געוואָנדן מיט בקשות און "פּראָפּאָזלס" צו די פֿונדאַציעס און געלט־רעסורסן, וועגן אַ פּראָיעקט אויפֿצולעבן די ייִדיש־ריידנדיקע קולטור־וועלט מיט זייער בײַשטײַער צו דער ייִדישער וועלט. דאָס וואָלט הײַנט נישט גע­ווען קיין אימפּאָנירנדיקער פֿאָרשלאָג. די סטיפּענדיעס מיט די פֿונדאַציעס אינטערעסירט עפּעס וואָס האָט הויך־קלינגעוודיקע רעזאָ­לוציעס, פֿאָרש־קלאַסיפֿיקאַציעס מיט פּרע­טענציעס, אַקאַדעמיש־פֿאָרשנדיקע, וויסנ­שאַפֿט­לעך־אויסגעהאַלטענע, אַרומרײַזנדיקע כּלומרשט קוואַליפֿיצירטע געביטן וווּ מ'קען אַרויסגעבן שפּעטער אַ בוך מיט אַ מאַפּע, סטאַטיסטיק, פֿאָטאָגראַפֿיעס און היסטאָרישע מאָנומענטן. דאָס איז הײַנט גאַנגבאַרע סחורה.

דער פּרט, אַז עס רעדט זיך דאָ וועגן אַ טויט פֿאָלק, וואָס איז אומגעבראַכט געוואָרן על־ידי נישט נאָר די פֿאַשיסטן, נאָר אויך מיט דער הילף פֿון די רומענער, די אוקראַיִנער, די ליטווינער און די פּאָליאַקן. דאָס ווערט שוין מיט דער צײַט פֿאַרטושעט און פֿאַרווישט פֿונעם זכּרון. הײַנט לויפֿט מען צוריק אין יענע לענדער, וווּ מען האָט אונדז פֿאַרלענדט, און מ'קלעזמערט אין קראָקע, מ'מוזייעוועט אין וואַרשע. פֿאַר וועמען? פֿאַרן טײַוול? פֿאַר די אוקראַיִנער וואָס קענען נישט אויסלעבן דעם טאָג און נישט צומאַכן קיין אויג דורך די נעכט אָנעם וויסן, אַז אין טשערנאָוויץ האָבן אַמאָל געלעבט דײַטש־ריידנדיקע ייִדן? אין וואַרשע, וווּ די פּאָליאַקן קענען זיך נישט דערוואַרטן, אַז די טוריסטיק זאָל קומען מיט די דאָלאַרן און אָנקוקן דעם פּרעכטיק־אויסגעבויטן ייִדישן מוזיי... זיי זאָלן ווערן אויפֿגעריכט.

און איך זיץ און איך שטוין. וואָס טוט זיך מיט אונדז ייִדן? צו וואָס וואַרפֿט מען זיך מיט די ייִדישע און אַקאַדעמישע געלטער, ווען די ייִדישע סטרוקטור אינעם לאַנד וווּ מיר וווינען און אין אונדזער צײַט, צעקרישלט זיך און צעפֿאַלט זיך. וווּ זײַנען די טאָגשולן, די ייִדישע אַקאַדעמיעס, די ייִדישע פּרעסע און טעאַטער? עס גייט אַרום אַ ייִדיש פֿאָלק איבער די גאַסן פֿון אַמעריקע שאינו יודעים לשאולס, די פֿערטע זין פֿון דער הגדה, און ווערן נעלם פֿאַר אונדזערע אויגן. רוים ברענט און מיר שפּילן אויף דער האַרפֿע. די ייִדישע קולטור, אין אַלע אירע פֿאַזעס: געשיכטלעך, טראַדיציאָנעל, שפּראַכלעך, שע­פֿעריש, קינסטלעריש, פּאָליטיש און עקאָנאָ­מיש; אַלץ, אַלץ ווערט פֿאַרשלונגען פֿון דעם ווירוואַר פֿון אַן אַסימילאַטאָרישן שטורעמ­ווינט. די פֿרומע ווערן פֿרימער, די פֿרײַע ווערן פֿרײַער, און אַזוי קאַטעוועט זיך דאָס רעדעלע מיט אונדזער גאַנצן קולטורעלן האָב־און־גוטס, וואָס וועט בקרובֿ ווערן אַזוי פֿרעמד פֿאַר אונדזערע קינדער און אייניקלעך ווי כינעזיש און טערקיש. כאָטש ייִדישע סטודענטן לערנען זיך הײַנט כינעזיש און טערקיש, הינדי און יאַפּאַניש, מיט גרויס אינטערעס, ווײַל בײַ אונדז שטייען די גײַס­טיקע שאַפֿעס געשלאָסן. פֿולע, איבערגעפּאַק­טע, געשלאָסענע שאַפֿעס.

דאָס פּאָרל אַקאַדעמיקער זײַנען גליקלעך אַוועק אַהיים, ווײַל מען האָט זייער פֿאָרטראָג אָפּגעשאַצט, הילכיק אַפּלאָדירט, נישט האָבנ­דיק קיין אַנונג וואָס אונטער דעם אַלעם שטעקט.