- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ספּעציעלער שמועס פֿאַרן "פֿאָרווערטס" מיטן רבֿ מאיר אַזרי פֿון דער "בית־דניאל־קהילה" דאָס האָט זיך אָנגעהויבן אין דײַטשלאַנד, אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם 18טן יאָרהונדערט, ווען מאַסן ייִדן האָבן זיך געשמדט און רבנים זענען געווען מאַכטלאָז צו באַקעמפֿן אָט די דערשײַנונג. דעמאָלט זענען אויפֿגעקומען עטלעכע געלערנטע, וועלכע האָבן געשאַפֿן אַ באַוועגונג צו "מאָדערניזירן ייִדישקייט און צופּאַסן די מיצוות און מינהגים צו דער צײַט". קלאַרק קענט, דער פֿיקטיווער פּאַרשוין פֿון די "סופּערמאַן"־קאָמיקס און פֿילמען, פֿירט אַ טאָפּלט לעבן. ווי אַ רעפּאָרטער אין אַ צײַטונג־ביוראָ, טראָגט ער אַן אָנצוג מיט ברילן, און זעט אויס ווי אַלע אַנדערע אָנגעשטעלטע. אָבער באַלד ווי ער דערוויסט זיך פֿון אַן ערנסטער סכּנה פֿאַר דער געזעלשאַפֿט, טוישט ער זײַן אָנצוג אויף אַ העלדישן בלאָען קאָסטיום מיט אַ רויטער פּעלערינע, פֿאַרוואַנדלט זיך אין אַ סופּערמאַן און פֿליט צו ראַטעווען די אומבאַהאָלפֿענע. אין די סוף 1930ער יאָרן, ווען די לענדער פֿון דער וועלט האָבן נישט אַרײַנגעלאָזט די גערודפֿטע ייִדן פֿון דײַטשלאַנד און מיזרח־אייראָפּע, וועלכע האָבן געוואָלט אַנטלויפֿן פֿונעם נאַציזם און אַנטיסעמיטיזם, האָט זיך געפֿונען איין לענדעלע, די דאָמיניקאַנער רעפּובליק, וואָס האָט יאָ געעפֿנט אירע גרענעצן פֿאַר זיי. אין אַן אינטערעסאַנטער אויסשטעלונג, וואָס עפֿנט זיך די וואָך אינעם ניו־יאָרקער "מוזיי פֿאַר דער ייִ אַלע טאַטעס און מאַמעס וואָס שיקן זייערע קינדער אין אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער מיטלשול, בפֿרט אינעם ניו־יאָרקער ראַיאָן, קענען גוט דעם מינהג: במשך פֿונעם לעצטן יאָר פֿון לערנען, באַקענט זיך דאָס קינד מיט אַ ריי פֿאַרשיידנאַרטיקע ישׂראלדיקע ישיבֿות (אָדער רעליגיעזע מיידל־סעמינאַרן), כּדי אויסצוקלײַבן דאָס אָרט, וווּ ער אָדער זי וועט זיך לערנען אַ יאָר לאַנג, פֿאַרן אָנהייבן שטודירן אין אוניווערסיטעט. אַ טייל ישׂראלדיקע לערן־אינסטיטוציעס באַטאָנען כּמעט בלויז דאָס לערנען תּורה; די אַנדערע קאָמבינירן דאָס לערנען מיט חסד־פּראָיעקטן און עקסקורסיעס איבערן לאַנד. דער "סעקאָנד עוועניו דעלי" — אַ באַליבטע ניו־יאָרקער אונטערנעמונג, וואָס האָט געשלאָסן אירע טירן אין 2006 — האָט פֿאַראַכטאָגן מאָנטיק זיך ווידער געעפֿנט — אַ געשעעניש וואָס איז צעפּויקט געוואָרן אין דער ניו־יאָרקער פּרעסע. זינט דער עפֿענונג איז יעדן טאָג דאָרט אַזאַ שטופּעניש, אַז ווען איך בין אָנגעקומען אַהין, פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק, האָב איך זיך אַפֿילו נישט געקאָנט אַרײַנקוועטשן. דער נײַער גילגול געפֿינט זיך מער נישט אויף דער צווייטער עוועניו. ער איז אָבער נישט ווײַט: אויף 33סטער גאַס, צווישן דריטן און לעקסינגטאָן עוועניו (און, אַגבֿ, בלויז עטלעכע גאַסן אַוועק פֿונעם "פֿאָרווערטס"־בנין). לויטן סטערעאָטיפּ פֿון דער רעפֿאָרם־באַוועגונג אין אַמעריקע, ווערט יעדער דור אַלץ מער אַסימילירט פֿונעם פֿריִערדיקן, אַלץ מער אָפּגעזונדערט פֿון די ייִדישע טראַדיציעס. אַ נײַע אַנקעטע פֿון דער רעפֿאָרם־באַוועגונג ווײַזט אָבער, אַז צווישן אירע אַקטיווסטע מיטגלידער, קומט עס דווקא פֿאָר פֿאַרקערט: דער ייִנגערער דור איז מער גענייגט אָפּצוהיטן די ייִדישע מינהגים, ווי דער עלטערער. וואָס זאָל איך אײַך זאָגן, ליבע מענטשן. מיר לעבן אין אינטערעסאַנטע צײַטן. גיי ווייס אַז