- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
לעצטנס זײַנען אין אוזבעקיסטאַן פֿאָרגעקומען די פּרעזידענט־וואַלן, וווּ ס׳איז ווידער אויסגעוויילט געוואָרן דער פֿריִערדיקער פּרעזידענט איסלאַם קאַרימאָוו. צו דער מאַכט איז ער געקומען מיט 18 יאָר צוריק, ווען אוזבעקיסטאַן איז נאָך געווען אַ טייל פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. אוזבעקיסטאַן איז הײַנט אַן אומאָפּהענגיקע מדינה, וואָס איר פֿירערשאַפֿט — פּרעזידענט קאַרימאָוו און זײַן קליקע — האָבן פֿאַרכאַפּט די גאַנצע מאַכט. פּונקט ווי צוויי אַנדערע אַזיאַטישע לענדער, טאַדזשיקיסטאַן און טורקמעניסטאַן, איז אוזבעקיסטאַן הײַנט אַ געשלאָסן לאַנד, וווּ אַפֿילו די אינטערנעץ געפֿינט זיך אונטער אַ שטרענגן קאָנטראָל פֿון די זיכערהייט־כּוחות. פּרוּווט אומיסטן אַרײַנצוגיין דורכן GOOGLE אין "אוזבעקיסטאַן", אָדער "איסלאַם קאַרימאָוו", וועט איר גיך פֿאַרשטיין, אַז יעדע נעגאַטיווע אינפֿאָרמאַציע וועגן די צוויי "אָביעקטן" איז פֿאַרבלאָקירט. אין די קרובֿ זעכציק יאָר פֿון איר מלוכישער עקזיסטענץ איז דאָס וואַרטן און אויסוואַרטן געוואָרן איינער פֿון די כאַראַקטעריסטישע שטריכן פֿון דעם ישׂראלדיקן שטייגער. אָנהייבנדיק פֿון דעם אייביקן ביאת-המשיח — ביז צום קורצווײַליקן וויזיט פֿון דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט בוש און דערנאָך אויף ווינאָגראַדן — דעם פּרעזידענט פֿון דער קאָמיסיע וואָס פֿאָרשט די דורכפֿאַלן פֿון דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה, דעם ריכטער ד"ר אליהו ווינאָגראָד: ווער עס וואַרט אויף משיחן, ווער אויף דעם שלום, מען וואַרט אויף דער באַפֿרײַונג פֿון די דרײַ פֿאַרכאַפּטע סאָלדאַטן; מע וואַרט, אַז די מנהיגים זאָלן פֿאַרווירקלעכן זייערע צוזאָגענישן, מיט וועלכע זיי זענען געקומען צו דער מאַכט, און ווער עס וואַרט אויף סתּם אַ נס (כאָטש מען זאָגט, אַז אַלע נסים האָבן זיך שוין בײַ אונדז אויסגעלאָזט). דער "סעקאָנד עוועניו דעלי" — אַ באַליבטע ניו־יאָרקער אונטערנעמונג, וואָס האָט געשלאָסן אירע טירן אין 2006 — האָט פֿאַראַכטאָגן מאָנטיק זיך ווידער געעפֿנט — אַ געשעעניש וואָס איז צעפּויקט געוואָרן אין דער ניו־יאָרקער פּרעסע. זינט דער עפֿענונג איז יעדן טאָג דאָרט אַזאַ שטופּעניש, אַז ווען איך בין אָנגעקומען אַהין, פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק, האָב איך זיך אַפֿילו נישט געקאָנט אַרײַנקוועטשן. דער נײַער גילגול געפֿינט זיך מער נישט אויף דער צווייטער עוועניו. ער איז אָבער נישט ווײַט: אויף 33סטער גאַס, צווישן דריטן און לעקסינגטאָן עוועניו (און, אַגבֿ, בלויז עטלעכע גאַסן אַוועק פֿונעם "פֿאָרווערטס"־בנין). איך בין ערשט צוריקגעקומען פֿונעם Museum of Jewish Heritage (מוזיי פֿון ייִדיש־גײַסטיקער ירושה). אַהין אָנצוקומען איז פֿאָלג מיך אַ גאַנג. ס׳איז אין די אויסרײַסענישן פֿון דרום־מאַנהעטן, וואָס מען רופֿט "באַטערי־סיטי", בײַם ברעג פֿון האָדסאָן־טײַך; ממש בײַם שפּיץ ברעג, וווּ מען זעט די באַרימטע פֿרײַהייט־סטאַטוע. דאָרט האָט מען אויסגעבויט אַ גאַנצע שטאָט מיט