|
אַ היימיש אָרט, וווּ אַפֿילו פֿרעמדע לײַט צערעדן זיך: ריטשאַרד פֿרייזשער (רעכטס) און דזשעף ראָסמאַן. אויבן |
|
דער "סעקאָנד עוועניו דעלי" — אַ באַליבטע ניו־יאָרקער אונטערנעמונג, וואָס האָט געשלאָסן אירע טירן אין 2006 — האָט פֿאַראַכטאָגן מאָנטיק זיך ווידער געעפֿנט — אַ געשעעניש וואָס איז צעפּויקט געוואָרן אין דער ניו־יאָרקער פּרעסע. זינט דער עפֿענונג איז יעדן טאָג דאָרט אַזאַ שטופּעניש, אַז ווען איך בין אָנגעקומען אַהין, פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק, האָב איך זיך אַפֿילו נישט געקאָנט אַרײַנקוועטשן.
דער נײַער גילגול געפֿינט זיך מער נישט אויף דער צווייטער עוועניו. ער איז אָבער נישט ווײַט: אויף 33סטער גאַס, צווישן דריטן און לעקסינגטאָן עוועניו (און, אַגבֿ, בלויז עטלעכע גאַסן אַוועק פֿונעם "פֿאָרווערטס"־בנין).
געגרינדעט אין 1954 פֿון אייב לעבעוואָל, אַ ייִדיש־רעדנדיקן לעבן געבליבענער פֿון חורבן, איז דער רעסטאָראַן גיך באַקאַנט געוואָרן פֿאַר זײַנע געשמאַקע פּאַסטראַמע־שניטקעס, געהאַקטע לעבער, און קרופּניק מיט שוועמלעך, און דער אייגנטימער — פֿאַר זײַן וואַרעמקייט און ברייטהאַרציקייט. לעבעוואָל פֿלעג, למשל, אויסטיילן עסן פֿאַר די היימלאָזע און די שטרײַקנדיקע אַרבעטער; און ער האָט אָפּגעגעבן כּבֿוד דעם ייִדישן טעאַטער, דורך מאַכן אַ, ערן־גאַלעריע פֿון די באַרימטע ייִדישע אַקטיאָרן, אויפֿן טראָטואַר גלײַך פֿאַרן רעסטאָראַן.
אין 1994 איז אָבער פֿאָרגעקומען אַ שרעקלעכע זאַך. בײַם דעפּאָנירן די רעסטאַראַן־קבלות אין באַנק, איז לעבעוואָל פּלוצלינג דערשאָסן געוואָרן, און ביזן הײַנטיקן טאָג האָט מען דעם מערדער נישט געפֿונען. די אומזיניקע הריגה האָט שאָקירט גאַנץ ניו־יאָרק, און די משפּחה לעבעוואָל האָט שטאַרק געליטן פֿונעם קלאַפּ. אייבס ברודער, דזשעק, אַ גרונט־מיסחר־אַדוואָקאַט, האָט זיך אונטערגענומען די שווערע אַרבעט פֿון אָנפֿירן מיטן געשעפֿט, אָבער אין יאַנואַר 2006, צוליב דעם כּסדר־שטײַגנדיקן דירה־געלט און די הויכע הוצאָות פֿון רעמאָנטירן, האָט דער באַרימטער רעסטאָראַן, אויף דער צווייטער עוועניו און 10טער גאַס, זיך געשלאָסן. אויפֿן אָרט שטייט דאָרט איצט אַ "טשייס"־באַנק.
דער צווייטער גילגול פֿונעם "סעקאָנד עוועניו דעלי" ווערט ווײַטער אָנגעפֿירט פֿון אַ לעבעוואָל, אָבער דאָס מאָל איז עס דזשעקס זון, דזשערעמי. דאָס אָרט איז קלענער פֿונעם פֿריִערדיקן, אָבער דער מעניו איז דער זעלבער, נאָר מיט אַ צוגאָב: גערייכערטע פֿיש (הערינג, לאַקס און סאַבליע). און נאָך אַ בײַט: דער רעסטאָראַן איז אָפֿן אַ גאַנצן מעת־לעת, זיבן טעג אַ וואָך.
טאַקע דערפֿאַר וואָס דער "סעקאָנד עוועניו דעלי" איז אָפֿן שבת, און די אייגנטימער זענען ייִדן, קאָנען פֿרומע ייִדן דאָרט נישט עסן, אַפֿילו אויב דאָס פֿלייש איז כּשר. בעת אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס", האָט דזשעק לעבעוואָל, אַ פֿליסיקער ייִדיש־רעדער, דערציילט, אַז מע האָט טאַקע אַ סך אַרומגערעדט דעם ענין, צי מע זאָל מאַכן דעם רעסטאָראַן שומר שבת.