אין אונדזער שטעטל ניו־יאָרק, געפֿינט זיך אַן אונטערגרונט־באַוועגונג, וואָס באַשטייט פֿון אַ שלל פֿרומע און פֿרײַע יונגע־לײַט און מיידלעך, מגידים, דרשנים, בטלנים און פּאָעטן. איך בין באַאײַנדרוקט געוואָרן גלײַך בײַם ערשטן וויזיט. מען האָט מיך געראַטן צו קומען נאָך עלף אַ זייגער בײַ נאַכט, ווען די גאַנצע שׂימחה הייבט זיך ערשט אָן. בין איך געקומען מיט אַ כאָפּטע חבֿרים און פֿרײַנד פֿאַר עלף בײַ נאַכט, און נאָך אוספּעיעט אָנצוקניפּן אַ שמועס מיט דער יונגער חבֿרה מיט פּאות און בערדלעך. די גאָלע־בראָדעס און ראַזירטע פּנימער, וואָס האָבן זיך נאָך אַלץ געשאָקלט בײַם רעדן און צווישן זיי — סתּם פֿאַרלוירענע נשמות. ווען אַ מענטש באַשליסט, אַז ער וויל זיך מגייר זײַן אויפֿן אָרטאָדאָקסישן אופֿן, דאַרף ער, צו ערשט, באַווײַזן, אַז ער האָט נישט קיין באַהאַלטענע כּוונות; אַז ער טוט עס נישט, למשל, ווײַל ער האָט ליב אַ ייִדיש מיידל. פֿאַרקערט, די אָרטאָדאָקסישע רבנים באַמיִען זיך אָפּצורעדן די פּאָטענציעלע גרים דערפֿון; זיי עצהן זיי צו געפֿינען זייער דרך צום אייבערשטן דורך פֿאָלגן די זיבן מיצוות בני־נח (די הימלישע געזעצן, וואָס אַלע מענטשן דאַרפֿן פֿאָלגן) און זיך פֿירן ווי אַ רעכטפֿאַרטיקער מענטש. דער מינהג פֿון דעם חסידישן עולה־רגל זײַן צום קבֿר פֿון רבי נחמן פֿון בראַסלעוו האָט אַ לאַנגע געשיכטע, וואָס הייבט זיך אָן גלײַך נאָך זײַן פּטירה אין 1810. די דאָזיקע טראַדיציע איז כּמעט איבערגעריסן געוואָרן אין די 1930ער יאָרן, ווען די סאָוועטישע מאַכט האָט ניט טאָלערירט קיין שום עפֿנטלעכע אויסדרוקן פֿון רעליגיע. די נײַע תּקופֿה האָט זיך אָנגעהויבן מיטן אויפֿקום פֿון גאָרבאַטשעווס "פּערעסטרויקע". אין 1985 האָט אַ קליינע גרופּע אַמעריקאַנער חסידים באַקומען אַ דערלויבעניש צו באַזוכן דעם קבֿר. זינט דעמאָלט האַלט די צאָל מענטשן, וואָס קומען יעדן האַרבסט קיין אומאַן כּדי צו דאַווענען ראָש־השנה בײַם רביס קבֿר, אַ סך אַמעריקאַנער ייִדן, אַרײַנגערעכנט די חסידים פֿון וויליאַמסבורג און באָראָ-פּאַרק, וואָס שטאַמען, על-פּי-רובֿ, פֿון אונגאַרן, פּוילן אָדער גאַליציע — האָבן אַן איינזײַטיקע פֿאָרשטעלונג וועגן דער שפּראַך און מינהגים פֿון די סאָוועטישע ייִדן. אַ טייל ייִדן ווערן שטאַרק פֿאַרחידושט, ווען די "רוסישע" ייִדן דערציילן זיי, אַז אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד האָבן געלעבט כּמעט אַ צענדליק פֿאַרשיידענע ייִדישע עטנישע גרופּעס, מיט אינגאַנצן באַזונדערע שפּראַכן און טראַדיציעס. איידער איך האָב אָנגעהויבן זיך לערנען ייִדיש, בין איך קיין מאָל נישט געווען אויף אַ לוויה, אָבער זינט דעמאָלט, און ספּעציעל לעצטנס, בין איך געוואָרן אַ גרויסער מבֿין אויף לווית. איך ווייס שוין פֿון פֿריִער, וווּ די לוויה וועט פֿאָרקומען, ווער ס׳וועט רעדן און וואָס מע וועט זאָגן; כ׳האָב אַ פּלאַץ רעזערווירט בײַ דער מיזרח־וואַנט און כ׳ווייס, ווי אַזוי זיך אַרײַנצושלײַכן שטילערהייט, ווען איך קום אָן שפּעט און די צערעמאָניע האָט זיך שוין אָנגעהויבן. זומער־לעב! דער ייִדישער אויסדרוק צו באַשרײַבן די פֿאַרווײַלונגען זומערצײַט קומט אָפֿט אויפֿן געדאַנק בײַם אָנקוקן די נײַע אויסשטעלונג — "דאָס אַנדערע צוגעזאָגטע לאַנד: וואַקאַציע, אידענטיטעט און דער ייִדישער־אַמעריקאַנער חלום" בײַם "מוזיי פֿון דער ייִדישער ירושה" אין מאַנהעטן. די אויסשטעלונג באַשטייט פֿון אַ נאָסטאַלגישן קוק אויף דער טעמע — ייִדן און זייערע וואַקאַציעס אין אַמעריקע פֿון 1890 ביז הײַנט. |