וואָלקנקראַצער און גאַסן. דאָרט קאָן מען שוין נישט געפֿינען קיין אָרט וווּ אַוועקצושטעלן דעם אויטאָ. דאָרט רוכעוועט זיך מיט אויטאָבוסן און מיט פֿאַרקער־ליכט וואָס בײַטן זיך אַזוי פּאַוואָליע, אַז מ׳קאָן דערווײַל כאַפּן פֿיש אין האָדסאָן־טײַך. איז וווּ האַלטן מיר? יאָ, איך האָב געלייענט אַז מ׳גייט אינעם מוזיי שטעלן אַ פּיעסע וואָס רופֿט זיך "דער וויכּוח", אונטער דער פּען פֿון דוד ברענדײַס און יוסף טאַלושקין, באַזירט אויפֿן פֿילם "דער וויכּוח". האָב איך דאָך פֿאַרשטאַנען דערפֿון, אַז מען גייט דאָ אויפֿפֿירן חיים גראַדעס "מײַן קריג מיט הערש ראַסײַנער". אין דער "ניו־יאָרקער היסטאָרישער געזעלשאַפֿט" אין מאַנהעטן האָט זיך לעצטנס געעפֿנט אַן אויסשטעלונג פֿון קינסטלער, וועלכע האָבן געהאַט אַ גרויסע השפּעה אויף די אַמעריקאַנער ייִדישע קינסטלער אין די 1920ער און 1930ער יאָרן. "דעם לעבנס פֿאַרגעניגנס און די ׳אַשקאַן׳—קינסטלער 1895 — 1925" באַהאַנדלט, דער עיקר, אַ גרופּע מאָלער, באַקאַנט ווי "די אַכט", ווײַל זיי האָבן אויסגעשטעלט צוזאַמען אין 1908 אין אַ ניו־יאָרקער גאַלעריע, און קריטיקער האָבן זיי באַהאַנדלט, פֿון דעמאָלט אָן, ווי אַ נײַע ריכטונג אין דער קונסט. מיט דער צײַט האָט מען די גרופּע, און זייערע יורשים, גערופֿן די "אַשקאַן"־שול פֿון קונסט. "אַשקאַן" איז טײַטש מיסטקאַסטן, און די קינסטלער האָבן געמאָלן אויף אַ סאָציאַל־רעאַליסטישן אופֿן — אַרויסגעכאַפּט סצענעס פֿון דער גאַס, פֿון בעטלער, פֿון בורלעסק־הײַזער, פֿון ספּאָרט־מענטשן, ווי אויך פֿון דער נגידישער געזעלשאַפֿט. דער טראָפּ האָט מען נישט געלייגט אויף ראָמאַנטישקייט אָדער אויף דער שיינקייט פֿונעם בילד; די "מיסטקאַסטן"־קינסטלער האָבן נישט פֿאַרשענערט די מענטשן אָדער סצענעס. אָראָמע און רײַכע האָט מען געמאָלט רעאַליסטיש מיט אַלע פּיטשעווקעס, סײַ גוטע, סײַ שלעכטע. פֿאַר זיי איז געווען וויכטיק צו כאַפּן דאָס קאָלירפֿולע לעבן פֿון דער שטאָט. ווען יוסף און זײַנע ברידער זענען ניפֿטר געוואָרן, איז אין מצרים געקומען צו דער מאַכט אַ נײַער קיניג, וועלכער האָט נישט געקענט יוספֿן, און אָנגעהויבן רודפֿן די ייִדן. דאָס ייִדישע פֿאָלק, אַחוץ דעם שבֿט־לוי, איז געוואָרן פֿאַרשקלאַפֿט. נאָך עטלעכע דורות פֿון שווערער שקלאַפֿערײַ און רדיפֿות, האָט די מצרישע רעגירונג פֿאַרשטאַנען, דורך אַסטראָלאָגישע חשבונות, אַז בײַ די ייִדן וועט געבוירן ווערן אַ מאַן, וועלכער וועט זיי אויסלייזן פֿון שקלאַפֿערײַ. כּדי דאָס אויסצומײַדן, האָט דער פּרעה באַפֿוילן די ייִדישע הייבאַמען צו הרגענען אַלע ייִדישע ייִנגלעך; הגם די הייבאַמען האָבן איגנאָרירט דעם אַכזריותדיקן באַפֿעל, האָבן די ייִדישע משפּחות געמוזט אויסבאַהאַלטן זייערע ייִנגלעך. צו גאַסט אין דער "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע איז די וואָך געקומען פֿון ישׂראל דער זינגער, אַקטיאָר און כּלל־טוער מענדי כּהנא. ווי דער גרינדער און אָנפֿירער פֿון דער ייִדישער קולטור־גרופּע "יונג־ייִדיש" אין ישׂראל פֿאַרנעמט ער הײַנט אַן אָנפֿירנדיקע פּאָזיציע אין דער ייִדישער קולטור־וועלט. יענע וואָך איז