"אונדז וואָלט ליבער געווען צו זײַן שומר שבת, אויב מיר וואָלטן געקענט געפֿינען אַן אופֿן ווי דאָס וועט אַרבעטן," האָט לעבעוואָל דערקלערט. "די צרה איז, אַז דאָס וואָלט געמיינט צו ווערן גלאַט־כּשר, און ווען מע טוט דאָס — ווערן די הוצאָות זייער הויך."
|
אַ סאַרווער גיט איבער די "ספּעשלס" פֿון טאָג |
|
לעבעוואָל האָט דערציילט, אַז ער האָט זיך באַראַטן מיטן פֿאַרמאָגער פֿון אַ גלאַט־כּשרן דעלי־רעסטאָראַן, אונטער דער השגחה פֿונעם "שטערן־K", און יענער האָט אים דערקלערט, אַז אַחוץ דעם וואָס מע טאָר נישט זײַן אָפֿן שבת, דאַרף מען פֿאָלגן געוויסע כּללים. "בעת די תּעניתים מעגן אונדזערע קונים בלויז קויפֿן שפּײַז אויף אַרויסצונעמען, נישט זיצן אין רעסטאָראַן. און דערצו זענען דאָ באַגרענעצונגען וואָס שייך די קליידער פֿון די אַרבעטער. ס׳וואָלט פּשוט געווען צו שווער."
געוויסע קונים זענען, אַ פּנים, צופֿרידן מיט די "אייביקע" שעהען. דעם פֿאַרגאַנגענעם מאָנטיק, אַכט אַ זייגער אין דער פֿרי, למשל, האָט סקאַט סטאַרק, אַ 29־יאָריקער גרויסהענדלער פֿון ערד־פּראָדוקטן, באַשטעלט קניידלעך מיט יויך און אַ "קאָרנדביף"־שניטקע. "איך אַרבעט פֿון 2 אַ זייגער בײַ נאַכט ביז 8 אַ זייגער אין דער פֿרי, אַזוי אַז דאָס איז בײַ מיר גיכער מיטאָג ווי פֿרישטיק," האָט ער דערקלערט.
בײַ אַ צווייטן טיש האָט אַ בלאָנדער קונה זיך פּאַסמאַקעוועט מיט אַ פּאַסטראַמע־שניטקע. דער קונה, אַן אַדוואָקאַט מיטן נאָמען ריטשאַרד פֿרייזשער (וואָס, אויף אַן אמת, הייסט ער פֿינקלשטיין, ווינקט ער צו מיר), האָט געזאָגט, אַז דאָס עסן איז פּונקט אַזוי געשמאַק ווי אַמאָל. "איך גיי טאַקע באַלד קויפֿן אַ פֿונט פֿון אַלץ — פּאַסטראַמע, געהאַקטע לעבער, צונג — און עס ברענגען מײַן טאַטן אין קווינס."
באַלד האָט פֿרייזשער זיך צערעדט מיט אַ פֿרעמדן קונה, דזשעף ראָסמאַן. וועגן וואָס? "ס׳האָט מיר אויסגעזען געשמאַק, וואָס ער האָט אין זײַן טעלער, האָב איך אים געמוזט פֿרעגן וואָס דאָס איז," האָט פֿרייזשער דערקלערט. דער ענטפֿער? לאַקס, אייער און צוגעברוינטע ציבעלע.
לעבעוואָל האָט איבערגעגעבן, אַז בײַ טאָג קומען אַ סך מער געשעפֿטסלײַט; און בײַ נאַכט — אַ ייִנגערער עולם, אין די 20ער און 30ער. איין אָוונט, דערציילט ער, האָט אַן אַדוואָקאַט, זיצנדיק אין רעסטאָראַן, זיך פּלוצלינג צעוויינט. ווען לעבעוואָל האָט אים געפֿרעגט: "וואָס איז?" האָט יענער געענטפֿערט: "דאָס איז געווען מײַן באָבעס עסן. יעדעס מאָל וואָס איך פֿלעג קומען צו איר, פֿלעג זי דאָס דערלאַנגען. ערשט נאָך דעם ווי זי איז אַוועק פֿון דער וועלט, האָט די משפּחה מיר אויסגעזאָגט דעם סוד: אַלע מאכלים וואָס זי פֿלעג מיר געבן — האָט זי געקויפֿט אינעם סעקאָנד עוועניו דעלי."