ער אויפֿגעטראָטן אינעם "קאַליפֿאָרניער ייִדיש־אינסטיטוט" — אַ יערלעכע ווינטער־פּראָגראַם אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿון מרים קאָראַל. דאָס יאָר האָט די פּראָגראַם געהייסן "אַ קוש פֿון ייִדיש" און מענדי כּהנא, האָט צווישן אַנדערע, גערעדט וועגן בדחנות און ייִדישע חתונות. צו אונדזער מזל איז ער, נאָך דעם, געקומען קיין ניו־יאָרק אויף אַ בר־מיצווה אין ברוקלין און באַזוכט די "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע — אַ גאַסט אויף אַ ווײַל. דער רוסישער טעאַטער־פֿאָרשער וולאַדיסלאַוו איוואַנאָוו איז באַקאַנט מיט זײַן גרונדיקער פֿאָרשונג פֿון די אָנהייב־יאָרן פֿון דעם "הבימה"־טעאַטער אין מאָסקווע. דאָס נײַע בוך זײַנס באַהאַנדלט דעם זעלבן פּעריאָד אין דער געשיכטע פֿונעם מאָסקווער ייִדישן טעאַטער (גאָסעט), וואָס האָט געדאַרפֿט זײַן דאָס אָפֿיציעלע פּנים פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער קולטור, להיפּוך צו דער "ציוניסטישער" און "קלעריקאַלער הבימה". דאָס בוך באַזירט זיך אויף אַ גרויסן מאַסיוו פֿון אַרכיוואַלע דאָקומענטן, וועלכע דערמעגלעכן צו רעקאָנסטרויִרן די געשעענישן אַרום דעם "גאָסעט" ממש טאָג נאָך טאָג. לית־מאַן־דפּליג, אַז צו האָבן אַ גרויס און באַרימט לשון איז געזינטער, ווי צו האָבן אַ רעלאַטיוו קליינס און אַ נישט באַקאַנטס; און אַ שם, אַז וואָס ווייניקער מען האָט צו טאָן מיט זיי איז געזינטער. און אַזוי ווי ס׳איז נישטאָ קיין סיבה זיך צו פֿאַרלאָזן, אַז אויפֿן עולם־הלשונות איז פֿאַראַן מער יושר ווי מען האָט בײַ אונדז אין דער היים, צי אויף דער גאַס, צי אין דער שיל, מוזן מיר זיך אונטערגאַרטלען, כּדי אַליין זיך קענען מער אָפּגעבן לטובֿת דעם וווילזײַן פֿון אונדזערע קלענערע און גאָר קליינע לשונות. דער סוד פֿון ייִדישקייט ליגט דאָך אין מער אַקטיוויזירן זיך אַליין און איז געבויט מער אויפֿן אייגענעם אַקטיוון מוסטער און ווייניקער אויף אידעאָלאָגיע. און נאָך עפּעס: וויפֿל אַזעלכע קלענערע ייִדישע לשונות ס׳זענען אין גאַנג פֿון דער ייִדישער געשיכטע געווען, און אַפֿילו וויפֿל ס׳זענען אַזעלכע נאָך געבליבן נאָך דער גאַנצער שבֿטישער און גלותדיקער ייִדישער געשיכטע אונדזערער, איז דאָס זיכער אַ שטח, אויף וועלכן מען מעג זיך ווינטשן "ס׳זאָל אונדז נאָר צוקומען דאָס וואָס אונדז פֿעלט!" מיט אַריבער צוועלף יאָר צוריק האָבן מיר געקויפֿט אַ הויז אין אָקספֿאָרד, וווּ זינט יענער צײַט געפֿינט זיך דער צענטער פֿון אונדזער משפּחה-לעבן. אין דעם גאָרטן, וואָס איז אויך אַ מין סאָד, האָבן די פֿריִערידע בעלי-הבתּים איבערגעלאָזט נאָך זיך אַ סך רויזן-קוסטעס און דרײַ עפּלביימער. הגם פֿון מײַן מאַמעס צד שטאַם איך פֿון ייִדישע פּויערים, שטאַרקער זײַנען אין מיר, אַ פּנים, דווקא די שטעטלדיקע וואָרצלען, וואָס זײַנען פֿונעם טאַטנס צד — פֿון די קירזשנער אין קראַסילאָוו, ניט ווײַט פֿון פּראָסקוראָוו. אמת, אַפֿילו מײַן דאָרפֿישער זיידע איז געווען מער אַ סטאָליער ווי אַ פּויער. הקיצור, סײַ די הענט ליגן מיר ניט צו גערטנערײַ, סײַ איך האָב עס ליב נאָר פֿון דער ווײַטנס. |